היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

סאיז דא א בילד פון ר' שלום מאפטא בו כ"ק אדמו"ר מהרי"ד, ווי ער גייט אויך מיט א הויכע הוט.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח פאר די אלע תירוצים, פון ווי טאקע האט זיך גענומען דאס גיין מיט א הויכע היט אין גאליציע בשעת אלע אנדערע זענען געגאנגען מיט פלאטשטיקע היטן?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווענד זיך וואסערע חלקים אין גאליציע
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

וויפיעל אונז ווייסמיר האט דאס רעכט נישט געהאט מיט פוילין - גאליציע - אונגארן - רוסלאנד, עכ"פ אין די לעצטע 150 יאר.
והא ראי' אלע צאנזער קינדער זענען געגאנגן פלאכע קאפעליטשן, ווידער די חסידים זענען געגאנגן הויכע [די וואס זענען נישט געגאנגן קיין דאשיקע"ס].
אין אונגארן די מנחת אלעזר פון מונקאטש איז געגאנגן א הויכער הוט [ווען ער איז נישט געגאנגן אינעם קאלפיק], די סאקמארער רב א פלאכע....
די אונגארישע אידן - די וואס זענען געאנגן סאמעטענע - זענען געגאנגן פלאכע....
אלא מאי עס זענען געווען ביידע מינים דא און ביידע מינים דארט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ר' פעטרישקע, זייט נישט ברוגז, אבער דער מנחת אלעזר איז נישט געגאנגען קיין הויכן הוט, ער איז געגאנגען אין א פלאכען הוט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

אזוי איז ער דאך געגאנגן א קאלפיק, אבער מיר ליגט פארט אין 'קאפ' א בילד ווי ער גייט א הויכער הוט.
אם טעיתי, צו איך צוריק ממה שאמרתי.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

די רוסישע גוטע אידן זענען אויך נישט געגאנגען קיין פלאכע עי' ערך טשערנאביל ובניו רוזין ובניו ליובאוויטש וכו' וכו'
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אמת, אין רוסלאנד טאקע נישט, אבער אין גאליציע יא, און פארדעם האב איך שפעקולירט אז אין בעלז אויעך, בפרט אז קיין געהעריגע בילדער איז דאך נישט דא. איך שטעל מיך פאר אז ווען למשל פון באבוב'ער רב דעם קדושת ציון מיט זיינע קינדער וואלט ווען נישט געווען בילדער מיט פלאכע הוטן, וואלטן זיי אויך געזאגט אז אין באבוב איז מען אלעמאל געגאנגען הויכע היטן....
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עפ. וויי. איי. מיר האבן אן אשכול איבער מלבושי אדמורי"ם וחסידים ווי עס איז באהאנדלט געווארן עניני לבוש מיט זייער היסטאריע.

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

אפשר קען מען דאס קאמבאנירען
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

און גאליציע זענען די רבי'ס פון זידיטשויב, דינוב, ראפשיץ, און צאנז, געגאנגען מה שקראו אז קאליכיגע קאפילישען, וכן הבנש"ק מאותם מקומות,
בבעלז, כאשר התחילו ללבוש קאפילושען, הלכו הבנש"ק ואח"כ הרבי'ס, הויכע,
ויש לומר כמה סברות בטעם החילוק,
בשעת המלחמה הלך הרה"ק מהר"א בפלאכע קאפיליטש, והגם שיש בבעלז מסורות שונות מה שאמר אז אודות זה, (לגריעותא, וכאילו לא הי' לו ברירה-ועד כדי כך שבשנות המ"ם הדפיסו בבעלז י-ם עלון או עתון אם תמונה מבימים ההם, והתקינו התמונה שיהי' נראה כהויכע, ולא הי' אז פאטא שאפ, והי' ניכר לעין כל הזיוף, ואז) שמעתי בעצמי, מזקן אחד, שהלך אז ביחד עם השליח של הרה"ק לקנות לו קאפיליטש, שהרה"ק אמר שאינו רוצה ללכת אחרת ממנהג המדינה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוזאמגעשמאלצן 2 אשכולות אויפן אויפמערקונג פון מיללער.
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

איך וועל מאכן מיין הגדרה:

אין בעלזא איז מען געגאנגען מיט א קאלפיק, אזוי אויך די יושבים ביז'ן ערשטן קריג (שמעתי מהראש ישיבה רבי שלו' בראנדער ע"ה).
די חסידים זענען דאך געגאנגען מיט הויכע היטן, נו אז מ'גייט שוין מיט א היט איז דאס דער הויכער היט.
משא"כ די אנדערע גאליאנער רבי'ס זענען שוין פון פריער געגאנגען מיט פלאכע היטן.

אין מזרח גאליציע זענען די זידיטשויבער רבי'ס געגאנגען מיט פלאכע היטן, אבער איך מיין אז לכתחילה זענען זיי אויך געגאנגען מיט קאלפיקעס.

די ריז'ענער רבי'ס זענען געגאנגען מיט הויכע היטן.

די רוסישע רבי'ס - דאס מיינט משפחת חותנו פון מהרי"ד מבעלזא מהר"ל ממאגרוב, משפחת חותנו פון מהר"ש מסקאהל לבית קאסוב וויזניץ - זענען געגאנגען מיט הויכע היטן.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

א גוט ווארט האט געשריבן: איך וועל מאכן מיין הגדרה:

די רוסישע רבי'ס - דאס מיינט משפחת חותנו פון מהרי"ד מבעלזא מהר"ל ממאגרוב, משפחת חותנו פון מהר"ש מסקאהל לבית קאסוב וויזניץ - זענען געגאנגען מיט הויכע היטן.


און לכאורה משפחת חותנו פון מהר"י מבעלזא - אפטא, זענען אויך געגאנגען מיט הויכע הוטן.

משפחת חותנו פון מהרי"ד בזוו"ש - ברעזנא, איז דאך אויך פארהאן א בילד מיט א הויכע הוט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

איין בילד רעדט מער ווי 1000 ווערטער
אזוי אויך די בילד פון מהר"א אין פעסט אויפ'ן באלקאן, איז קלאר א הויכע קאפעלוטש!
אטעטשמענטס
CCF02072010_00000.jpg
לעצט פארראכטן דורך פרעגער אום זונטאג פעברואר 07, 2010 10:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אזוי אויך זענען פארהאן בילדער:
1) הגה"צ מבילגורייא נעבן זיין פאטער מהרי"ד אין מארינבאד בשנת תר"פ בערך.
2) הגה"צ ר' יושע'לע יערוסלובער במהרי"ד אין מארינבאד בשנת תרפ"ט בערך, צוזאמען מיט זיין ברודער מהר"א - אין וואלד - מיט א הויכע קאפעלוטש.
3) הגה"צ ר' שלום מאפטא במהרי"ד אלץ בחור נעבן זיין פאטער מהרי"ד אין מארינבאד בשנת תרפ"ה בערך, מיט א הויכע קאפעלוטש.
4) אסאך בילדער פון הגה"צ ר' משה'לע במהר"א, מיט א הויכע קאפעלוטש.
5) עטליכע בילדער פון הגה"צ ר' שמואל פרענקל חתן מהר"א, מיט א הויכע קאפעלוטש.
6) בילדער פון איידימער פון מהרי"ד (לדוגמא רי"נ מראווא, ר' יוחנן א') מיט הויכע קאפעלוטשן (הגם אויף זיי קען מען זאגן אז זיי האבן דאס גענומען מבית אבותיהם לבית טשערנאביל).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה

איך וויל פארקירעווען דער שמועס צו אן אנדערע נושא, א דאנק פון פאראויס פארן מיר דאס דערלאזן (לויט א תגובה אין אנדערן אשכול ברויך מען נישט שטענדיג צי-ווארטן אז דער פריערדיקע תגובה זאל ווערן אויסגעשמועסט).

ס'איז מיר שוין לאנג קשה, ווען האט מען אנגעפאנגען זיך צו קראזלען די פיאות? און פון ווי שטאמט דאס ווארט וואס מ'זאגט נאך פון 'צדיקים' אויף געקראזעלטע פיאות: זה קלי ואנוהו?

כלפי מאי דברים אמורים? אז מ'וועט א קוק טוהן אין דער רייכער אשכול "'בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?" דאכט זיך מיר אז ס'וועט זיין שווער צו געפונען אפילו איין און איינציקער רבי מיט געקראזעלטע פיאות. אקעי, האסט מיר געפאקט, מ'קען יא טרעפן איינעם, אבער בדרך כלל, איז דאס נישט דער מציאות.
מורשת חכמי אמעריקא
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

מיין מגיד שיעור שליט"א פלעגט דאס נאכזאגן פון ר' מרדכי'לע נאדבארנא'ר זי"ע(וואס ער איז אן אייניקל)
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

קאן זיין אז אין אייראפע (חוץ אונגארן), איז אלס גזירות המדינות (כידוע אז זיי האבן געוואלט מבטל זיין אינגאנצען די אידישע לבוש), געווען עטוואס פארבאטן די לאנגע פיאות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן בוזי האט געשריבן: נישטא וואס צו שטעלן פראגעס, אין בעלזא איז מען געגאנגען מיט הויכע קאפעלוטשן ד.ה. ווען מען איז געגאנגען מיט א הוט (אין אונגארן איז דער רב ז"ל יא געגאנגען מיט א פלאכע הוט), אזוי איז דער רב געגאנגען מיט א ספאדיק אין בעלזא (דאס האט געהייסן א מער א בטלנישער מלבוש) און ווען מען איז ארויס געפארן איז מען געגאנגען א קאלפיק (דאס האט געהייסן מער א שענערער לבוש), און ווייסע זאקן האבן די יושבים זיך געטוישט צו שווארץ נאכן ערשטער קריג, דער רב איז יא געבליבן מיט ווייסע זאקן.
----
אפ, מהאט אריין געהאקט, מיט די זעלבע תשובה

דער רב זכרונו לברכה מיטן ספאדיק!
אטעטשמענטס
pic_1-p-2371 (2).jpg
לחיים ולברכה!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אגב: איך האב לעצטענס געזען א פעינטינג פונעם מהרש"א מיט ווייסע זאקן..
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

און איך האב געזעהן א פעינטינג פון רבי שמעון בר יוחאי מיט א ציץ אויפן שטערן וואס שטייט דערויף שמע ישראל:smile:
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס זעהט אויס יואלי ווקסמן'ס ארבעט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

וועלטסמאן האט געשריבן:
סלונימער האט געשריבן: איינער קען דא דערציילן איבער די היסטאריע פון די ירושלימער קליידער.די ערשטע וואס איז געגאנגען אזוי פון די חסידים זענען געווען לעלובער חסידים,גערעכט?

די ירושלימער קאפטן איז צוזאמגעשטעלט פון 26 שטיקלעך כמנין שם ה - ו - י - ה, עס האט אויכעט אזויוי סטראקעס ביים עק, דאכצעך אז ס'איז דא נאך שמות אדער כוונות אריינגענייעט
איך האב געזעהן א קאפטן פון הייליגן אפטער רב זי"ע עס איז אזויווי א ירושלימער קאפטן.



לויט וויפיל איך האב געהערט אמאל וועגן דעם איז אזוי
אין ירושלים איז באוואוסט אז הרה"ק ר' אלעזר מענדל פון לעלוב האט דאס צוזאמען געשטעלט און עס אויסגעשניטן, די זאך איז מען פלעגט גיין אין ירושלים אלעמאל אזויווי די אראבער וואס גייען אלאנגער העמד ביז אונטן און ר' אלעזר מענדל וואס איז געקומען פון אייראפע האט אויפגעעפנט דעם העמד אינדערמיט און עס געשניטן אויף א אופן וואס ליגט אין דעם אסאך כוונות
אבער אפילו פאר דעם פלעגט מען אלעמאל גיין די סחורה פון וואס דער קאפטן איז צוזאמען געשטעלט אין ירושלים
איך האב געזען לעצטנס א בילד פון צוויי הונדערט יאר צוריק ביים כותל המערבי און מזעהט דארט עטליכע קאפטענעס וואס איז ניטשט געשניטן ווי א קאפטן פון היינט נאר א לאנגער העמד

