Re: לי זעלדין'ס קאמפיין צוזאג. קען ער עפעס טהון אדער רייט ער אויף אונזער פארלוירענקייט?
גא"מ,בלייב געזונט האט געשריבן:קודם, שלום מיין טייערע פריינט!טו מיר א טובה האט געשריבן:נאכן הערן די שמועס מיט די וועטראן עסקנים נפתלי משה מיט שפיטצער און גדלי' איז קלאר אז ער רייט אויפן עולם
ס'איז א חוכא וטלולא ווען אין די לעצטע מינוט לויפט מען ארויס אין אטאקע מאוד ווען מען זעט אז מען האט נישט דעם ציבור.
איך האב דאס שוין געשריבן דא פאריגע וואך (ווען דו ביסט נאך דא געווען מיט די געפלויגענע ניק...) די הסברה אויף די אינדארסמענט צעטל איז גענוג פארשטענדליך און גאנץ שטארק, ארויסגיין אין אטאקע קעגן רוב רובם פון כלל ישראל און אירע רבנים וגדולי תורה, גייט נאר ברענגן דאס פארקערטע. דאס איז נישט ערוואקסן, דאס איז א נארישע שריט אין רעזולטאט פון א פאניק אטאקע.
כאטש איז שעץ זייער די א.ד. עסקנים און זייער עבודת הקודש, און איך גלייב זיי אויף אלעס וואס זיי פארציילן דארט בנוגע עסקנות און די וויכטיגקייט צו האלטן די טירן אפען, זאלן זיי מיר אנטשולדיגן עס איז דא אויף די אנדערע זייט גענוג עסקנים וואס ארבעטן אויך (און אפילו צוזאמען מיט זיי...) צו העלפן אידן, און אראפרייסן כלל ישראל האט קיין זין,
על "טעם וריח" אין להתווכח