כ''ק אדמו''רהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 06, 2023 3:51 am
א גרויסן יישכ הרב מי אדיר! געליינט ביז אהער. גאר ווייטאגליך און טראמיטאזירנד. ממש מוראדיג! אפשר קענסטו אויך ארויסברענגען אזוי שטארק און קלאר איבער BPD? איך גלייב אז דער עולם דא און די בעלי נפש וועלן עס גאר שטארק עפרישיעיטן
איך האב שוין געענטפערט אין אישי אז עס איז נישט שייך אויפן מאמענט, בכלל בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט אין BPD ווי NPD. אפשר מיט די צייט. פאר עטוואס אינפארמאציע קענסטו אנהייבן דא: viewtopic.php?p=1713851#p1713851
דער נושא פון 'נארקעזיסים' איז א גאר ווייטאגליכע נושא גאר אסאך היימעשע שטיבער ליידען פון דעם גאר אסאך רח"ל. הן מענער און הן ווייבער ! עס איז דא אסאך גיטע ביכער אויף דעם סיי זיך דיר נארקיסיט זיך צו פארשטיין און סיי ווי אזוי לעבט מען און מען גיט זיך אן עצה מיט זיי. אבער כולי עלמא מודה אז עס איז יסורי גיהנים אויף דער וועלט ליידער פאר ביידע, בפרט ווען דער נארקעסיסט איינדער קענט נישט זייערע חסרון. לויט מיינע פיל יארן און דו פעלד פון תורת הנפש היהודי דאס איז איינער פון דו שווערסטער נושא צו בייהאנדלען! לגבי דו שאלה אויב מען זאל זיך גט'ן[ דאס איז נישט קיין שאלה וואס א יועץ אדער א טערפיסט מעג אדער זאל ענטפערן עס בלאנגט ריין פאר דעת תורה וואס זיי האבן סייעתא דשמיא אבער דאס איז זיכער גאר אסאך וואס זענען אן געקומען צו מיר נאך דו הסכמה פון דער טערפיסטע"ן אז אנדערע עצה איז נישט דא נאר זיך צו גט'ן האב איך געפירט א קאמף קעגען דו חכמים המה לרע, מיט דו חיסידישע לבוש !! און איך האב צרוק געפרעגט ! אויב דו ביסט געקומען צו מיר הייסט עס אז דו האסט א משהו א ספק אויב דאס איז רצון ה'! מיר זענען דא אלע עבדי ה' אויף א שליחות לעשות רצונו בלבב שלם ידער איינער מיט זיין נסיונות און לעבען.
****
מאך צו דיינע אויגן מיט א רויגקייט און פארגאס אלט'ס וואס מען האט דיר געזאגט ביז אהער פרעג דיך אליינט לויט דיין מצב יעצט ווי השי"ת האט דיר אריין געלייגט, מיט דיינע שוואכקייטען אויך מיט א שטיב מיט קינדער קע"ה וכדומה, זעסטו אז דער גאנצע בילד וועט ווערן בעסער אויב דו גט זיך? און לעבען אליינט? און א דורך גיין יסורי אויב מיט דו גט? אויב יא שמיס עס אדורך מיט א דעת תורה וואס קען דער נושא פון נאנט! צו ער איז אויך מיט דיר מסכים און אדרבה דאס איז א מצוה און דער תוה"ק נישט וויינגער ווי קידושין. אבער אויב עס קומט דיר אויס מיט א ריינע אמת אז דו מצב און דער גאנצע בילד וועט זיין פיל ערגער פאר דיר און דיין עתיד דעמאלט'ס דארף מען לעבען ווי א יוד און מקבל זיין יסורים של אהבה, ווייל פון גאט'ס