די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

בעבר האב איך שוין אסאך געהערט פון די גאנצע נושא
אבער יעצט האב איך עס די ערשטע מאל קענען געלערנט ווען איך האב פאריגע וואך אריינגעבאמפט אין א נארסיסיט

אבער א ריכטיגע,
געפרינט ס'גאנצע אשכול
גיימיר זיך זעצן ליינען!!!
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי.אילו פינו מלא שירה כים, קען איך נישט גענוג דאנקען דעם באשעפער פאר די חסד וואס ער האט מיט מיר געטון, אז כ'האב געהאט די זכי' צו שרייבן די אלע קאפיטלען ביז אהער. די אווער-ווהעלמינג פידבעק איז עדות אויף די דורכברוך, ווי צאללאזע אידן האבן באקומען א קלארקייט אין די נושא, און די ארטיקלען האט זיי אויפגעראכטן מיט א שמחה פון התרת הספיקות אויף א אופן נשגב ונעלה.

כמעט וועכנטליך ערהאלט איך טעלעפאן קאללס פון טייערע אידן וואס גייען נעבעך אדורך די שבעה מדורי גיהנם, מאנכע מיט עלטערן, אנדערע מיט שוויגער-עלטערן (לייען: א שווער), געוויסע מיט זייערע חתונה געהאטע שותפים, און עטליכע מיט זייערע בעלי בתים אין די ארבעט. און דאס איז חוץ פון פידבעק וואס אנדערע האבן באקומען פון אנדערע, וואס חברך חברא אית ליה, פעלער אין וועלכע איך בין בכלל נישט געווען אינוואלווד, נאר נאכגעהערט מכלי שלישי, איש מפי איש, ווי מענטשן האבן זיך מחי' געווען מיט מיינע ארטיקלען, עס איז זיי געווען ווי א בליץ וואס לייכט אויף אין א פינצטערן וואלד. טייל חברים און משפחה מיטגלידער זענען געגאנגען א טריט ווייטער, און דאס ארויסגעפרינט און געשיקט פאר רבנים וועלכע זענען עוסק בעניני חינוך ושלום בית, און עטליכע רבנים האבן זיך שטארק באדאנקט פאר די ארטיקלען, זאגנדיג אז עס האט זיי ממש געעפנט די אויגן.

עס לאזט זיך ליידער נישט זאגן די שרעקליכע יסורי הנפש וואס די קרבנות גייען אדורך, זה בכה וזה בכה. די צומישעניש אין וועלכע מען לעבט איז באשיינפערליך א בחינה פון והיית משוגע ממראה עיניך ה"י. וויפיל מאל איך האב געמיינט אז איך האב שוין געהערט דאס שווערסטע, האט מיר די קומענדיגע שמועס איבערצייגט אז עס איז ווייט פון אמת. עס איז נישטא גענוג טרערן צו פארגיסן פאר די אלע אומשולדיגע אידן וואס די צרה האט זיי באטראפן, וואס ממש עולם חשך בעדם. ממילא בין איך איבערגענומען ביז די טיפעניש פון מיין הארץ אז איך האב די געוואלדיגע זכי' אריינצושיינען א טראפעלע לעכטיגקייט אין זייער הארץ, און אביסל קלארקייט אין זייער צעמישטע מיואש'דיגע מחשבות.

ווי אויך איז ממש אומגלויבליך צו הערן די נעמען פון די אביוזערס. פארשטייט זיך איך קען נישט דא רעדן אפילו ברמז, אבער טייערע ברודער, מען רעדט דא נישט נאר פון פשוט'ע אידן המון עם, נאר צומאל אפילו פון די שענסטע פון כלל ישראל! נכלל רבנים, עסקנים וואס העלפן אנדערע מענטשן, ראשי ישיבות און מנהלים, הערליכע רעדנערס וואס מען קען צוגיין פון זייערע דרשות, מענטשן זענען משוגע פאר זיי, זיי טוען "באמת" אויף פאר אידישקייט און זענען אפילו מצליח צו העלפן אין שלום בית, און אינדערהיים זענען זיי ליידער דאס סאמע ערגסטע וואס דאס מענטשהייט פארמאגט, זיי לייגן חרוב זייערע ב"ב אדער קינדערלעך אויף א אופן וואס איז שווער צו הערן, און קיינער גלייבט נישט די קינדער אדער די פרויען, עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס... עס איז ווירקליך אומגלויבליך אז דער זעלבער מענטש זאל קענען האבן 2 אזעלכע פארקערטע פערסאנאליטיס... מען דארף האבן כוחות הנפש נאר צו הערן די געשיכטעס, ווער רעדט נאך פון דאס מיטלעבן אויף א טאג-טעגליכן באזיס. ירחם ה'.

