נאכ'ן מיטמאכן אן אייגענעם פעקל, נאכ'ן הערן פון מערערע חברים וידידים זייער שווערן פעקל, און נאכ'ן ליינען פארשידענע אומגלויבליגע געשיכטעס אין אונזערע אויסגאבעס, בפרט אין די נפשי מאגאזין (זעהדאאוןדא), און נאכ'ן טון א שיין ביסל ריסורטש אויף די נושא פון נארסיסיזם, האב איך באשלאסן צו עפענען א אשכול דערוועגן, אביסעלע עדיוקעיטן דעם עולם אין דעם פינצטערן וועלט, בפרט אז ליידער וואקסן די קעיסעס ווי אויף הייוון עס ווערט גארנישט בעסער נאר ערגער, טראץ די אלע פסיכיאטארן למיניהם וואס שפראצן ארויס חדשים לבקרים, קענען זיי סך הכל העלפן דעם שותף (אדער קרבן) ווי אזוי איבערצוקומען און דיעלן מיט די שוועריגקייטן, אבער פאר די קראנקע זעלבסט איז נאכנישט פאראן קיין שום רפואה, אפילו א שטיקל, בפרט אז איינע פון די שורשים פון די קרענק איז אז די מענטשן לאזן זיך נישט העלפן, און זיי ווילן נישט (אדער קענען נישט) איינזעהן אז זיי ליידן פון א ערנסטע מענטל דיסארדער, און אז אנדערע ליידן פון זיי. זיי זעהען אלעס מיט א אנדערע לענס, פון א קראנקע פערספעקטיוו, ווי מיר וועלן בעז"ה אויסשמועסן לאורך הדרך.
עס איז קריטיש וויכטיג אז דער עולם זאל זיך באקענען מיט די פערסאנאליטי דיסארדערס, וואס האט שוין גורם געווען אזויפיל אומגלויבליכע צער און עגמת נפש פאר מענטשן, וויפיל שלום בית פראבלעמען דאס האט שוין אנגעמאכט, ועדיין השטן מרקד בינינו, און דער פראבלעם איז אז די חברה האבן א חוש און א טאלאנט זיך ארויסצושטעלן אינדרויסן א פנים ווי די געלונגענסטע מענטשן, גענצליך אומשולדיג, עד כדי כך אז רוב מאל ווערט די מעשה אויסגעדרייט און דער קרבן ווערט גאר באשולדיגט אין די מחלוקת אז יענער איז שולדיג, וואס דאס גיסט ארויף עמערס זאלץ אויף די ביטערע וואונדן.
די אישו'ס קענען זיך מאכן צווישןעלטערן און קינדערווי קינדער גייען נעבעך ארויס עמאציאנאל צוקלאפט און צעביילט פאר'ן לעבן, מיט אויסגעלאשענע נשמות. עס קען זיך מאכן אין די ארבעט צווישן בעה"ב און ארבייטער אדער צווישן די קאלעגעס. עס קען זיך מאכן צווישן געשוויסטער. עס זענען פאראן אן א שיעור מעשיות פון די אלע. אבער מיר וועלן בעיקר פאקוסירן אויף שותפים - מאן און ווייב - וויבאלד דאס האבן מיר שטארק אדורכגעטון, הגם עס כאפט נישט קיין גרויסע נפק"מ, די סימפטאמען זענען אלעמאל אייניג, ווי אויך די עגמת נפש און די הילף וואס עס פאדערט זיך ארויסצוקריכן.
פארשטייט זיך אז דער עולם איז געלאדנט צו שרייבן אייגענע עקספיריענס אויכעט, און ווער עס וויל פרעגן פראגעס קען מיר אישי'ען און איך וועל פרובירן ענטפערן יעדן איינעם. איך רעקאמענדיר צו ווארטן ווייל איך פלאן אי"ה צוביסלעך באשרייבן די זאך מיט אלע פרטים, לויט די עקספיריענס און ריסורטש פון פראפעסיאנאלן, אז עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש און מען זאל קענען פארשטיין אין פשוטע מאמע לשון די שוידערליכע קרענק.
