רבותי לויט ווי איך האב אדורך געטון די נושא און איך האב עס אויך אדורך גערעדט מיט מומחים איז די מעשה אדער א פאלטשע מעשה, געשריבן דורך איינעם וואס מיינט אז ער האט ארויס נארסעסיזעם, אדער איז עס יא אמת אבער עס איז נישט נארסעסיזעם (אפשר אן אנדערע קרענק וואס איך ווייס נישט די נאמען, אדער אפשר סתם א ביטערע קאנטראלער)
(אדער אפשר גאר סתם אן עדווערטייזמענט אריינגעשיקט דורך מערכת פנים מאירות)
זיי ארבעטן אסאך מער מיט מח און קלוגשאפט א דרך ארוכה וקצרה וויאזוי זיי צוברעכן און צוחישן און צומישן די וויקטעם'ס סעלף עסטיעם אויף א לאנג טערמיניגע אויפן אז עס איז מורא'דיג שווער און נעמט א לאנגע צייט פארן וויקטעם צו כאפן בכלל אז ער גייט דורך גיהנם אויף דער וועלט (און איינמאל מ'כאפט עס, הייבט זיך אן א ריכטיגע גיהנם ביז מ'זעהט זיך ארויס דערפון)
משא"כ די מעשה אין די באשרייבונג איז צו שטארקע זאכן, וואס מ'קען אנטייטלען אויפן נארסיסיסט, און סאיז נישט קיין זאכן וואס די נארסיסיסט קען דיר נאך לאכן נאכדעם אין פנים אז איך האב גארנישט געטון ס'איז נארדיוואס די בוסט א קראנקע און שוואכע מח חלום'סטע זאכן וואס זענען קיינמאל נישט געשטויגן און געפלויגן און ער בייוויזט נאך ארויס צו באקומען פון דיר דיין הסכמה אז די ביסט דער קראנקער מח און איינמאל ער האט דיין הסכמה צוקלאפט ער דיר נאכמער און ניצט עס אויס אויף א געפערליכן אויפן,
אנטשולדיגט אויב איך אנטויש דא איינעם אבער איך בין גאנץ זיכער מיט דעם.

איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, נארסיזעם איז א צווייטע נושא, אבער די מעשה רעדט פון BPD,
א גוטן כבוד מי אדיר! ווי שוין דערמאנט אין די אימעיל קען איך נישט גענוג דאנקען, אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס דו האסט געמאכט מיט דיין באשרייבונג ביז אהער, ווער עס איז דאס נישט אליינס אריביר אויף די אייגענע הויט פארשטייט ליידער נישט וויפיל די באשרייבונג האט אויפגעטוהן
אבער די ביטערע פאקט אז בלוט גיסט זיך נאך, קרבנות זענען נאך אונטערדריקט און זיי ווייסן אפילו נישט, אז זיי זענען באמת אומשולדיג, (ווי איינער האט מיר דערציילט אז ער האט שוין געהאלטן ביים סקעשולען אן אפפוינטמענט ביי א דאקטער זיך צו באהאנדלען אויף דיימענשיע, נאך וואס זיין שותף האט אים אזויפיל זאכען איבערגעזאגט אין זיין נאמען "געדענקסט נישט ווי מיר האבן אפגעשמועסט ביי יענע מיטינג אז דאס איז נישט אין די שותפות וכו' " א מזל אז ער האט געטראפן די איידיע פון געזלייטונג און אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז בלויז א נארסעסיסט מיט זיינע פלייאינג מאנקי'ס אבער חוץ מזה איז די זכרון ב"ה שטארק)
LET'S STOP THE BLEEDING
די טראגעדיע גייט אן בתקפו, דיינים און עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג, אין די גאנצע נושא פון פערסענאלעטי דיסארדער'ס מאכען ליידער החלטות אויף יא אדער נישט צוטיילן א שטוב, ווילאנג עס איז נישט געוועהן קיין אינפא עוועילעבל עכ"פ אין אידיש איז נאך געוועהן צו דן זיין לקוו זכות, אבער יעצט פארוואס זאל נישט יעדער וואס ווערט אריינגעשלפט אין שלום בית אנגעלעגנהייטן דורך ליינען די וויכטיגע באשרייבונג, ואם לא יועיל לא יזיק.
אשע"כ בעט איך רשות פון "מי אדיר" אויב איך קען פארשפרייטן די באשרייבונג?
נו ווער טוט למעשה? מען דארף פארשפרייטן די ארטיקלען פון "מי אדיר" מ'קען ראטעווען "דורות" און צוריק האלטן אזויפיל "אידיש בלוט" פון ווערן פארגאסן, יעדע רב/דיין/עסקן מוז דורכלייענען די באשרייבונג! פאר ער רירט נאר אן סיי וועלכע קעיס, אז נישט קען ער [וועט ער] מאכן "חורבנות"
וויפיל מענטשן העלפן ארויס די בלוט פארגיסונגען וואס קומען פאר, נישט כאפענדיג אז זיי זענען פארכאפט אין די נעץ פונעם נארסיסיסט (flying monkeys), און העלפן אים דורכפירן זיינע "געמיינע רציחות," מיינענדיג גאר אז זיי נעמען זיך אן פאר די געפייניגטע.
דאס קען פארמיטן ווערן ווען מענטשן זאלן ווען וויסן וועגן דעם, פארשטיין, און כאפן אז מען נעמט נישט קיין צד אין קיין שום מעשה אן הערן ביידע צדדים.
די באשרייבונג דארף ווערן פארשפרייט, די זכות פון זיך אננעמען פאר די אומשולדיגע וואס ווערן באשמוצט אויף גאר געמיינע אופנים... איז דאך "אין לשער".