טראץ וואס לעצטנס בין איך שטארק פארנומען, סיי מיט העלפן אידישע קינדער (שעות ע"ג שעות ממש), און סיי אנדערע לעבנס אומשטענדן, און כנגד רצוני בין איך ממש געצווינגען געווארן זיך אפצושטעלן פון שרייבן שוין א לענגערע צייט, האב איך אבער צוריקגענומען דעם פעדער אין האנט אך ורק צוליב די בקשה פון אזויפיל אידן וואס האבן געבעטן "מי יראנו טוב", אודאי איז די קלארקייט וואס מיר האבן באקומען די שטערקסטע טול (tool), אבער המתחיל במצוה אומרים לו גמור, זאל שוין זיין טובתם שלימה און געבן טיפס און עצות ווי אזוי איבערצוקומען און/אדער לעבן מיט די שוועריגקייטן.

עס איז מיר נישט גרינג, איך זיץ אין די שפעטע נאכט שעה'ן מידערהייט, די צייט איז דעזיגנירט צו שרייבן ווייטער עד כמה שידינו מגעת, אבער נויט ברעכט אייזן. און כאטש ווי עטליכע מאל אויסגעשמועסט איז ליידער נישט פארהאן קיין פולשטענדיגע עצה אקעגן נארסיסיזם, אבער אויב דארף מען פארט לעבן מיט אזא איינעם איז דא עטליכע שטארקע כללים וואס מען מוז זיך אויסלערנען, און נאר אזוי קען מען אנגיין מיט'ן לעבן, און דאס וועלן מיר אי"ה אויסשמועסן אין די קומענדיגע קאפיטלען.

אלזא, טייערער איד! אויב ביסטו אנגעקומען ביז אהער, דו ביסט אדוכגעגאנגען די שרעקליכע שוועריגקייטן, ביסטו א "אוד מוצל מאש" במלא מובן המלה! ביסט א "סורווייווער"! און געדענק אז דו דעזערווסט צו האבן א בעסערע לעבן, מיט די הילף פונעם רבש"ע, אונזער אב הרחמים. און גלייבט מיר, עס איז נישט קיין גרינגע עבודה, ווייל רוב פון די דורכגעמאכטע זענען ע"פ רוב איידעלע מענטשן מיט א ווייכע נאטור, פיפל פליעזערס, וואס וועלן ענדערש ליידן און שווייגן ווי איידער צו מצער זיין א צווייטן אפילו יענער איז נישט גערעכט, בפרט נאכ'ן ווערן צוקוועטשט פאר לאנגע יארן, און אין אונזער פאל, כדי צו סורווייוון, מוז מען טון דאס פארקערטע, מען דארף זיך אויסטון די זיידענע הענטשקעס כאטש אביסעלע, מען מוז זיך אנגארטלען בעוז ובגבורה, מיט מוט און קוראזש, מקיים זיין דעם "חייך קודמין", און אנהייבן שטעלן גרעניצן וואס זאל מודיע זיין פאר דעם אביוזער (נישט דורך אים מסביר זיין, נאר דורך עס אדורכפירן בפועל, כדלהלן) "עד פה תבא", פון דא און ווייטער האסטו מער נישט קיין רעכט אריינצוקומען. מיין מח, מיין מחשבה, מיין רצון, דאס אלעס באלאנגט פאר מיר און בלייבט ביי מיר, איך בין דער אויסשליסליכער בעה"ב דערויף, און דו קענסט מער נישט אריינקומען מיר דרייען א קאפ און מיר "מסביר זיין" וואס איז ריכטיג! איך וועל טראסטן מיינע אייגענע הרגשות, מיינע "גאט פילינגס", מיין "אינטואישאן", ד.ה. וואס איך שפיר פאר ריכטיג מיט מיין אייגענע גאט-געשאנקענע שכל. איך וועל מיר מער נישט לאזן דרייען קיין קאפ פון דיר צו הערן אנדערש ווי איך טראכט, בפרט אויב עס קומט אויף א מאניפולירנדיגן וועג פון מיר פרובירן צו איינרעדן אקעגן מיין ווילן. אודאי קען מען אלעס אדורכשמועסן ווי צוויי נארמאלע מענטשן (וואס מען דארף זיין זייער פארזיכטיג, כמובן), אבער איך נעם מער נישט קיין בלעים, קיין טענות, קיין קאנטראל אדער מאניפולאציע, און אודאי וועל איך מיר מער נישט לאזן טרעטן.