די כוונות וואס ליגט אין קאפטן איז אז סווערט צוזאמען גענייט פון 26 שטיקלעך , און סגייט מיט שטרייכן וואס שלענגלט זיך אזוי ווי די תפילין ווייל ביי די ערמלן גייט דאס נישט אויף אראפ נאר זייטיג און ביים סוף פון דעם ערמל איז דא א שטיקל קנייטש אויף ארויף וואס די שטרייכן גייען דארט שיעף ווי דער שין פון די תפילין און סאיז אויך ארינגעשניטן א טרייענגל וואס דאס מאכט א צורה פון א שין
א חוץ פון דעם איז אויך דא סטראקעס ביי די צוויי זייטן אזא שטיקל צוגעלייגט ביים סוף קאפטן וואס אויף די רעכטע זיט איז דאס לענגער ווי ביי די לינקע אזוי ווי ביי די תפילין
סאיז לכאורא און זיכער דא נאך הייליגע כוונות אבער מה שידעתי כתבתי
אויך איז דאס גענייט אז סהאט נישט דער שפיץ וואס א רעקל בעקיטשע האט נאר אזוי ווי די רעבישע בעקיטשעס ענדיגן זיך פון אויוון ווייל די שטיקל יש בו משום מאדערנקייט (בימים ההם, אוודאי סאיז געוון גרויסע צדיקים וואס זענען יא געגאנגען די שטיקל )
אויך האט עס נישט קיין קנעפלעך מהאי טעמא
לעצט פארראכטן דורך נארישער אום מיטוואך אפריל 07, 2010 11:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

סאיז ידוע אז ווען דער הייליגער סאטמער רב זיע איז געווען אין ארץ ישראל פלעגט ער גיין מיט א בעקיטשע גענייט פון די סחורה פונעם קאפטן און די שניט פון א בעקיטשעש
ער איז דאך געווען דער ירושלימער רב מילא האט ער געוואלט גיין א ירושליער לבוש אבער ער האט געזאגט אז דעם שניט וויבאלד זיינע זיידעס זענען געגאנגען מיט דעם שניט שיסודתו תלוי' בהררי קודש וויל ער ניטש משנה זיין
מקען עס זעהן אויף די בילדער
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

נארישער האט געשריבן:
וועלטסמאן האט געשריבן:
סלונימער האט געשריבן: איינער קען דא דערציילן איבער די היסטאריע פון די ירושלימער קליידער.די ערשטע וואס איז געגאנגען אזוי פון די חסידים זענען געווען לעלובער חסידים,גערעכט?

די ירושלימער קאפטן איז צוזאמגעשטעלט פון 26 שטיקלעך כמנין שם ה - ו - י - ה, עס האט אויכעט אזויוי סטראקעס ביים עק, דאכצעך אז ס'איז דא נאך שמות אדער כוונות אריינגענייעט
איך האב געזעהן א קאפטן פון הייליגן אפטער רב זי"ע עס איז אזויווי א ירושלימער קאפטן.


אויך איז דאס גענייט אז סהאט נישט דער שפיץ וואס א רעקל בעקיטשע האט נאר אזוי ווי די רעבישע בעקיטשעס ענדיגן זיך פון אויוון ווייל די שטיקל יש בו משום מאדערנקייט (בימים ההם, אוודאי סאיז געוון גרויסע צדיקים וואס זענען יא געגאנגען די שטיקל )
אויך האט עס נישט קיין קנעפלעך מהאי טעמא


די רעשוואלקע וואס דער בעלזא רב זי"ע האט געהאט, האט אויך נישט געהאט קיין שניט פון די צוויי זייטן אויבן, נאר עס איז געווען רונדיג. אזוי אויך די רעשוואלקעס פון האדמורי"ם לבית בעלזא בימינו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”