Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים
איך קען נישט פארשטיין. ס'איז זייער קלאר ביי מיר פון דיינע ווערטער, אז די נארסעסיסט וויל "דוקא פאניגען זיין שותף" און "נאר אזוי" שעפט ער חיות...מי אדיר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 3:49 pmדער קאווערט נארסיסיסט
איידער מיר גייען ווייטער, שפיר איך אז מיר מוזן מאכן נאך א שטיקל הקדמה אויסצושמועסן דעם "קאווערט" - באהאלטענע/שטילע נארסיסיסט, ווייל געוויסע זאכן ווערן אביסל אנדערש ארויסגעברענגט ביי זיי, און עס איז שווערער צו אידענטיפיצירן.
דער טערמין פון קאווערט נארסיסיסט, אדער ווי טייל רופן עס אן די "וואלנערעבל נארסיסיסט", "אינטראווערטעד נארסיסיסט", אדער "קלאזעט נארסיסיסט”, האבן ריסורטשערס אויסגעטראפן נאכ'ן באמערקן אז אסאך מענטשן האבן ענליכע שטריכן צו נארסיסיסטן, אבער עס איז פארט נישט אויפ'ן זעלבן פרעכן אופן ווי דער געווענליכער נארסיסיסט. אסאך מענטשן האבן זיך געמוטשעט דערמיט, ווייל מען האט נישט געקענט דערגיין וואס דער ריכטיגער דיאגנאז איז פאר די סארט חברה.
לויט רוב עקספערטן, זענען די באהאלטענע נארסיסיסטן די מערסטע שעדליך און סכנה'דיג, ווייל זיי טוען זייער רשעות פיל מער באהאלטן און אומבאמערקט, אזש עס קען נעמען יארן ביז מען כאפט וואס עס גייט פאר. ביי א אפענעם נארסיסיסט וועט די מאסקע אראפפאלן פיל שנעלער און אזא מערידזש קען זיך ענדיגן נאך געציילטע יארן, ביי די קאווערט נארסיסיסטן קען עס נעמען 20 יאר, און אפילו 30-40 יאר! די גאנצע צייט לעבט דער קרבן אין א נעפל, ער שפירט אז "עפעס" איז נישט אין ארדענונג, ער זעהט געוויסע "רעד פלעגס", אבער איז ממש נישט אומשטאנד אנצואווייזן וואס גענוי איז נישט ריכטיג. די אביוז איז שטארק באהאלטן, אויף א אופן וואס די עקספערטן רופן אן "פאסיוו-אגרעסיוו" (Passive Aggressive), וואס מיר וועלן אי"ה מסביר זיין מער באריכות אין קומענדיגן קאפיטל.
נישט קיין וואונדער, אלזא, אז פילע ריסורטשורס רופן אן די קאווערט נארסיסיסט "א וואלף אין די קליידונג פון א שעפעלע". פון א אפענע וואלף איז פיל גרינגער אכטונג צו געבן, אבער ווען דו זעסט א אומשולדיגע שעפעלע האט נישט דער קרבן קיין שום השגה אז עפעס קאכט זיך אונטער די שעפעלעס הויט.
בשעת דער אפענער נארסיסיסט וועט זיך אפט רעגן, שרייען, רופן דעם קרבן מיט שפעט-נעמען, וועט מען דאס קיינמאל נישט זעהן ביים באהאלטענעם נארסיסיסט. זיי וועלן זאגן זאכן זייער איידל און אפילו מיט א רואיגע שמייכל. צב"ש אויב דער מאן איז אביסל א צופלויגענער, וועט א אפענע נארסיסיסטישע ווייב קענען רודפ'ן "ביסט א צופלויגענער מענטש, מען קען נישט וואוינען מיט דיר", משא"כ די באהאלטענע וועט שיין ארגאניזירן זיין קלאזעט, און ווען דער מאן קומט אהיים וועט זי אים זאגן "איך האב מסדר געווען דיין קלאזעט, ווייל איך זעה אז דו אליינס קענסט זיך נישט מסדר זיין". קוקט אויס ווי גאנץ א נארמאלע סטעיטמענט, אבער דער מאן וועט שפירן דעם שטאך, ווייל דאס איז נישט אן איינמאליגע זאך; עס חזר'ט זיך איבער כסדר.
