אלץ אן איינוואינער אין אן אנדערע דיסטריקט בין איך נישט באקאנט מיט די קאמפיין. איז ער א רעפ. אדער א דעמ.? ווער לויפט קעגן אים? איז ער א פנים חדשות אדער איז ער שוין געווען אין פאליטיקס? ווער פינקטליך האט אים אינדארסירט? (שרייבן "אלע עסקנים" האט אזא פנים ווי די צייטונג שרייבט אז "אלע עסקנים" האבן אינדארסירט האקול)
אלץ אן איינוואינער אין אן אנדערע דיסטריקט בין איך נישט באקאנט מיט די קאמפיין. איז ער א רעפ. אדער א דעמ.? ווער לויפט קעגן אים? איז ער א פנים חדשות אדער איז ער שוין געווען אין פאליטיקס? ווער פינקטליך האט אים אינדארסירט? (שרייבן "אלע עסקנים" האט אזא פנים ווי די צייטונג שרייבט אז "אלע עסקנים" האבן אינדארסירט האקול)
ר משה מאגרעטן -וואס מישט זיך געווענליך נישט און לאקאלע פאליטיק (סאטמאר ביידע) סקווער וויזניץ מאנסי (געשטאנען אזוי אויפן וועלטעל בשם בנו של הרבי)
אסאך טוויטער עסקנים האבן אינדארסירט לאולער וועגן פדיון שבויים איז נישט קיין מאנסי אישו.. און לאולער וועט געבן צו פרעסן טשאלענד היינט נאכט לכבוד ליל ששי והוא העיקר
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
דעת תורה איז ליידער געווארן אפגעשוואכט ביי די יעצטיגע עלעקשאן, האפענטליך וועט כאטש דעת בעל הבית זיין. איך האלט ס'גייט זיין גרויסע סורפרייזעס. נישט ווער ס'מאכט דאס מערסטע נויז באקומט מער שטימען.
ביי די רידיסטריקטינג מיט 20 יאר צוריק איז די דאזיגע קאנגרעס זיץ געווארן אנולירט, און ראקלענד איז אומיושר'דיג אריינגעשטעלט געווארן אין א ליבעראלע קאנגרעס דיסטריקט, און די גאנצע צייט פון דאן ביז יעצט האט זי געהאט א דעמאקראט אן קיין ערנסטע פארמעסט. דאס האט ערמעגליכט די ערוויילונג פונעם יעצטיגן גאר ליבעראלן קאנגרעסמאן מאנדער דזשאונס.
ביים יעצטיגן רידיסטריקטינג, האט מען צוריק ארויסגענומען ראקלענד פון צו זיין מיט די דאונסטעיט געגנטער, און איר אריינגערוקט מיט מער העכערע געגנטער, אזוי ארום איז דאס געווארן ווייניגער דעמאקראטיש מיט א שאנס פאר א רעפאבליקען צו געווינען.
יעצט צוריק צו מעלאוני.
די פאקט אז קרית יואל איז געבליבן אינדרויסן פונעם דיסטריקט און די פאקט אז ראקלענד איז יעצט אריינגעקומען אינעם דיסטריקט נעמט נישט אוועק פון די פאקט ער איז געבליבן דער איינציגער אמטירנדער דעמאקראט וועלכער וואוינט פאקטיש אין דעם דאזיגן דיסטריקט. דער יעצטיגער קאנגרעסמאן מאנדער דזשאונס, איז געבליבן אויסגעשפילט, נישט ווייל מעלאוני האט באשלאסן צו לויפן אין דזשאונס דיסטריקט, נאר ווייל ס'איז באמת נישט דזשאונס דיסטריקט. נישט ער וואוינט דא, נישט ער האט א שאנס צו געווינען פריימערי אדער דזשענעראל מצד דעמאגראפיקס, און ער ווייסט דאס.
די איינציגע ארגומענט וואס מ'קען האבן איז די "נאמבער". טעכניש איז מעלאוני'ס היים אריבערגעטוישט געווארן פון די 18'טע דיסטריקט צו די זיבעצנטע. אבער עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די טעכנישע חלק פון א נאמבער קען נישט איבערוועגן דאס אז ער איז דער וואס וואוינט פאקטיש אינעם דיסטריקט. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך היסטאריקלי. עס איז נאר יעצט געשאפן געווארן א שטורעם, וויבאלד דזשאונס איז א אפריקען אמעריקען, און דערפאר האבן מאנכע געשפירט וויכטיג זיך אנצונעמען פאר אים.
נישט ממש אזוי, די עיקר ארגומענט האסטו נישט אדרעסירט.
די עיקר טענה אויף מעלאוני איז נישט געווען ווייל די נומער האט זיך געטוישט נאר טאקע ווייל די דיסטריקט האט זיך געטוישט, דהיינו רוב פונעם דיסטריקט וואו ער וואוינט יעצט און ער לויפט האט ער נישט פארטרעטן ביז יעצט, און זיין עכטע דיסטריקט איז געבליבן די 18'טע, די עיקר זאך וואס האט זיך געטוישט איז זיין הויז. ממילא איז געווען וואס האבן גע'טענה'ט אז דו גייסט פשוט אריבער צו א צווייטן דיסטריקט וואס איז בכלל נישט דיין דיסטריקט בלויז ווייל דיר איז באקוועמער נישט צו דארפן מופן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics