היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן: ניין דער ראחמסטריווקא רבי פון נוא יארק האט נישט קיין זוהן א חבד'סקער
און ר' נחמן יוסף'ס קינדער גייען נישט מיט קיין מאדערענע (חבד'סקער?) לבוש, זיין טאטע האט איהם דאס שטארק געבעטן



בן בוזי פארוואס רופסטי אן די לבוש מאדערען זענען דען נישט די לובאוויטש'ער חסידים אזוי געגאנגען א 100 יאר צירוק אין רוסלאנד?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ניין רבי מען איז נישט געגאנגען מיט קיין קנייטש הוט, דאס האט דער רמ"ש איינגעפירט ביי די רביים און די חסידים זענען געבליבן מיט די הוטן וואס יעדער איז געגאנגען פאר 50 יאר צוריק
דער ריי"צ איז געגאנגען א בובער הוט
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף די בילדער גייט דער רבי ריי"צ מיט א ברייטע שטאפענע-הוט מיט א טיעפע קראך, די קנייטש-הוט איז פונעם לעצטערען ליובאוויטשער רבי ווי בן-בוזי דערמאנט.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אמת, דער ריי"צ האט אנגעטוהן דעם שטאפענע הוט אין ווארשע, ער האט שוין טאקע געהייסן מאדערנעזירט,
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

נאדיר א בילד שוין פונעם רש"ב זצ"ל ווי ער גייט מיט אן אזוי גערופענעם האמבורגער היט
אטעטשמענטס
.JPG
.JPG (21.25 KiB) געזען 8354 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אזוי געבויגן קען איך דיר ווייזן פון אסאך גרויסע רבי'ס אבער דאס איז א בובער הוט, און בדרך אגב איז ער געווען זייער פרום מער פון זיין טאטע דער רבי מהר"ש.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זע איך נישט דא קיין ביבער היט זאלסט מיר מוחל זיין
לויט ווי איך ווייס געווען א שטארקע שינו אין די בגדים נאך די אזוי באקאנטע גזירות הלבושים פון די מלכות הרשעה אין שנת תר', וואס א חוץ קאנגרעס פוילין ווי דער הייליגער חדושי הרי"ם האט לוחם געווען דערקעגען מיט מסירות נפש ממש, האבן אלע זיך געבויגען צי די גזירות אין אין דאס איז די סיבה וואס די אפשטאמיגע פון יענע מדינות גייען אין מער מאדערענע בגדים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי, איר רעדט פון הויעכע ביבער-הוט אדער א פלאכע ביבער-בוט?

יאסל, איך האב גערעדט פונעם ריי"צ נישט פונעם רש"ב.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן: בן-בוזי, איר רעדט פון הויעכע ביבער-הוט אדער א פלאכע ביבער-בוט?

יאסל, איך האב גערעדט פונעם ריי"צ נישט פונעם רש"ב.

ווייס איך כ'האב נאר געוואלט אנצייגען אז אפילו דער רש"ב איז שוין אויך געגאנגען מיט א קנייטש אין די היט
אין דאס זאל דיר אפילו נישט קומען אויפן געדאנק אז מרעדט דא פון א פלאכע היט ווייל דאס איז כלל נישט געווען אין יענע מדינות אלעס איז געווען הויכע ביבער אדער שטאפען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס, כ'האב נאר געמיינט אז דאס האט בן-בוזי מכוון געווען אויפן ריי"צ'ס הוט, אויפן בילד וועלכע איז דא ערגעץ ערשינען ביים אנקומען קיין אמעריקא.

איינער ווייסט פון וועלכע בילד איך רעד?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן וועגן די גזירות אבער אלע רבי'ס אין אוקראינה זענען געגאנגען בובער היטן, די חסידים זענען עפ"י רוב און אפי' די רבנים געגאנגען מיט דאשיקלעך, מען איז נישט געגאנגען קיין שטריימלעך און מען איז געגאנגען מיט א פראק,
דער סקווירא רבי ז"ל איז געקומען קיין אמעריקא מיט א פראַק, אבער דא האט ער געטוישט צו א געהעריגע בעקישע,
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער די רעדסט פון דעם?
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=251
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז א שאד אז מען פארפארט אין דעם אשכול פון די אריגינעלע ענין, ס'וואלט בעסער געווען ווען מ'עפנט א נייער אשכול איבער חסידישע לבושים, נאך די דיסקושען פון די עטרות
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א דאנק פארן אריבער פירן דעם אשכול,
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
יא איך רעד פון יענע מעמד, א דאנק פאר די קליפ.

בן-בוזי,
ברוך שכתב והיה האשכול.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אט זענען עטליכע מלבושים וועלכע מען קען דא באהנדלען
סטראקעס
קאלפיק
קאלירפולער בעקישעס
ברייטע הוטן
שיך און זאקן פארמאטן
רבי'שע שטעקענעס
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

תהלה לקל מהאט שוין געעפענט א באזונדערע אשכול איבער היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים, קיינמאל צו שפעט.
ישר כח בן ביזי פארן מעורר זיין, ישר כח הרב מיללער פארן עפענען.
לעצט פארראכטן דורך שטיקל גבאי אום דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2008 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אמאל געהערט אז די שטיוול אין סקווירא איז במקורו מכח די רוסישע קעלטן, האט דאס א האַפט?
איז פארהאן נאך חסידיות מגזע טשערנאבל וועלכע טראגן שטיוול?
איז דא א חילוק צווישן שבת אינדערוואכן אין די קאליר פון די זאגן אונטער די שטיוול?
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

בן בוזי האט געשריבן: אט זענען עטליכע מלבושים וועלכע מען קען דא באהנדלען
סטראקעס
קאלפיק
קאלירפולער בעקישעס
ברייטע הוטן
שיך און זאקן פארמאטן
רבי'שע שטעקענעס

איך וויל מוסיף זיין:
שטריימל
ספאדיק
גארטל
ציצית
קאפל
שיפע טאשן
ועוד:
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כידוע האט דער מלכות הרשעה אין דאכט זיך אין שנת תר טרייענדיג אויסצימענטשלען די אידן זענען זיי ארויסגעקומען מיט א גזרה אז ממיז זיך אפשערען די בארד אין אן פארבאט צי גיין מיט לאנגע בגדים אין נאך.
אין קאנגרעס פוילען איז געווען א חסידישער אויפשטאנד דערקעגען מ'האט דאן ארעסטירט דעם חדושי הרי"ם אין ער האט טאקע אין יענע צייט געטוישט זיין נאמען פון ראטענבערג צי אלטער, ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז דערנאך געווען פשרות, דאס גיין מיט א דאשיק איז לויט מיין זכרון געווען א פועל יוצא דערפון.
ווידער אין אנדערע מדינות ווי ליטא האט מען זיך געבויגען צי די גזירות אין פון דארט שטאמט די ליטווישע יוניפארם.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט אז די שטיוול אין סקווירא איז במקורו מכח די רוסישע קעלטן, האט דאס א האַפט?
איז פארהאן נאך חסידיות מגזע טשערנאבל וועלכע טראגן שטיוול?
איז דא א חילוק צווישן שבת אינדערוואכן אין די קאליר פון די זאגן אונטער די שטיוול?

על ראשון: שטיוול מצד עצמו איז זיכער א באשיצונג פון קעלט כמובן, פונדעסטוועגן איז אן אנגענומענער פאקט אז חסידישע רביים זענען אפיציעל געגאנגען שטיוול אין די ווינטער, און נאך מער אז דו וועסט קוקן אויף פארצייטישע בילדער וועסטו זעהן אז אלע רוזינער רבי'ס זענען געגאנגען שטיוול, (זיי האבן דאס אויסגעטוהן אין וויען ווען מ'איז אהין אנטלאפן ביים ערשטן קריג), אויך דעם פריערדיגער בעלזער רב קען מען זעהן מיט שטיוול,
אין טשערנאביל איז מען געגאנגען ווייסע זאקן און אזוי האט מען זיך געפירט אין סקווירא אויכעט, ר' משה וועלכע איז געווען דער צווייטער זוהן פון ר' דודל סקווערער איז געווען אן איידעם אין טוריסק ביי ר' יעקב לייב'לע און זיינע קינדער זענען נישט געגאנגען קיין ווייסע זאקן, דערפאר האט ער איבער געטוהן שטיוול אויף זיינע ווייסע זאקן כדי נישט צו זיין אנדערש (די סקווירא קינדער זענען בטבע שטארקע עקשנים און לאזן זיך נישט טוישן, דערפאר איז געווען א דבר פשוט מאוד אז מען מוז גיין ווייסע זאקן)(זעהט אויס אז שטיוול איז געווען א נארמאלער ערשיינונג אין פוילן און ס'הטא נישט געהייסן אנדערש), ווען דער סקווירא'ר רבי ז"ל ר' יעקב יוסף האט נאך זיין חתונה זיך באזעצט אין קעשינוב איז ער געווען כפוף אונטער זיין עלטערע ברודער ר' איציקל קעשינובער, והיות ר' איציקל איז נישט געגאנגען קיין ווייסע זאקן (איך ווייס נישט פארוואס) דערפאר האט ער נאכגעטוהן דאס זעלבע וואס זיין ברודער ר' משה האט געטוהן און זיך אנגעטוהן שטיוול, שפעטער אין אמעריקא האט דער חסיד ר' חיים אייזיק קראסניאנסקי געוואלט אז מען זאל ווידער איינפירן דאס גיין מיט ווייסע זאקן, דעריבער האט ער געבעטן דעם רבי'ן ז"ל צו טוישן פון די שטיוול, דער רבי האט איהם אפגעשטופט אז ווען מ'וועט זיך ארויס ציען קיין סקווירא דעמאלטס וועט מען זעהן, אבער למעשה האט ער נישט געוואלט טוישן. (וזאת למודעי, אין סקווירא איז נישטא אזא זאך ווי טוישן א מנהג צוליב אומשטענדן אדער באקוועמקייט, אבער ווען עס מאכט זיך אז ס'האט זיך געטוישט ווערט דאס א מנהג מיטן גאנצן תוקף ואכמ"ל), ווען דער רבי איז אמאל געווען שוואך און האט נישט געקענט גיין מיט קיין שטיוול איז ער געגאנגען מיט שווארצע זאקן (איך ווייס נישט פארוואס).
איך האף אז דער צווייטער קשיא איז פארענטפערט, (גראדע פלעגט דער ראחמסטריווקא רבי פון בארא פארק מיט די קינדער גיין שטיוול ביז שנת תשנ"א, און ווען ער האט מער נישט געקענט האט ער אנגעטוהן שווארצע זאקן אזוי ווי דער שווער ז"ל האט געטוהן כנ"ל).
על האחרון: למעשה היינט אין סקווירא גייט מען נישט קיין ווייסע זאקן אונטער די שטיוול,
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח בן-בוזי פאר די אינהאלטספולע תשובות.
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע:עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

סקווערער חסידים גייען אויכעט מיט די פארמאכטע טליתים לויט דעם פסק פונעם הרב,בעל התניא זי"ע אין זיין סידור.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

סלונימער מיינט לכאורה די קלענערע טלתים, וואס מען רופט אין אמעריקא טלית קטן, און פארמאכט מיינט איר רינדעכיג אינדערמוט וואו מען לייגט אריין די קאפ, איא?
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע:עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”