בשעת ביים אפענעם נארסיסיסט וועט מען כסדר זעהן אז זיי זוכן כבוד און אטענשאן, וועט עס דער שטילער נארסיסיסט קונצליך באהאלטן. זיי וועלן זיצן ביי א שמועס שטיל, אויסהערן יענעם, און נאר רעדן אויב מען פרעגט זיי. זיי שפילן עניוות, כאילו זיי דארפן גארנישט.
א אפענער נארסיסיסט וועט נעמען א גראבן מעסער און אריינשטעכן אינעם נפש אזש עס וועט גיסן בלוט. די באהאלטענע נארסיסיסטן נעמען קליינע דזשילעטן מיט פיצעלע בלעידס און געבן קליינע אומבאמערקבארע שניטן ווען קיינער באמערקט נישט, ניטעמאל דער קרבן אליין, און דער נארסיסיסט שפילט כאילו ער ווייסט נישט וואס גייט פאר. עס איז אבער רשעות'דיג און סטראטעגיש אויסגערעכנט צו צוברעכן דעם קרבן אויף א שרעקליכן פארנעם. דער שליסל ווארט וואס אלע עקספערטן נוצן איז "Subtle" (איך האב נישט דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר...), ד.מ. זייער צעביסלעך, שטיל און אומבאמערקבאר. זיי וועלן זייער פארזיכטיג שטילערהייט צוקלאפן דעם שותף, מאניפולירן, אלעס צוביסלעך, אן דעם וואס מען נעמט אינאכט די דעמעדזש.
דער קרבן וועט צוליב דעם לעבן אין א שטערקערע ווייטאג. ער קען נישט אויס'פיגערן וואס עס פאסירט דא. עפעס שמעקט נישט גוט אבער ער קען נישט אנצייגן וואס דאס איז. דער קרבן הערט אויף זיך אליינס צו טראסטן, וויבאלד ער קען זיך נישט אויסרעדן פאר קיינעם ווייל כמעט קיינער וועט אים נישט פארשטיין, מענטשן וועלן אים אנקוקן מאדנע אויף די "מינדערוויכטיגע פראבלעמען", אלזא שפירט ער מורא'דיג איינזאם און פארלוירן, און ער שטארבט צעביסלעך אפ פון אינווייניג מיט א פיינפולע לאנגזאמע טויטע נפש.
אין די פסיכאלאגישע וועלט איז באקאנט די משל פון א פראש וואס שטארבט צעביסלעך. דער משל בקיצור איז, ווען דו ווארפסט אריין א פראש אין קאכעדיגע וואסער, וועט עס גלייך ארויסשפרינגען און זיך גיין אפקילן. טאמער אבער דו לייגסט עס אריין אין ווארעמע וואסער (פרעש גלייכן דאך וואסער) און נאכדעם וועט מען צעביסלעך מאכן די וואסער הייסער און הייסער, וועט די פראש נישט שפירן די סכנה, ער וועט זיך עדזשאסטן זיין אייגענע טעמפעראטור ער זאל קענען פארנעמען די היץ, ביז עס קומט אן צו א פאטאלע היץ און ער איז טויט!
דער נמשל איז מיט די אביוזערס וואס ארבעטן מיט דעם אופן זייער שטיל און צעביסלעך (בפרט מיט געזלייטינג, וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן באריכות), דאס מאכט דעם קרבן פארנעפלט און אומבאוויסטזיניג צו דעם געפאר אז ער גייט בקרוב האבן א טויטע נפש. און דערפאר טאקע זענען די שטילע נארסיסיסטן אזוי שעדליך.