וועגען קען מען נישט אנטלויפן !! דער איינציגסטע וואס איז אנטלופען וואס איז ארויס אום געשדיגט איז יונה הנביא דער פיש האט אים אויס געשפיגען !! אבער מער נישט!!! טייערע ידידי! איך לייד מיט מיט אייך! אבער מיין דרייסיג יאר און דעם פעלד פון יועץ והדרכה כולם שוין לטובה כה לחי! איז מיין שאלה צו זיי דו וואס קומען פאר הילף! ווילסט דו זיין דער מנוצח אדער דער מנצח ? ראשית כל דארף מען זיך איננטער ווארפען אינטער רצון ה' !! אין מקבל זיין רצון ה', און אריין ברענגען השי"ת און אינזערע לעבען! און ווען מען טוט זיך און גאנצען אינטער ווארפן תחת הנהגת השי"ת, דאס הייסט מקבל זיין אחריות אויף מיין לעבען און אויף זיך, ווייל נאר דו ביסט יעצט דא! וואס דאס איז טאקע פון דער שווערסטער אויף גאבע און לעבען, מקבל זיין אחריות און אויף געבען אינזערע EGO פאר דער רצון ה'. יעצט איז מיין שאלה צו דיר פארוואס איז דאס.... א פראבלעם צי דיר? און וואס קענסטו טאן צו דעם? וועלכע כלים קענט איר זיך אויס לערנען זיך צו געזונט האלט'ן? לאמיר דאס אדורך שמיסען און אויף קומען מיט א מהלך און פתרון וויאזוי זיך אן עצה געבען מיט דעם. לכן דארפ'ט איר אויסקלייבען GOLAS און מיר טאן אייך דאס בגלייטען אז איר זאלט דאס קענען אדורך פירען אויף א גזינטער אויפן. ווער עס דארף הילף אדער הדרכה ווי אזוי צו לעבן געזינט און ערליך מיט שלות הנפש קען זיך צו מיר פארבינדען
No More Walking on Eggshells: A Practical Guide to Understanding, Coping and Living with Someone Who Has Borderline Personality Disorder Or Narcissistic Personality Disorder
Breaking the Mirror—Overcoming Narcissism: How to Conquer Self-Centeredness and Achieve Successful Relationships
איך האב ערהאלטן אן "אימעיל" (נישט קיין אישי) דורך ארענדאר, איינער שיקט מיר א מעסעדזש ווי פאלגענד:
א גוטן כבוד מי אדיר,
קודם א ריזיגן יישר כח פאר דיין באלערנדן ארטיקל, עס האט שוין איינגעשפארט עגמת נפש מיט שווערע געלטער פאר טעראפיסטן (היות די פריערדיגע זענען שוין פסול, וואלט מען שוין יעצט ווען געהאלטן ביי נאך אפאר שטיק) איך האב שוין געגעבן די פרינט-אוט פאר רבנים, און עס האט שטארק געעפנט די אויגן ב"ה.
אויב דו קענסט באשטיין צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן אדער פערזענליך וואלט איך געוואלט עפעס דורכרעדן. אויב נישט וועל איך אראפשרייבן מיין שאלה.
יישר כח
היות איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע ווער דער שרייבער איז, איך קען נישט רעספאנדן אין אישי - ווי אויך האב איך נישט ערהאלטן קיין טעלעפאן נומער, אלזא אויב קען מיר דער שרייבער שיקן א אישי וועל איך קענען מאכן קשר.
