מרכז האט שפעטער געמופט אויף ווייט עוועניו ווי ער האט דארט אויך געעפענט די קליינע קאנוויניענס סטאר, (שפעטער איבערגענומען געווארן דורך נוטאוויטש אביו של טוב טעם) איין טאג האט מען נעבעך געשאסן דארטן דעם אייגנטימער פון מרכז סערוויס, געדענק איך מיך נאך שטיין דארט עטליכע שעה מיטהאלטן די דראמא, אבער עד היום ווייס איך נאכנישט צו ער איז אומגעקומען דעמאלטס צו נישט, כ'מיין אז יא)
און אז מען זכרונות'ט זיך שוין לאמיר פרובירן אביסל מער:
יד לאחים האט געהאט אמאל גאנץ א שטארקע אנוועזנהייט איו וומ"ס זיי האבן געהאט אן אקטיווע אפיס אויף לי עוו צווישן פען און ראטלידזש אדרעס 1/2 172 לי עוו.
הצלה האט געהאט די מעכטיגסטע מאביל פורים.
די מערכה קעגן חיים שאולזאון ארור אתה מכל בהמה הטמאה, און די לווי' פורים.
די מערכה קעגן די ב.פ. וומ"ס באס ווען זיי האבן געקויפט נייע באסע מיט איין טיר, ווען הרה"צ ר' יעקב מנחם ראבינאוויטש האט זיך ארונטערגעלייגט אונטערן באס.
די ערשטע האוזינג פראיעקט ארויס פון אלט וויליאמסבורג, ביי העריסאן לינטש ווי די איינוואינער פלעגן אסאך מאל דארפן אהיימגיין מיט פאליציי.
בכלל איז יענע יארן די געגענט פון ראטליזש העיווארד לינטש געווען היבש סכנה'דיג, אין קינגס טעררעס פלעגט כסדר זיין אלערטס פון שומרים, אז מען זאל ארויסקוקן פון די פענסטער אפאר מאל אינמיטן די נאכט, און דער עולם זאל מער וואלונטירן פאר חברה שומרים אין יענע געגענט, איבערהויפט פרייטאג צו נאכטס פלעגט מען פרובירן צו מאכן גרעסערע גרופעס פון אינגעלייט צו פאטראלירן די געגענט.
די 2 שותפים פון בעדפארד גארדנס גראסערי ר' משה אהרן ווייס און ר' עזריאל שעהר. די דערנעבענדיגע קידי לענד קינדער קליידער געשעפט .