אלעס ארום די QIN F30 פאון
מיר האבן אלע מיטגעהאלטן ווי די כינעזע פירמע שאומי האט ארויסגעגעבן א פאון מיט די נאמען F21 און נאכדעם F21 PRO יעצט F22.
די פאון איז א פאון וואס איז לכתחלה געמאכט געווארן דוקא פאר טשיינע, און במילא האט עס בעיקר נאר סופארטעד די אזיע בענדס, ווי אויך איז עס געקומען נאר מיט כינעזע עפפס.
למעשה האט מען עס אויפגעבראכן און צוגעלייגט די פלעי סטאר, און טאקע וויבאלד עס איז א קליינע פאון וואס האט גאר אסאך מעלות, ווי למשל טאטש, עס ארבעט אויף ענדרויד 11 וכו.
איז געקומען די פיג קאמפעני און עס געכשרט. אבער אחוץ די פראבלעם פון האבן א פאון אן א פילטער האבן זיי גארנישט פארראכטן. איז געקומען א איד און מאדיפיצירט די טשיפ ס'זאל סופארטן די אמעריקאנע בענדס.
ער האט גענומען די פאון און עס געכשרט און צוגעלייגט אפאר וויכטיגע עפפס א אזוי ווי אימעיל און אובער. ער האט מיר קלאר געשריבן אז ער פלאנט "נישט" צו לייגן צופיל עפפס, ווייל זיין ציל איז נישט א כשרע סמארטפאון נאר א כשרע פאון מיט די בעסיק פונקציעס.
שקלא וטריא...
די פאון הייסט F30, אבער איז אין פאקט א פשוטע F21 PRO מאדעפיצירט.
עס האט Gservices, במילא קען עס האבן אימעיל און אובער.
יעצט לאמיר זען מעלות און חסרונות
מעלות
1. קליין, שנעל, אויף ענדרויד 11
2. אימעיל
3. אובער
4. פאון בוך
5. PDF רידער
6. אן סקרין קיבאורד
7. סערוויס איבעראל מיט אלע קעריערס
און נאך געציילטע .
חסרונות
1. די עלסטע דשימעיל עפפ. (הגם פאר א גיטע סיבה, וועגן טשעט און מיט.)
2. די מוזיק עפפ איז עפעס געפערליך
3. וואויס טו טעקסט ארבעט נישט (אויך פאר א גוטע סיבה, אבער דאך.)
4. פעילד צו דאונלאדען די אידיש קיבאורד T9
5. געפערליך באגי ביים ריפלייען אין די נאטיפיקאציעס
6. מ'קען נישט רוקן קיין עפפס צו די מעין סקרין
און נאך אסאך ...
די באדי פון די פאון פילט אין מיינע אויגן מער דשאנקי ווי די F21.
למעשה איז עס טאקע בעסער פון אלע אנדערע פאונס אבער האט נאך אסאך פלאץ זיך צו פארבעסערן נאר בכלל צו הייסן א גוטע פאון אין מיינע אויגן.
ווען נישט ס'איז די בעסטע פון די ערגסטע... וואלט איך זיי גענומען אין דין תורה... פארן פארקויפן א נישט געפארטיגטע פראדוקט!!!
איך האב אסאך צו שרייבן אבער מיין געדולד איז אויסגעלאפן...
אדרבה, קומטס אריין מיט ענקער עקספיריענס.
הימלי