א גוטן כבוד מי אדיר! ווי שוין דערמאנט אין די אימעיל קען איך נישט גענוג דאנקען, אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס דו האסט געמאכט מיט דיין באשרייבונג ביז אהער, ווער עס איז דאס נישט אליינס אריביר אויף די אייגענע הויט פארשטייט ליידער נישט וויפיל די באשרייבונג האט אויפגעטוהן
אבער די ביטערע פאקט אז בלוט גיסט זיך נאך, קרבנות זענען נאך אונטערדריקט און זיי ווייסן אפילו נישט, אז זיי זענען באמת אומשולדיג, (ווי איינער האט מיר דערציילט אז ער האט שוין געהאלטן ביים סקעשולען אן אפפוינטמענט ביי א דאקטער זיך צו באהאנדלען אויף דיימענשיע, נאך וואס זיין שותף האט אים אזויפיל זאכען איבערגעזאגט אין זיין נאמען "געדענקסט נישט ווי מיר האבן אפגעשמועסט ביי יענע מיטינג אז דאס איז נישט אין די שותפות וכו' " א מזל אז ער האט געטראפן די איידיע פון געזלייטונג און אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז בלויז א נארסעסיסט מיט זיינע פלייאינג מאנקי'ס אבער חוץ מזה איז די זכרון ב"ה שטארק)
LET'S STOP THE BLEEDING
די טראגעדיע גייט אן בתקפו, דיינים און עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג, אין די גאנצע נושא פון פערסענאלעטי דיסארדער'ס מאכען ליידער החלטות אויף יא אדער נישט צוטיילן א שטוב, ווילאנג עס איז נישט געוועהן קיין אינפא עוועילעבל עכ"פ אין אידיש איז נאך געוועהן צו דן זיין לקוו זכות, אבער יעצט פארוואס זאל נישט יעדער וואס ווערט אריינגעשלפט אין שלום בית אנגעלעגנהייטן דורך ליינען די וויכטיגע באשרייבונג, ואם לא יועיל לא יזיק.
אשע"כ בעט איך רשות פון "מי אדיר" אויב איך קען פארשפרייטן די באשרייבונג?
אדרבה ואדרבה! עס וואלט מיר געווען א כבוד און די גרעסטע זכות דאס צו פארשפרייטן און העלפן אידן דערמיט!
איך האב שוין געזאגט פאר עטליכע מענטשן וואס האבן מיר געקלינגען, אז איך וואלט דאס אלעס געקענט באשרייבן אין א אויסגאבע פאר געלט אדער אין א בוך א.א.וו., אבער איך האב עס נישט געטון פאר געלט (און נישט ווייל איך נויטיג זיך נישט אין געלט...). שטעלט אייך פאר עס ווערט באשריבן אין א מאגאזין וואס נאר טייל מענטשן קויפן עס און נאך ווייניגער ליינען עס, עס לויפט חודש'ליך קאפיטל נאך קאפיטל, און בשעת מען לייענט קאפיטל ב' איז שוין די פריערדיגע חלק אין מיסטקאסטן... איך האב נישט געוואלט דאס. איך האב עס געשריבן דייקא דא אויף אייוועלט ווי טויזענטער מענטשן ליינען (ליידער נאך נישט גענוג ניקס האבן דאס געליינט, געוויסע מענטשן מישן אוועק דאס בלעטל ווען זיי זעען דעם ווארט נארסיסיזם, טראכטנדיג מה לי ולו, וואס האב איך מיט די מאדנע ווארט נארסיסיזם), איך האב געוואלט עס זאל זיין צוזאמענגענומען לפונדק אחד ויעמדו למשמרת ימים רבים, אז יעדער זאל האבן די געלעגנהייט עס צו ליינען. אלזא בין איך אודאי מסכים עס מפיץ צו זיין וואו אימער מען קען העלפן א אידיש קינד. איך וואלט נאר געקענט באשטיין עס זאל זיין דבר בשם אומרו, און צושרייבן אז דאס קומט פון "מי אדיר" אויף אייוועלט.
והשתא דאתית להכי, אז איך רעד שוין מוז איך זיך אנטשולדיגן אז איך בין שטארק אונטערשטעליג מיט'ן המשך, דער לעבן איז אנפרעדיקטעבל און איך בין געווארן פארנומען מיט מערערע פראיעקטן, און עס איז ממש אן עצת היצר אז איך קען נישט ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש. נאך מער, אפילו די ביז איצטיגע וויל איך אביסל איבערארבעטן עס זאל זיין קלארער און בעסער אויסגעשטעלט, און איך דארף אסאך צייט דערצו. מיר וועלן זיך אבער נישט ברעכן, מען וועט בעז"ה פרובירן מיט אלע כוחות צו גיין ווייטער מיט די ארבעט.