דער קאווערט נארסיסיסט איז פיל מער כיטרע און פיפיג ווי דער אפענער. פון דרויסן קוקט אויס ווי זיי זענען געטרייע מענטשן, זיי זארגן זיך פאר'ן שותף אדער פאר'ן קינד, זיי קוקן אויס איידל און עניוות'דיג, און מענטשן פאלן דערפאר. כאטש זיי האבן נישט קיין עמפאטיע און מיטגעפיל פאר א צווייטן, קענען זיי גוט שפילן דעם געים כאילו זיי האבן יא. זיי שטעלן זיך ארויס גוטהארציג, ברייטהארציג, זוכן צו העלפן אנדערע, עד כדי כך אז פילע מענטש וועלן גאר מקנא זיין דעם קרבן אז ער האט זוכה געווען צו אזא פאסיגע געלונגענע שותף. זייער מאסקע איז פיל בעסער ארויפגעקלעבט, אפילו פאר די נאנטע וועט נעמען יארן צו כאפן די ביטערע רעאליטעט. קינדער פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן ע"פ רוב גארנישט כאפן אין די יארן וואס זיי וואקסן אויף, נאר ערשט שפעטער אין לעבן ווען זיי וועלן קוקן אויף צוריק.
זיי וועלן פייניגן די שותפים אויף פאסיוו-אגרעסיוו אופנים שונים. למשל "פארגעסן" זאכן. זיי וועלן פונקט פארגעסן צו קויפן וואס דער שותף האט געבעטן, פארגעסן אפצונעמען פון געשעפט א זאך וואס דער שותף דארף וויכטיג, אדער פארגעסן צו ברענגען צום טיש וואס מען האט זיי געבעטן. אדער וועלן זיי אייביג טון זאכן "אביסל אנדערש" פון וואס מען האט זיי געבעטן, צב"ש אנקומען אביסל שפעטער צום וויכטיגן אפוינטמענט, סערווירן אביסל אנדערע סארט עסן וואס דער שותף וואלט געוואלט. דאס פאסירט מערערע מאל און דער קרבן ווערט אויפגערעגט און באליידיגט, עס טוט אים וויי אז זיינע פארלאנגען ווערן קיינמאל נישט ערפילט נארמאל, יעדע מאל טוט מען אנדערש מיט נייע תירוצים, עס מאכט אים שפירן ווי ער איז גענצליך ווערדלאז, זיינע צרכים פארנעמען נישט קיין פלאץ ביי זיין שותף. פארשטייט זיך אז דער נארסיסיסט וועט אלעס אוועקמאכן, כאילו "דו מאכסט זיך נאריש פאר קלייניגקייטן, האסט געבעטן א רויטע פאפריקע און כ'האב געברענגט א גרינע, מ'קען שוין מיינען... דו מאכסט א אישו פון א טישו...", און דער קרבן בלייבט טאקע שטיל, ער שפירט זיך נאריש (like a fool) אז ער קאמפלעינט אויף אזעלכע קלייניגקייטן, און הייבט אן טראכטן אז עפעס איז טאקע נישט ארדענונג מיט זיך אליינס, נישט מיט דעם נארסיסיסט.
אסאך פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן זיך אויפפירן צום שותף ווי א מחנך אדער מחנכת, וואס פרובירט פשוט "צו העלפן" דעם שותף וואקסן און ווערן בעסער... זיי טוען דערמיט אראפקלאפן און אפ'הרג'ענען דעם ביסל קאנפידענץ פונעם שותף וואס באקומט כסדר מעסעדזשעס אז טראץ וואס ער האט געמיינט ער איז א נארמאלער געשמאקער עוורידזש יונגערמאן, איז ער גאר א שלימזל און א "פעליער", מאכט כסדר טעותים און טוט אומריכטיגע זאכן, און ער דארף גאר דאנקבאר זיין דעם שותף פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג... עס איז שווער זיך מצייר צו זיין די נזק צער בושת פון דעם יונגערמאן וואס ווערט מחונך פון זיין ווייב, זי זאגט אים כסדר מוסר, זי נעמט קעהר פון זיין רוחניות, ווי אזוי ער פירט א שבת טיש, ווי אזוי ער לערנט מיט די קינדער, ווי אזוי ער דאווענט, וכו' וכו'. די שווערסטע חלק איז אז נישט קיין חילוק ווי שטארק מען וועט זיך פרובירן צוצושטעלן צו אלע זייערע קאפריזן, זארגט נישט... די נארסיסיסטן זענען מומחים אין אויפגראבן פרישע פראבלעמען און אישו'ס פון אונטער דער ערד אבי צו קענעם באשולדיגן דעם קרבן... דער שותף וועט האלטן אין איין הערן קאמפלעינטס וואס ער איז נאך אלץ נישט גענוג גוט, ביז ער וועט באשליסן ביי זיך אליינס אז ער איז טאקע איין שטיק דורכפאל, און זיין שותף איז א געלונגענע ערליכע מחנכת.