ווי געשריבן, דאס זאלסטו נישט זאגן פאר'ן אביוזער, ווייל חוץ מזה וואס עס איז ארויסגעווארפענע צייט און ענערגיע, עס גייט זיי ניטעמאל אריין אין איין אויער, וועט ער (אדער זי) אויך נישט פארשטיין וואס דו ווילסט, לויט זייער ידיעה האבן זיי נאך קיינמאל נישט קאנטראלירט קיינעם; זיי זענען וואוילע און לייכטע מענטשן וואס איז גאר גרינג זיך אדורכצוקומען מיט זיי, און אויב האבן זיי עס יא אמאל געטון איז עס נאר געווען אן אויסנאם בלית ברירה ווייל דו האסט געטון דאס און יענץ און זיי האבן דיר געמוזט מסביר זיין אויף איין אופן אדער א אנדערן וכו' וכו', און ביז צוויי מינוט טרעפסטו זיך ווידעראמאל פארכאפט אין זייער קלעבעדיגן נעץ ווי א פליג אין שפין וועבאכץ וואס קען זיך נישט גרינג ארויסזעהן. ממילא זאגן פאר זיי איז נישט די עצה. די עצה איז אז דו זאלסט עס זאגן פאר דיר אליין, און זיי זאלן עס זעהן אלס א פאקט!

עס איז שטארק כדאי זאלסט נעמען הילף פון איינעם וואס איז באהאווענט דערמיט אז יענער זאל דיר באגלייטן פון אנהייב, ווייל זייענדיג צודריקט פונעם אביוזער וועסטו נאך זיין דערשראקן צו גיין מיט'ן אמת, בפרט אויב דער אביוזער וועט אנהייבן מיט זיינע האניג-זיסע טאקטיקן, צו חנפ'ענען און האווערן, אדער וויינען און בעטן, און דו וועסט זיך איינרעדן אז ער האט שוין ענדליך איינגעזען דעם אמת און וויל שוין ווערן בעסער... דאן מוזטו האבן א פעלזן-פעסטע באגלייטער וואס זאל דיר כסדר דערמאנען אז דו זאלסט נישט פאלן פאר זייער 'דובשך' ווייל גלייך דערנאך קומט א 'עוקצך' באגלייט מיט הויפענעס פון חרטה!

מיט די צייט, נאכ'ן זיך היילן צעביסלעך, וועט דיין אינטואישן אי"ה ווערן שטערקער און בעסער פון זיך אליינס, דו וועסט קענען דערשמעקן פון א מייל אוועק ווען איינער וויל דיר געזלייטן און מאניפולירן, געוויסע ווערטער אדער טאקטיקן וועלן אנצינדן בליציגע רויטע לעקטערס ביי דיר אין מח, און דו וועסט זיין מער געווארנט נישט אריינצופאלן אין דעם פח יקוש, דאס איז א גוטער סימן, דאס ווייזט אז דו ביסט אויפ'ן וועג צוריק צו ווערן געזונט ווי א נארמאלער מענטש, און דיין קאנפידענץ וועט שטייגן, און ווי מער דו וועסט זיין באוואוסטזיניג וועסטו ווערן מער געזונט, ביז דו וועסט אי"ה קענען העלפן אנדערע מענטשן אין דעם פעקל, ווייל אין חכם כבר נסיון!