מבין ומאזיןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:14 pm
דער נושא פון 'נארקעזיסים' איז א גאר ווייטאגליכע נושא גאר אסאך היימעשע שטיבער ליידען פון דעם גאר אסאך רח"ל. הן מענער און הן ווייבער ! עס איז דא אסאך גיטע ביכער אויף דעם סיי זיך דיר נארקיסיט זיך צו פארשטיין און סיי ווי אזוי לעבט מען און מען גיט זיך אן עצה מיט זיי. אבער כולי עלמא מודה אז עס איז יסורי גיהנים אויף דער וועלט ליידער פאר ביידע, בפרט ווען דער נארקעסיסט איינדער קענט נישט זייערע חסרון. לויט מיינע פיל יארן און דו פעלד פון תורת הנפש היהודי דאס איז איינער פון דו שווערסטער נושא צו בייהאנדלען! לגבי דו שאלה אויב מען זאל זיך גט'ן[ דאס איז נישט קיין שאלה וואס א יועץ אדער א טערפיסט מעג אדער זאל ענטפערן עס בלאנגט ריין פאר דעת תורה וואס זיי האבן סייעתא דשמיא אבער דאס איז זיכער גאר אסאך וואס זענען אן געקומען צו מיר נאך דו הסכמה פון דער טערפיסטע"ן אז אנדערע עצה איז נישט דא נאר זיך צו גט'ן האב איך געפירט א קאמף קעגען דו חכמים המה לרע, מיט דו חיסידישע לבוש !! און איך האב צרוק געפרעגט ! אויב דו ביסט געקומען צו מיר הייסט עס אז דו האסט א משהו א ספק אויב דאס איז רצון ה'! מיר זענען דא אלע עבדי ה' אויף א שליחות לעשות רצונו בלבב שלם ידער איינער מיט זיין נסיונות און לעבען.
****
מאך צו דיינע אויגן מיט א רויגקייט און פארגאס אלט'ס וואס מען האט דיר געזאגט ביז אהער פרעג דיך אליינט לויט דיין מצב יעצט ווי השי"ת האט דיר אריין געלייגט, מיט דיינע שוואכקייטען אויך מיט א שטיב מיט קינדער קע"ה וכדומה, זעסטו אז דער גאנצע בילד וועט ווערן בעסער אויב דו גט זיך? און לעבען אליינט? און א דורך גיין יסורי אויב מיט דו גט? אויב יא שמיס עס אדורך מיט א דעת תורה וואס קען דער נושא פון נאנט! צו ער איז אויך מיט דיר מסכים און אדרבה דאס איז א מצוה און דער תוה"ק נישט וויינגער ווי קידושין. אבער אויב עס קומט דיר אויס מיט א ריינע אמת אז דו מצב און דער גאנצע בילד וועט זיין פיל ערגער פאר דיר און דיין עתיד דעמאלט'ס דארף מען לעבען ווי א יוד און מקבל זיין יסורים של אהבה, ווייל פון גאט'ס וועגען קען מען נישט אנטלויפן !! דער איינציגסטע וואס איז אנטלופען וואס איז ארויס אום געשדיגט איז יונה הנביא דער פיש האט אים אויס געשפיגען !! אבער מער נישט!!! טייערע ידידי! איך לייד מיט מיט אייך! אבער מיין דרייסיג יאר און דעם פעלד פון יועץ והדרכה כולם שוין לטובה כה לחי! איז מיין שאלה צו זיי דו וואס קומען פאר הילף! ווילסט דו זיין דער מנוצח אדער דער מנצח ? ראשית כל דארף מען זיך איננטער ווארפען אינטער רצון ה' !! אין מקבל זיין רצון ה', און אריין ברענגען השי"ת און אינזערע לעבען! און ווען מען טוט זיך און גאנצען אינטער ווארפן תחת הנהגת השי"ת, דאס הייסט מקבל זיין אחריות אויף מיין לעבען און אויף זיך, ווייל נאר דו ביסט יעצט דא! וואס דאס איז טאקע פון דער שווערסטער אויף גאבע און לעבען, מקבל זיין אחריות און אויף געבען אינזערע EGO פאר דער רצון ה'. יעצט איז מיין שאלה צו דיר פארוואס איז דאס.... א פראבלעם צי דיר? און וואס קענסטו טאן צו דעם? וועלכע כלים קענט איר זיך אויס לערנען זיך צו געזונט האלט'ן? לאמיר דאס אדורך שמיסען און אויף קומען מיט א מהלך און פתרון וויאזוי זיך אן עצה געבען מיט דעם. לכן דארפ'ט איר אויסקלייבען GOLAS און מיר טאן אייך דאס בגלייטען אז איר זאלט דאס קענען אדורך פירען אויף א גזינטער אויפן. ווער עס דארף הילף אדער הדרכה ווי אזוי צו לעבן געזינט און ערליך מיט שלות הנפש קען זיך צו מיר פארבינדען
איך האב אראפגענומען די אפציע מיר צו קאנטאקטן דורך אימעיל ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי צו ריפלייען (דער אימעיל באקום איך דאך פון "ארענדאר".) ביטע שיקט א אישי ווען איר ווילט זיך מקשר זיין.