זיי וועלן אויך שטילערהייט לייגן די אחריות אויפ'ן שותף זיי צו מאכן פרייליך. זיי אליינס זענען דאך ליידיגע כלים מיט א גרויסע לאך פון אונטן וואס מען מוז האלטן אין איין אריינגיסן גוטע ווערטער, און זיי לייגן אומבאמערקט ארויף דעם פליכט אויפ'ן שותף. אויב האבן זיי א שוועריגקייט אדער זיי זענען אין א שלעכטע גוסטע, וועט דער שותף באיזה אופן זיין פאראנטווארטליך דערויף...
זיי זענען אויסגעצייכנט אין פארדרייען פאקטן און אויסדרייען דעם אמת צו זייער אגענדע און צולייגן תירוצים אויב עס פעלט זיך אויס. זיי זענען אייביג אומשולדיג, זיי שפילן קרבן (וויקטים) מיט א מורא'דיגע קונצליכקייט. זיי וועלן אריינלייגן ערנסטע ספיקות אינעם קרבן אז זיי זענען אביוסיוו, אזוי אז דער קרבן וועט שפירן שלעכט און סעלפיש זיי צו באשולדיגן אדער פארצוהאלטן אויף זייערע מעשים, נאר ענדערש נעמען די שולד אויף זיך אליינס.
בעת אפענע נארסיסיסטן וועלן זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגן פאר א צווייטן, עס פאסט זיי פשוט נישט, וועלן די באהאלטענע שפילן דעם געים כאילו זיי אנטשולדיגן זיך יא, אבער דאס איז קיינמאל נישט מיט אן אמת! ווען אימער זיי וועלן זיך אנטשולדיגן, קומט עס מיט באהאלטענע כוונה פון קענען עפעס פארדינען דערפון. עס וועלן אייביג זיין "סטרינגס עטטעטשד". אבער ווי שטענדיג, וועט קיינער נישט קענען אנווייזן אז עפעס איז דא אומריכטיג, אמער, זיי האבן זיך למעשה אנטשולדיגט! נאר דער שותף וועט שפירן אז עס איז נישט מיט אן אמת, נאר אויבערפלעכליך און "סופערפישל". די קאווערטס וועלן אפילו זיך צומאל טוישן התנהגות פאר עטליכע טעג כדי די אנטשולדיגונג זאל אויסקוקן מער עכט, אבער ביז געציילטע טעג איז מפטירין כדאתמול, און אלעס גייט צוריק צום אלטן.
דער שטילער נארסיסיסט וועט אויך נישט ליב האבן ווען דער שותף באקומט אטענשאן פאר סיי וועלכע גוטע זאך זיי האבן געטון, זיי ווילן די גאנצע אטענשאן פאר זיך. דעריבער וועלן זיי צושטערן און שטילערהייט סאבאטאזשירן סיי וועלכע סעלעבראציע וואס דער שותף באקומט. זיי וועלן אויף עפעס א וועג זיכער מאכן אז דאס איז נישט בשלימות און דעם שותף'ס שמחה ווערט צושטערט, און די אטענשאן ווערט אויסגעדרייט צוריק אויף זיי. די איינציגסטע אויסנאם איז אויב זיי באקומען די קרעדיט דערפאר, ווי למשל א פרוי א נארסיסיסט וואס שטעלט צו א סעודה פאר א מאן וואס מאכט א סיום מסכת, און מענטשן וועלן זאגן "פשיהא, אזא געטרייע ערליכע ווייב"...
אויב דער שותף שטעלט זיך נישט צו צו זייערע פארלאנגען, וועלן די קאווערט נארסיסיסטן זיי באשטראפן מיט פאסיוו-אגרעסיווע אופנים, ווי נישט רעדן צו זיי, שפילן באליידיגט, וכדומה. דער שותף לערנט זיך אויס אז דא פאלגט מען, נישטא קיין מעשיות!...
