2022 מידטערם לעבעדיגע רעזולטאטען טשארט
1. א טשארט מיט אלע אויסגענג פון די פארמעסטען, אין איין קאמפעקט טשארט. למשל, מען קען שוין יעצט רעכענען אזוי.
8 רעפובליקאנער גאווערנערס און 6 דעמעקראטישע גאווערנערס, זינט זיי האבן בכלל נישט קיין פארמעסטע דינסטאג, מיט דער צייט, ווען פארמעסטען וועלן גערופן ווערן, וועלן זיך אפדעטען די ציפערען. האב איך געמאכט א טשארט וואו מען וועט קענען מיטהאלטען די ציפערן לייוו.
2. א גוגל דרייוו שיעט, איינס פאר די סענעט, איינס פאר די גאווערנער, און איינס פאר די הויז. יעדער שיעט ווען אנהאלטען טשארטס פאר אלע פארמעסטען, בנוסף וועט זיין די ערשטע שיעט א מפתח, ווי עס וועט זיין לינקס צו אלע טשארטס, אויף יעדער טשארט וועט זיין א לינק צוריק צו די מפתח.
3. במשך די נעקסטע פאר טאג, וועל איך ארויפלייגן טשארטס דא, פאר די טאסאפ סענעט און גאווערנער זיצן, ווי אויך פאר ניו יארק 17 און 18. אויב איינער האלט אז מען דארף לייגן נאך קאנגרעסינאלע זיצן, ביטע שרייבן אין די הערות אשכול.
4. אויב וועט זיין צייט, וועל איך ארויפלייגן אין א באזונדערע אשכול געוויסע ניו יארק פארמעסטען וואס קענען זיין אינטרעסאנט, הערות אשכול אויב איהר האט עפעס א פארמעסט וואס איהר האלט אז ס'קען זיין אינטרעסאנט.