איך בעט דעם וואס האט מיר געשיקט היינט א אימעיל זאל מיר שיקן זיין בקשה אין אישי, נאר אזוי קען איך רעפלייען.
בעפאר מיר גייען אריינגיין אין די בארבארישע טאקטיקן ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן זייערע קרבנות, מוזן מיר קודם קלאר מאכן דעם סדר ווי אזוי און ווען זיי טוען דאס, כדי זייערע טאקטיקן זאל האבן דעם מאקסימום אפעקט. די סדר איז איינגעטיילט אין דריי שלבים.
דאס איז גורם אז דער שותף ווערט געווארפן ווי א ראולערקאוסטער, דער נארסיסיסט האט דעם כח צו מאכן דעם שותף פרייליך און צוריק אראפווארפן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ואין לאל ידיו זיך צו ראטעווען פון די מאכטפולע מאניפולאציע און קאנטראל. עס פאדערט אויסטערלישע כוחות צו כאפן וואס דא גייט פאר און זיך ארויסצוזעהן פון דעם פארכאפטן נעץ.
עס קען זיך יא מאכן אז דער קרבן כאפט וואס דא פאסירט, ספעציעל ווען דער גלגל החוזר פון די דריי שלבים האט זיך שוין איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, און מען נעמט ענדליך אינאכט אז די גאנצע "גוטע לעבן" איז נישט מער ווי א ביטערע שפיל, און ערשט דאן ווערט מען געווענליך געוואר פון די פערסאנאליטי דיסארדערס, מען הערט פון אנדערע מענטשן אדער טעראפיסטן, אדער מען לייענט עס אין א בוך, און עס שיינט אויף א געוויסע ליכטיגקייט, א שמחה פון התרת הספיקות. געווענליך ווען דער נארסיסיסט שפירט אז דער שותף האט ענדליך אויסגע'פיגערט זייער מהלך, וועלן זיי שוין נישט אייביג צוריקקומען נאכאמאל, נאר וועלן פרובירן אפהאקן לנצח נצחים, און זיך זוכן פרישע סופליי.
** ** **
עס קען אויסקוקן ווי איך האב מאריך געווען, אבער דער אמת איז אז דאס זענען ממש די יסודות אין קורצן, און מען קען אויף יעדע חלק באזונדער נאך אסאך מאריך זיין. דער עיקר וואס איך וויל אז דער עולם זאל ארויסהאבן די קאנצעפט קלאר.
קומענדיגע קאפיטלען וויל איך אי"ה אויסשמועסן די פינסטערע איידיעס און טאקטיקן וואס די נארסיסיסטן באנוצן זיך צו פייניגן און חרוב מאכן דאס לעבן פון זייערע קרבנות, וואס דאס פאסירט געווענליך אין שלב ב', ווען מען הייבט צעביסלעך אן צו קלאפן דעם שותף.