כאטש נארסיסיזם און BPD זענען ענליכע קאזינס(עס זענען פאראן פארשידענע חילוקים צווישן זיי, בעיקר אז דער BPD ליידענדער ציטערט פאר רעדזשעקשאן (= ווערן אפגעזאגט) ממילא פייניגט ער/איר אויס דעם שותף זיכער צו מאכן אז מען אקצעפטירט זיי אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן, משא"כ דער נארסיסיסט וועט יענעם אוועקווארפן (ביי די פראפעסיאנאלע חברה הייסט דאס "דיסקארד" = פטור ווערן) כדי צו צייגן די אייגענע שטארקקייט, אבער טיף אין הארצן ווילן זיי דער שותף זאל זיך צוריקבעטן צו זיי, און מיר וועלן די זאכן אויסשמועסן שפעטער אז דער רבש"ע וועט אונז געבן כח און צייט, דערנאך זענען פאראן נאך קליינע חילוקים ואכמ"ל), וועלן מיר בעיקר פאקוסירן אויף נארסיסיזם, זינט דאס האבן מיר בעיקר אדורכגעטון. אבער מען מעג געדענקען אז די צוויי דיסארדערס זענען גאר נאנטע משפחה און די שותפים ליידן זייער ענליכע יסורים, וואס קומט פון יענעם צוקלאפן, דערנידערן, און ליטערעלי אויפעסן פון אינווייניג בעת פון אינדרויסן זעהט זיך גארנישט אן.
1. זיי האבן א אויפגעבלאזענע עגא, האלטן זיך העכער פון אנדערע מענטשן, זיי קוקן זיך אן ווי די אויבערשטע פונעם שטייסל און זיי זענען ווערד מער ווי אנדערע, זיי זענען פון די וויכטיגע מענטשן אויף דער וועלט. זיי וועלן איבערטרייבן די אייגענע מעלות און טאלאנטן אויף א אויפגעבלאזענעם פארנעם, צופיצן יעדע גוטע זאך וואס זיי האבן געטון, און שטארק מינימיזירן יעדע מיסטעיק וואס זיי האבן אפשר (מסתמא נישט...) געטון. (פאר'ן שותף טוט מען גענוי דאס פארקערטע, כדלקמן).
2. זיי לעבן אין א פאנטאזיע וועלט - עולם הדמיון, פון זייער שטאנד, סוקסעס און געלונגענקייט. זיי האבן א מוגזמ'דיגע און אומרעאליסטישע איינרעדעניש איבער זייער ספעציעלע בריליאנטענע געלונגענקייט; אלע זייערע מחשבות דיבורים ומעשים דרייעט זיך ארום די פאנטאזיעס.
3. זיי זענען גאר ספעציעלע מענטשן, ממילא זוכן זיי נישט צו קאנעקטן מיט פשוט'ע מענטשן, נאר מיט די חשובי העם, זיי דארפן זיין פון די ראשי קהלה אדער מנהיגים, אדער די פרינציפל אין סקול (אדער אפילו א עסקן אדער א טעראפיסט) כדי צו קענען ווייזן זייער כח פון קאנטראל. יעדע ווארט וואס זיי הערן פון א צווייטן וואס איז זיך סותר צו זייער עולם הדמיון, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אלס נאריש און אומריכטיג, יענער "פארשטייט פשוט נישט", איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, נאר די גאר קלוגע אינטעליגענטע מענטשן פארשטייען ווי ספעציעל חשוב זיי זענען באמת.
4. זיי דארפן כסדר האבן אטענשאן און קאמפלימענטן, נישט קיין חילוק וויפיל מען רימט זיי אויס זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן, זיי פאדערן מער און מער. נכלל אין דעם, איז די אוממעגליכקייט צו פארנעמען קריטיק. קריטיק איז ביי זיי ערגער ווי א ביס פון א שלאנג. דאס הרג'עט זייער פאלשע/פרעגייל עגא, עס קען פשוט נישט זיין אז זיי דעזערוון קריטיק, עס קומט זיך זיי אך ורק נאר גוטע ווערטער און קאמפלימענטן. אויב עפעס נעגאטיוו פאסירט איז אלץ דער צווייטער שולדיג. זיי קענען נאר נעמען קרעדיט פאר אלע גוטע זאכן וואס פאסירן אונטער זייער זייגער, און נאר פון די זאכן מעג מען רעדן.
וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
3. זיי זענען גאר ספעציעלע מענטשן, ממילא זוכן זיי נישט צו קאנעקטן מיט פשוט'ע מענטשן, נאר מיט די חשובי העם, זיי דארפן זיין פון די ראשי קהלה אדער מנהיגים, אדער די פרינציפל אין סקול (אדער אפילו א עסקן אדער א טעראפיסט) כדי צו קענען ווייזן זייער כח פון קאנטראל. יעדע ווארט וואס זיי הערן פון א צווייטן וואס איז זיך סותר צו זייער עולם הדמיון, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אלס נאריש און אומריכטיג, יענער "פארשטייט פשוט נישט", איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, נאר די גאר קלוגע אינטעליגענטע מענטשן פארשטייען ווי ספעציעל חשוב זיי זענען באמת.
וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
ווער זאגט אז עס איז נישט קיין "מידות"? האט איינער געזאגט אז מיט א גוטע מוסר ספר קען מען נישט ארויסקרוכן פון די שלעכטע מידה פון נארסיסם?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך...פאר מער זעהדא
וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
ווער זאגט אז עס איז נישט קיין "מידות"?
האט איינער געזאגט אז מיט א גוטע מוסר ספר קען מען נישט ארויסקרוכן פון די שלעכטע מידה פון נארסיסם?
אוודאי איז עס מידות, יעדע חולי נפש קומט פון די מידות - ליין: מידות פון די נפש הבהמי והרגשי.
אבער ווען א מענטש איז זייער שטארק פארקריפלט און פארדרייעט מיט זיינע מידות רעות פון גאווה עגאאיזם [וועלעכע קומען בעצם פון א שטארקע צוקלאפטקייט און ליידיגקייט אינעם הארץ פונעם באטרעפענדן], אזש ער ווערט ממש חולה מיט די זאך - וואס די דעפעניציע פון חולה נפש איז ווען דער מענטש איז נישט ביכולת ארויסצוקוקן ארויס פון זיינע הרגשים פון עגאאיזם און גאווה.
ממילא, אין אזא פאל איז קיין מוסר רייד און מוסר שיעור און מוסר ספר נישט ביכולת ארויסצונעמען דעם מענטש פון זיין מצב, ווייל ווען ער הערט אדער זעהט דברי מוסר וועט ער פון דארט פונקטליך פארשטיין מיט וואס 'דו' דארפסט זיך מתקן זיין.. היות דער מענטש מצד זיין הרגש וועלעכע ברענגט אים צו זיין אזוי סטאק אין זיינע עגאאיסטישע נטיות איז נישט ביכולת צו הערן בכלל אז ער איז אפשר אפשר נישט גערעכט, ווייל אויב יא וועט ער שפירן אויס מציאות - פארלוירן און ווערדלאז.
ממילא, איז די איינציגסטע וועלעכע קען אפשר אפשר אפשר העלפן איז אז מען וועט אריינגיין אין די שורש פון די געפיל וועלעכע ברענגט אים צו ווערן אזוי סטאק אין זיינע עגאאיסטישע הרגשים, און פון דארט אים העלפן ארויסגיין דערפון.
