-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צל עובר
»
אפדעיט ווי מען האלט מיטן קאנגרעס לויטן טיימס/עי פי.
די רעפאבליקאנער האבן געווינען 217.
קאליפארניע 03 און 27 זענען כמעט זיכער רעפאבליקאנער. (שוין גערופן דורך דעסיזשן דעסק.)
קאליפארניע 22 זעהט אויס ווייניגער און ווייניגער אז די דעמאקראטן קענען נאך באקומען, מיט דעם איז שוין 220 רויט.
קאלאראדא 03 האט אויסגעזען מאנטאג אז די דעמאקראטן קענען נאך געווינען, אבער נעכטן האט מעצגער אינגאנצן אויפגעגעבן, איך ווייס נישט אויב עס איז סתם מוד סווינגס ביינעם, מארגן דארף צו זיין אפדעיטס.
ביז אהער איז 221 זיצן וואס די רעפאבליקאנער זענען פעוואריט.
דעמאקראטן האבן געווינען 209.
דעמאקראטן גייען גאנצע 100% זיכער געווינען אלאסקע ווי פעלטאלע האט כמעט אזויפיל שטימען ווי ביידע רעפאבליקאנער נאך פארן ענדיגן ציילן אלע אירע געגענטער, און מעין 02 ווי גאלדין ליעדט נאך פארן צוטיילן די אינדעפענדענט וויילער וועלכע שטיצן אים פיל שטערקער ווי דעם רעפאבליקאנער לויט אלע אנדייטונגען. עס איז פשוט נישט גערופן ווייל מען ווארט אויף די רענקעד טשויס וואויטינג. ביידע פון זײ וועלן ווארשיינליך געווינען מיט ארום 10% אין די פיינעל רונדע.
דעמאקראטן גייען זיכער געווינען קאליפארניע 49, איך מיין אז טייל האבן עס שוין געקאלט.
דעמאקראטן גייען כמעט זיכער געווינען קאליפארניע 47.
ביז אהער איז 213 פאר די דעמאקראטן וואס זיי גייען כמעט זיכער געווינען.
נאכדעם איז דא קאליפארניע 13, לויט טייל איז עס טאסאפ, לויט אנדערע ליען דעמאקראט. איך מיין אז די ערשטע זענען גערעכט.
תמצית, די הויז וועט זיין אדער 222 קעגן 213, אדער 221 קעגן 214. חוץ אויב קאלעראדא 03 גייט אויך בלוי, דעמאלטס וועט עס זיין 220 קעגן 215.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20221116-132534_Chrome.jpg (354.1 KiB) געזען 7745 מאל