די ניגונים געדענק איך נאך גוט, דאכט זיך די גראמען איז געזעצט געווארן דורך הרב שווארץ די מנהל פון ויואל משה תלמוד תורה, איין ניגון גייט בערך אזוי אויף די כנשר ניגון פון אייזיק האניג: "..מיין תהלים, מיין תהלים, יעדע שבת צופרי איך שטיי אויף, מיין תהלים, מיין תהלים יעדע שבת צופרי איך בעהט זיך אויס, אין ויואל משה, אין טארנא שול, אין תהילות יואל, אין פלעצער פיל, שבת צופרי, מען נעמט די מיה, די געהויבענע צייט, .. מען גייט".... ... איין יאר געדענק איך אחים פריינד זינגען דארט.
אביסל טועם צו זיין א שמחת בית השואבה אין טארנא בראשות די חבורה פון ר' אברהם משה ברוין. מען קען באשרייבן די שמחת בית השואבה געטענץ און מוזיק אויף צענדליגע בלעטער, אפשר שפעטער. אדער אויב @קליגער איז אמאל דארט געווען וועל איך עס אים לאזן באשרייבן.
מען הערט ר' משה אברהם רעדן און מיטזינגען.
מי שלא ראה שמחת בית השואבה זו לא ראה ראה שמחה מימיו, עפעס אזוי, די חן וואס דאס האט געהאט...
הארזיםהאט געשריבן:↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:57 am
אביסל טועם צו זיין א שמחת בית השואבה אין טארנא בראשות די חבורה פון ר' אברהם משה ברוין. מען קען באשרייבן די שמחת בית השואבה געטענץ און מוזיק אויף צענדליגע בלעטער, אפשר שפעטער. אדער אויב @קליגער איז אמאל דארט געווען וועל איך עס אים לאזן באשרייבן.
מען הערט ר' משה אברהם רעדן און מיטזינגען.
מי שלא ראה שמחת בית השואבה זו לא ראה ראה שמחה מימיו, עפעס אזוי, די חן וואס דאס האט געהאט...
אינטער די דירה פון סאנדעל איז כהיום די טארנא גן התורה, דערנאך אינטער די ביהמ"ד איז דא נאך א ווייבער שול, און אינמיטען די וואך איז דאס נאך א שטיבל.
אויפן בילד זעסטו אויף רעכטס די שטיבל מיט די האלצערנע ווענט.
היצט מען גייט אראפווארפן די צווייטע האלב ביהמ"ד וואס מען האט געבויעט מיט יארן צוריק און אראפנעמען די גן התורה און מאכן די גרויסע שול אין די ברייט, מיט די מזרח וואנט צוריק ווי אמאל.
מיינע זכרונות פון שלש סעודות הייבט זיך אן אין די ווייבער שול, ר' שלמה יקותיאל יאקאבאוויטש שטייט מיט הענטשיך, עפענט אויף עטליכע ריזיגע טונא קאנעס און מישט עס אויס מיט מיינעיז בשעת אלע קינדער קוקן מיט ווינדער, און לייגן אויס גרויסע טעלערס, דערנאך איז געקומען די שניידן די איגערקעס, פון אינטער די שארפקייט פונעם מעסער פליעט ארויס איגערקע רעדלעך, איינס נאכן צווייטן מיט א פאכמאנישקייט, אונז קינדער פלעגן עס פראבירען נאכצומאכן... ווען ר' שלמה יקותיאל איז נישט דארט געווען פלעגט עס מאכן משה בנציון סאנדל.
אלע קינדער פלעגן אויסטיילן די טעלערס, לייגן די סעלצער, און זיך זעצן אויף די אינטערשטע שורה אין די לענג פון די גאנצע ביהמ"ד.
ר' שלמה יקותיאל פלעגט טיילן סעפטי קארדס, און ידיעות קארדס, ווער געדענקט דאס?
אזוי אויך טיקעטס, און נאך שלש סעודות פלעגט זיין גורלות, די מתנות פלעגט מען קויפן אין פרענקעלס גראסערי זיי פלעגן האבן ביי איין ווינקעל אין די גראסערי פיל מיט מתנות און קליינעקייט אלעס פאר $1.19, עס פלעגט יעדע וואך זיין 5 גורלות אין ווייבער שול, צימאל פלעגט ? פריעדמאן, מאכן די גורלות.
