טשיילד קעיר Vouchers והמסתעף
וויל איך וויסן, באופן כללי אז די מיניומום וועידש איז ארויף וואס קומט אויס בערך 3-4 מאות א חודש פאר א משפחה ווי ביידע עלטערן ארבעטן 25-30 שעה א וואך וויאזוי אפעקטירט עס די אלע פראגראמען? איז די income bracket מיטגעשפרינגען? איך גלייב אז נישט, מוז מען אריינשיקען צו די אלע אפיסעס צו אפדעיטן די אינקאם?
בעיקר ווי עס כאפט א ערנסטע חילוק, איינע פון די פראגראמען וואס העלפט שטארק ארויס די שוואכע פארדינער (ווי אויך די מוסדות) איז voucher וואס באצאלט child care פאר די גאר קליינע קינדער און after school program פאר קינדער ביז די 13
לע"ע מיין איך איז די איינציגסטע וועג צו געניסן פון CHILD CARE איז נאר אויב מען איז low income אין מען איז עלידשעבל פאר welfare אין ביידע עלטערן ארבעטן א מיניומום פון 25-30 שעה א וואך, welfare איז זייער שטרענג און יעדע קליינע טויש און אינקאם מוז מען זיי איינמעלדן תומ"י וויאזוי געבט מען זיך אן עצה? עס איז אינמיטן פון די יאר אין די קליינע זענען שוין פלאצירט און פלעצער וואס נעמען נאר אהן קינדער מיט CC, בין איך מחיוב ארויסצונעמען אינמיטן די יאר? און ווי זאל איך עהם לייגן? ביידע עלטערן ארבעטן דאך?