Re: QuickBooks / קוויקבוקס שאלות און הילף
א איד האט מיר געגעבן 2K פאר א געוויסע נושא. געשיקט אן אינוואויס, באקומען א קוויקפעי, א טאג-צוויי דערויף געמעטש דעם פעימינט מיטן אינוואויס, און אלעס איז שיין הערליך.
מה עשה הקב"ה: אפאר טאג שפעטער איז אויסגעקומען אז איך ברויך איהם צוריקשיקן 5 מאות, בינעך געגאנגן, צוריקגעשיקט די $500 און אויסגעמעקט פונעם אינוואויס דעם פראדוקט וואס ער האט מתחלה יא באצאלט.
שוין, יעצט ווען עס קומט צו קעטאגערייזן די באנק טראנזאקציעס פרעגט ער מיר וואס איז דאס $500 געשיקאכטץ צו יענעם? א וואו באלאנגט ער?
- איז וואס זאג איך איהם? וואו שטעל איך צאם די 2 אידן?
אזוי אויך ביי דעם איד'ס קאנטע שטייט אז ער האט $500 קרעדיט.
שכח פאר אלע קוויבוק-פראס