זיי וועלן קיינמאל נישט פארגינען א קאמפלימענט אדער א גוט ווארט פאר'ן שותף. אפילו זיי וועלן עס זאגן מיט'ן מויל, וועט עס זיין אזא אחד בפה ואחד בלב סארט. עס ווערט גערופן " backhanded compliment ", אזא קאמפלימענט וואס לאזט איבער דעם קרבן מיט א זויערע נאך-טעם, און ווייסט נישט ווי אזוי צו שלינגען דעם גוט ווארט. טאמער וועט דער שותף זיך אפרעדן אז די קאמפלימענט איז נישט צום זאך, וועט דער קאווערט מסביר זיין אז עס איז נישט ריכטיג, דער שותף דארף זיך פשוט אויסלערנען צו קענען אקצעפטירן קאמפלימענטן.
איך האב זיך דערמאנט דעם באקאנטן ווערטל, אז א מאן, אן איינגערעדטער חזן, איז אהיימגעקומען יו"ט פון ביהמ"ד נאכ'ן אראפלייגן א מוסף ווי דער עולם האט געקרימט מיט דער נאז... און זיך אויסגערעדט פאר זיין ווייב אז דער ראש הקהל האט אים פארשעמט נאכ'ן דאווענען אז ער הייבט נישט אן צו קענען דאווענען און ער איז זייער פארווייטאגט דערפון. האט אים די געטרייע ווייב "געטרייסט" און געזאגט: נע, מאך זיך נישט צו טון, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט, ער פארשטייט בכלל נישט צו קיין חזנות, מסתמא זאגט ער נאר נאך וואס ער האט געהערט פון די איבריגע מתפללים... אט דאס איז א שקלאפטע פון א ווייב, א קאווערט פאסיוו-אגרעסיוו נארסיסיסט, וואס אירע "טרייסט ווערטער" זענען נישט מער ווי נאך זאלץ אויף די וואונדן...
אונטערשטע שורה, דער קרבן ווערט נעבעך אויסגעברענט, בשריפת הנפש והגוף קיים, קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט פאר, קוים וואס ער אליינס כאפט אין וועלכע לאך ער געפינט זיך.
עס פאסירט אפט ביי קרבנות אז אין די שפעטערע יארן, ווען די קאפ דרייעט זיך פון די בהלה'דיגע נעפל אין וואס מען געפינט זיך, הייבט מען אן שפיאנירן אויפ'ן נארסיסיסט. מען הערט אונטער זייערע טעלעפאן געשפרעכן, מען קוקט איבער זייערע טעלעפאנען און טעקסט, ביי די גויים די סאשעל מידיא, מען פרובירט אליינס קלאר צו ווערן וואס עס גייט פאר ווי אויך האבן די מעגליכקייט מסביר צו זיין פאר אנדערע. ליידער אבער העלפט עס נישט צופיל, כאטש דער קרבן אליינס ווערט שוין קלאר איבער די שרעקליכע אביוז, וועלן אבער די ארומיגע ע"פ רוב נישט כאפן דעם פראבלעם און וועלן נאך פרובירן צו "מאכן שלום בית"... זיי וועלן נישט פארשטיין דעם קרבן און אים פרובירן "מסביר צו זיין" אז ער קריכט אויף גראדע ווענט און רעדט זיך אפ אויף נארישע פראבלעמען. די צער פון די קרבנות איז עד אין לשער.
רוב מאל, נאך לאנגע יארן וועט דער קרבן ענדליך רעאליזירן אין וועלכע ביטערע פאסטקע ער איז פארכאפט, און וועט כמובן אנהייבן פרובירן זיך ארויסצוזעהן דערפון. דאן ווען די מאסקע פון די קאווערטס הייבן אן אראפצוקומען, וועט געווענליך זייער שלעכטסקייט ארויסקומען מער אפן, און זיי וועלן צוביסלעך ווערן א מער ווי א אפענער נארסיסיסט.
סואי פארוואס ביסטו מסביר, ביים נאסעסיטיק-סאפליי אז זיי דארפן זייער אסאך "עטענטשן" (וואס איך מיין אז יעדע צווייטע מענטשט דארף...)
די נקודה איז ענדערש, אז זיי דארפן דוקא אזא כבוד, אז דו ביסט גארנישט!! מילא זענען זיי יא עפעס. דאס מיינט זיי דארפן "אויסשליסלעך" נאר קראנקע שעדיגלעכע עטענטשן... ווי גיי איך ראנג????