אי"ה די קומענדיגע טעג און וואכן האף איך בעז"ה אנהייבן חלק ב', די חלק פון זיך היילן, זיך אריינצולייגן בעובי הקורה און דאס שיין אויסשמועסן דבר דיבור על אופניו, און איך בעט א תפלה ויהי נועם ה' עלינו וכו' ומעשה ידינו כוננהו, השי"ת זאל העלפן איך זאל זאגן נאר ריכטיגע דיבורים און נישט נכשל ווערן, און קענען אביסל דערלייכטן - און פארלייכטערן - די לעבן פון די סורווייווערס (איך וויל זיך אנהייבן צו באציען צו זיי אלס סורווייווערס אנשטאט קרבנות), אז מען זאל זיך קענען ארויסזעהן פון דעם טיפן גרוב בעזרת השי"ת.

המשך יבא בעז"ה.
דוב'עלע
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:57 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוב'עלע »

מי אדיר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:04 pm

לכבוד הרב מי אדיר, שכרך הרבה מאד, כ'האב געשיקט דיינע ארטיקלען פאר עטליכע אידן וואס ליידן פון די נושא און ב''ה סהאט געעפנט זייערע אויגן און ב''ה געקענט אנקומען צו אנהייבן זיך שטעלן אויף די פיס, דיין גן עדן איז ריזיג. כהאב נאר געוואלט פרעגן עפעס, כאב מיטגעהאלטן די לעצטע האלבע יאר 4 אזעלכע פעלער וואס לדעתי הקלושה איז ממש נישטא קיין עצה מיט די חברה נאר 2 זאכן, אדער פעטש אויף צוריק אבער מכות רצח, אדער מקיים זיין דעם וכתב לה ד''ה זיך אפטיילן לגמרי, ווייל ווי ווייט איך פארשטיי און אזויווי דו ביסט מסביר האט דער נארסיסיסט גאר גאר א שטארקע 6'סטע חוש אויפצוכאפן פונקטליך אויב די קרבן באקומט א משהו עצם און זיי וועלן אונטערנעמען די שטערקסטע אגרעסיווסטע מיטלען דאס אונטער צודריקן און די קרבן איז געווענטליך א שוואכער איידעלער טיפ וואס האט בכלל נישט די מעגליכקייט זיך קעגנשטעלן, סא וויאזוי איז בכלל מעגליך אז די קרבן זאל זיך קענען בויען בשעת דער נארסיסיסט שטייט איבער אים און ער ציטערט פון עם ווי פון פייער? אפשר העסטו דאס מסביר זיין אין די קומענדיגע ארטיקלען און נאכאמאל שכרך הרבה מאד
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

תגובה דורך איידעלער »

עעעענננננדליך
איך ווארט שוין בקליון עינים,
יעדער פאר וועם איך האב עס געשיקט האט מיר געפרעגט ווען קומט שוין די צווייטע חלק,
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

דוב'עלע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 1:06 am

@דוב'עלע מ'זעהט אז דו האסט עס גוט ארויס,
אגב, דו ווייסט פון א פאל וואס מכות רצח האט געהאלפן?
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6033
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ערשטענס איינמאל די סערווייווער פאנגט אן צו בויען זיין שטארקייט ציטערט ער מער נישט ווי פון פייער פון אים ער זעהט איין אז סאיז נאר א גרויסע באלון צווייטענס , די אמת איז אז די נארסעסיסט אליינס איז באמת א שוואכיטשקע און איין מאל ער זעהט די קרבן האט מער נישט מורא פון אים כאפט עים א קדחת
דוב'עלע
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:57 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוב'עלע »

איידעלער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 3:56 pm

ייש''כ פארן קאמפלימענט איך בין אבער נישט אינגאנצן קלאר אין די נושא, כאב טאקע פארגעסן צו שרייבן אז איינע פון די פעלער וואס כ'האב מיטגעהאלטן האט דער קרבן געגעבן גוטע פעטש און געהאלפן געווארן, אבער וואס כאזיך געכאפט שפעטער אז סיז געווען א איידעם כלפי א שווער ממילא איז אין הנידון דומה לראייה וויבאלד סיז נישט קיין שותפים, ווי אויך קען זיין אז דער שווער איגעווען א BPD, ווייסעך נישט. [ווייל כבין נישט קלאר אין די חילוקים פון א בפד אין נארסיסיסט ויאזוי זיי פירן זיך אויף בחיצוניות, אפשר וועט הרב מי אדיר מאכן או עעסטערע ארטיקל אויף בפד]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”