די משמשים אין די שול איז געווען צווישען אנדערע: ר' משה בנציון / מושי סאנדל אין זיין צייט האט מען געבויעט די מקוה שטיבל קלאזעטס. ר' יואל קאהן ז''ל א גוטסקייט פון א איד. ר' דוד יחזקאל רובינפעלד ער האט געבויעט די קלאזעטס אין די גן התורה אינטער די ביהמ"ד. ר' ראזענצווייג פלעגט פאקן די ספרים.
אין מיינע פריע זכרונות געדענק איך דעם דיקן האלצערנעם טיש אינטער די ביהמ"ד אינעם גן התורה דארט פלעגט מערסטענס לערנען די רב שליט"א און רבי שלום יהושע יאראסלאוויטש,
די ביהמ"ד האט דאן פארמאגט עטליכע סארטן בענקלעך, ר' שמחה סאנדל האט געהאט א בלויע אויב איך געדענק גוט און שפעטער די גרויע בענקל מיט די הענטלעך.
די משמשים אין די שול איז געווען צווישען אנדערע: ר' משה בנציון / מושי סאנדל אין זיין צייט האט מען געבויעט די מקוה שטיבל קלאזעטס. ר' יואל קאהן ז''ל א גוטסקייט פון א איד. ר' דוד יחזקאל רובינפעלד ער האט געבויעט די קלאזעטס אין די גן התורה אינטער די ביהמ"ד. ר' ראזענצווייג פלעגט פאקן די ספרים.
ווי קען מען אויסלאזן ר' פישל פירטה? אן אמת'דיגער געטרייער שמש געווען לפי זכרוני האט ער געדינט אלס שמש אין צוויי באזונדערע תקופות
אויך איז געווען (אדער איז נאכאלס?) א חשוב'ער בנש"ק הרב אבראהאם שליט"א (דאכט זיך אן איידעם ביי ר' יודל בינער)
ליפא מאטיאש שמחה סאנדעל ברויער שאולי בערנארט ישראל מענדל וואגשאל סיני טייטלבוים חיים יוסל עפשטיין מאיר וואלף דאסקאל משה פאלקאוויטש די רב׳ס קינדער שמואל מנחם נח און יואל, משה פריעדמאן שמחה בלום מענדעלע לאופער און זיין חבר בראון מאיר הענדלער שלום יושע יאראסלאוויטש
ליפא מאטיאש שמחה סאנדעל ברויער שאולי בערנארט ישראל מענדל וואגשאל סיני טייטלבוים חיים יוסל עפשטיין מאיר וואלף דאסקאל משה פאלקאוויטש די רב׳ס קינדערשמואל מנחם נח און יואל, משה פריעדמאן שמחה בלום מענדעלע לאופער און זיין חבר בראון מאיר הענדלער שלום יושע יאראסלאוויטש
ליפא מאטיאש שמחה סאנדעלברויערשאולי בערנארט ישראל מענדל וואגשאל סיני טייטלבוים חיים יוסל עפשטיין מאיר וואלף דאסקאל משה פאלקאוויטש די רב׳ס קינדער שמואל מנחם נח און יואל, משה פריעדמאן שמחה בלום מענדעלע לאופעראון זיין חבר בראוןמאיר הענדלער שלום יושע יאראסלאוויטש
ליפא מאטיאש שמחה סאנדעל ברויער שאולי בערנארטישראל מענדל וואגשאלסיני טייטלבוים חיים יוסל עפשטיין מאיר וואלף דאסקאל משה פאלקאוויטש די רב׳ס קינדער שמואל מנחם נח און יואל, משה פריעדמאן שמחה בלום מענדעלע לאופער און זיין חבר בראון מאיר הענדלער שלום יושע יאראסלאוויטש
און נאך אסאך…
איי זכרונות
יוא האסט מיר דערמאנט זכרונות, זיינע בנים...
שמואל מייזעלס איז דארט אנגעקומען יצחק הערש פעלדמאן
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.