וכן הוא ביי יעדע מידה וועלעכע ווערט ביים מענטש פארוואנדלט אין א חולי, איז פארן מענטש כמעט אוממעגליך ארויסצוקריכן דערפון מיט די געווענליכע אויפקלערונגען און הסברה, ווייל ער איז נישט ביכולת אנצונעמען סתם אז ער וועט מוזן אנהייבן לעבן אן דעם. והבן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
ע"פ רוב ווילן נישט מענטשן זיין סתם שלעכט, און אודאי נישט א אידיש קינד. אבער עס זענען פאראן מצבים ווען מען קען זיך נישט העלפן. די רשעות וואס נארסיסיסטן טוען און די צרות וואס זיי טיילן אויס פאר זייערע נאנטע קומט פון א אינערליכע שוואכקייט, ווי עס ווערט גערופן אין די בוכער א "קאופינג מעכאניזם". שטעלט אייך פאר איינער דערטרענקט זיך אין ים, און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן העכערן וואסער, ער טופעט מיט די הענט און די פוס, און אינמיטן האקן מיט די הענט האט ער געגעבן א פאטש פאר'ן חבר וואס האט שטארק וויי געטון, און דערנאך נאך איינס פאר'ן צווייטן חבר... וועסטו באשולדיגן דעם מענטש וואס האט עס געטון? אדער וועסטו פארשטיין אז עס איז געווען שלא בכוונה, ער האט פשוט זיך געוואלט ראטעווען דאס לעבן און אויטאמאטיש האבן די ארומיגע געכאפט ביטערע קלעפ? אויב אזוי, איז נישטא קיין אנדערע ברירה, נאר זיך אפרוקן ווי ווייטער פונעם מענטש וואס דערטרונקט זיך, כדי מען זאל נישט כאפן קיין קלעפ. דו קענסט נישט ערווארטן ער זאל אויפהערן האקן, ווייל ער קעמפט פאר'ן לעבן! דאס זעלבע איז מיטן נארסיסיסט וועלכער מוז האבן די אטענשאן און פייניגן אנדערע פאר זיין אייגענע עגא, ער זאל שפירן העכער און בעסער פון אנדערע, ער זאל האבן פולע קאנטראל אויף יעדע סיטואציע, אן דעם וועט ער שפירן ממש ווי א טויטער (שפעטער וועלן מיר דאס אויכעט בעז"ה אויסשמועסן מער באריכות).
מצד שני, מערקן אן רוב אנדערע פסיכאלאגן, איז אינטרעסאנט צו זעהן אז דער נארסיסיסט ווייסט וואו-איין און וואו-אויס. ער ווייסט פונקטליך וואו און ווען אנצושטעלן א שיין פנים, ווען אנדערע זעהען וועלן זיי זיך אויפפירן זייער שיין צו זייער קינד אדער שותף, אזוי אז קיינער זאל זיי נישט חושד זיין אין גארנישט. אונטער פארמאכטע טויערן אבער, ווען קיינער הערט נישט און זעהט נישט, קומט ארויס זייער רשעות אויפ'ן ערגסטן פארנעם. איז דאך טייטש אז זיי זענען יא באוואוסטזיניג צו דעם פאקט וואס זיי טוען...
לכאורה איז דער אמת אז סובקאנשעסלי האבן זיי א פונקטליכע ציל און סטראטעגיע צו יעדע זאך, און זיי אליינס כאפן נישט וואס און פארוואס זיי טוען עס, כאטש זיי וואלטן אפשר געקענט מאכן א חשבון הנפש און אויסהערן וואס אנדערע רעדן זיך אפ, אבער די קראנקהייט לאזט זיי דאס בשום אופן נישט טון, עס איז סכנת נפשות פאר זיי צו הערן אז זיי זענען שולדיג און האבן גורם געווען צער פאר א צווייטן, און אויב דאס ווערט איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס, וועלן זיי נוצן כל מיני אויסריידן פארוואס יענער איז זיך שולדיג דערין און דער נארסיסיסט האט פשוט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה...
