אז עס גייט סייווי געמעקט ווערן וועל איך אויכט שרייבן... די פרעשער פון די עסקנים קומט דערעקט פון פרעשער פון די מעלאוני קאמפיין, ודו"ק
ר' אלי' פינקסאוויטש פון ווישניץ איז ספציעל נאנט מיט לאולער און ס'איז פאר אים זייער א שווערע דיסשזען וועם צו אינדאסירן, עס האט נישט מיט קיין שום טעראר קאמפיין.
קלאר ווי די טאג אז זיי גייען אינדארסירן מעלאוני, גראדע אויך געווען נעכטן אפאר מיטונגען צווישן ר' אלי' און ר' משה מארגערעטן וויאזוי מען קען ברענגען נאך אינדארסירונגען פאר מעלאוני.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אלץ אן איינוואינער אין אן אנדערע דיסטריקט בין איך נישט באקאנט מיט די קאמפיין. איז ער א רעפ. אדער א דעמ.? ווער לויפט קעגן אים? איז ער א פנים חדשות אדער איז ער שוין געווען אין פאליטיקס? ווער פינקטליך האט אים אינדארסירט? (שרייבן "אלע עסקנים" האט אזא פנים ווי די צייטונג שרייבט אז "אלע עסקנים" האבן אינדארסירט האקול)
ר משה מאגרעטן -וואס מישט זיך געווענליך נישט און לאקאלע פאליטיק (סאטמאר ביידע) סקווער וויזניץ מאנסי (געשטאנען אזוי אויפן וועלטעל בשם בנו של הרבי)
אסאך טוויטער עסקנים האבן אינדארסירט לאולער וועגן פדיון שבויים איז נישט קיין מאנסי אישו.. און לאולער וועט געבן צו פרעסן טשאלענד היינט נאכט לכבוד ליל ששי והוא העיקר
וויזניץ האט נאך קיינעם נישט אינדארסירט ! פאפא אויך נישט סאטמאר מיין איך נאר איינס און מארגארעטען איז א סקווירא חסיד איז מאך אליין די חשבון
די בלאף פון צאמשטעלן ווי כאילו צדק אינדארסירט נאר וועגן סקווירא איז מרפסן איגרא.
ר' משה מארגערעטן ארבעט ביטער ביטער שווער לטובת מעלאוני און טוט וואס ער קען נאר אים צו ברענגען מער שטימען.
וויזשניץ גייט אינדארסירן מעלאוני נישט קיין שום ספק דערין, "ביידע סאטמארס אויך", קען זיין אז נאכניש ביידע ליגן אין פובליק.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
וויזשניץ גייט אינדארסירן מעלאוני נישט קיין שום ספק דערין, "ביידע סאטמארס אויך", קען זיין אז נאכניש ביידע ליגן אין פובליק.
וואס מאכט דיר אזוי זיכער אין דעם??
געהערט דירעקט פון דער עסקן וועלכע האט געארבעט מיט די אלע 3 קהילות.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
חוץ אויב זיי אלע מיינען וואס ר' משה האט אפען געזאגט, אז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט זיך דא אריינגעמישט איז אפצושטעלן די חרון אף וואס די הפקר יונגען זענען גורם.
C/p According to a multiple participants at the meeting, McCarthy asked the Rebbe to endorse Lawler, citing the record of President Donald Trump’s helping the Jewish community, and arguing that with Republicans expected to win the majority in the House, Lawler and a potential Speaker McCarthy would be well-positioned to help the community.
But the Rebbe, speaking through an interpreter, replied that the community owed a debt of gratitude to Maloney, who had helped it in the past. The Rebbe also said that former President Bill Clinton, who had helped the community while in office, reached out now for the first time in two decades asking for the Maloney endorsement.
געהערט אז קושנער האט גערופן סקווירן רבין און אז קעווין מעקארטי איז יעצט אין סקווירא ביים רבי'ן
לויט אומבאגרינדעטע וואטסעפפ שמועות האט דער רבי געטענה׳ט צו מעקארטי אז ער קען נישט אפזאגן קלינטאן און ביידען. נאכאמאל, עס איז בלויז אויף וואטסעפפ דערווייל.
פון איינער דארט געווען האב איך געהערט אז דער רבי שליט"א האט גענטפערט אויף די טענה אז זיי גייען טון פאר אונזער חינוך - "וואספארא חינוך וועט עס זיין פאר אונזערע קינדער צוריקצוציען פון אן אינדארסמענט וואס מיר האבן שוין געמאכט - אן אינדארסמענט אין א החלטה נאכן דורכטון אלע צדדים, נישט סתם עפעס!"
נישט פונקטליך די ווערטער נאר בערך די מובן.
די חלק פון קלינטאן (דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ער האט געטון די פדיון שבויים פאר סקווירא יארן צוריק) האב איך אויך געהערט פון איינעם דארט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ווי איר ווייסט האב מיר דא געהאט פאר די לעצטע 10 יאר א קאנגרעסמאן מיסטער מעלאוני. איך מיין אז יעדער ביי אונז איז איינשטומיג אז ער איז געווען א שטארקע עסעט סיי פאר אונז, און געשטאנען צו די האנט פון כלל ישראל אויף אומצאליגע נושאים. פדיון שבוים, אימיגרעישאן, מעדיקעיר, און ער האט ווירקליך אויסנוצט זיין מאכטפולע פאזיציע אין וואשינגטאן לטובת אחב"י. בקיצור, א חלום פון א קאנגרעסמאן.
אצינד ווען עס איז געווען רידיסטריקטינג ווי מען מאכט איבער די דיסטריקט גרעניצן איינמאל אין צען יאר איז אויסגעקומען אז קרית יואל איז ארויסגענומען געווארן פונעם דיסטריקט און ראקלענד קאונטי איז אריין אין זיין דיסטריקט. אצינד שטייט ער דארט פאר א שווערע פארמעסט, וואס הגם ער ווערט אינדארסירט דורך כמעט אלע קהילות און מוסדות קומט פאר א געפערליכע העץ קאמפיין דורך געציילטע אינטערעסן אז מ'זאל וואטען פאר זיין קעגנער.
ווי אויך איז די זארג אז דער היימישער עולם וועלכע איז נאטורליך שטארק גענויגט צו די רעפאבליקאנער זייט וועט שטימען ביי דיפאלד פארן קעגנער לאולער אן גרינטליך נעמען אין חשבון די לאנג-יעריגע רעפוטאציע פון קאנגרעסמאן מעלאוני, דעריבער קומען מיר ארויס מיט א הייסע רוף, ווער עס האט א באקאנטן אין ראקלענד, א משפחה וכדו', מען זאל אנרופן און מעודד זיין צו שטימען אויסשליסליך "לויט די אינדארסירונגען פון די אייגענע קהילות און מוסדות", וואס אזוי איז מען פארזיכערט אז מען שטימט פארן ריכטיגען קאנדידאט.