כדי צו פארשטיין גרונטליכער די סיבה פארוואס דאס פאסירט, איז וויכטיג צו פארשטיין ווי אזוי נארסיסיזם ארבעט. נארסיסיזם פאסירט אין די יונגע יארן (ערגעץ צווישן די 4-5 יאר און די צענערלינג יארן, ווענדט זיך וועמען איר פרעגט). דער אמת'ער מענטש איז זייער אנגעווייטאגט, געווענליך צוליב פארנאכלעסיגקייט, זיך נישט רעכענען מיט זיינע/אירע געפילן, אדער שטארקע קאנדישאנעל ליבשאפט (ד.ה. מען האט זיי נאר ליב ווען זיי טוען זאכן לויט ווי פארלאנגט), און פון גרויס צער שטופן זיי דעם אמת'ע מענטש אין דער זייט, און א פאלשער מענטש (false persona) ערשיינט אנשטאט אין בילד! פון יעצט און ווייטער, ווערט דער עכטער מענטש פול מיט ווייטאג געשטופט אונטערן קארפעט, און עס ווערט ערזעצט מיט'ן פאלשן מענטש וואס גייט ווייזן פאר יעדן ווי געלונגען ער/זי איז. אדער ווי אנדערע רופן עס אן, ער טוט זיך אן א שיינע מאסקע פאר די וועלט, און אפילו פאר דעם אייגענעם שותף אין אנהייב. אבער שפעטער קומט די פאלשקייט אראפ, די מאקסע ווערט פארשוואונדן, און דער שותף טרעפט זיך מיט'ן ביטערן מציאות פון א מאנסטער! די מאסקע ווערט אוועקגעלייגט אויף ווען מען באווייזט זיך פאר פרעמדע מענטשן. און דאס איז גורם אז אנדערע גלייבן נישט דעם נרדף וואס ער גייט אדורך, ווייל עס מאכט נישט קיין סענס אז דער שיינער איד, אדער איידעלע ווייבעלע, איז אזא שרעקליכער מאנסטער ווען קיינער זעהט נישט. ווען מען בעט דעם נארסיסיסט צו מאכן א חשבון הנפש, וועט ער עס טון מיט זיין "פאלשע מאקסע", און אויב אזוי האסטו גארנישט אויפגעטון! אויב גייסטו אים/איר שטופן צוריקצוגיין צום אמת'ן SELF, איז דאס ממש א סכנה זיי זאלן אריינפאלן אין א נערוון בראך רח"ל, דאס איז אויסטערלישע יסורים פאר זיי! עס זענען דא מאנכע מענטשן וואס זענען געווארן באוואוסטזיניג צו זייער נארסיסיסטישע נטיות, עס האט געפאדערט אויסטערלישע כוחות הנפש, באגלייט מיט דאקטוירים וועלכע האבן זיי געהאלפן איבערקומען די שוועריגקייטן, אבער דאס איז ממש א זעלטנהייט. רוב נארסיסיסטן וועלן טון אלעס אין דער וועלט נישט אנצוקומען צו דעם שרעקעדיגסטן פלאץ - דער אייגענער אמת'דיגער סעלף.
די נארסיסיסטן קענען זיין זייער געלונגען און אפילו ערליך אין אנדערע הינזיכטן. די געלונגענקייט און ערליכקייט איז אויך געשפילט מיט'ן פאלשן מענטש. עס איז נישט קיין סתירה צו זיין א ערליכער איד, וואס דאווענט בכוונה און לערנט עטליכע בלעטער גמרא א טאג, קען אפילו זיין א מגיד שיעור אדער א רב, אויפטון פאר אידישקייט, העלפן אנדערע אידן, אבער אינדערהיים איז ער שרעקליכער מענטש. אין ביהמ"ד קוקן זיי אויס ווי די געשמאקסטע אידן, עס איז א פלעזשור צו פארברענגען מיט זיי, זיי האבן אייביג א גוט ווארט פאר א צווייטן, מענטשן האבן זיי ליב, מען וויל זיך גאר משדך זיין מיט זיי... אבער דאס אלעס איז נאר די מאסקע!!! קיינער, אויסער די נאנטע, ווייסן נישט דעם אמת איבער דעם וואוילן מאנסטער...
איך וויל נישט מאריך זיין דערין ווייל איך ווייס נישט ווי אינטרעסאנט די טעכנישע פרטים איז פאר רוב ליינער, אבער איר קענט די אלע זאכן נאכטשעקן אויפן געוועב, איך פרוביר צו שרייבן די ענגלישע טערמינען פאר די קרענק אין יעדע שטיקל, כדי איר זאלט דאס קענען ריסורטשן אויב פעלט עס אויס. אבער איך טראכט אז כ'מוז עס מקדים זיין ווייל דאס וועט צוגעבן קלארקייט צום בילד.