תלמוד ירושלמי *נייע מחזור* מאנטאג חיי שרה כ' חשון תשפ"ג
די לימוד פון לערנען א דף ירושלמי יעדען טאג איז געווארן אוועקגעשטעלט דורך כ"ק אדמו"ר בעל הלב שמחה מגור זצוק"ל אין חודש טבת תש"מ.
זינט דעמאלט האט זיך בס"ד פארמערט אסאך פירושים און ביאורים אויף תלמוד ירושלמי וואס איז ביז דאן געווען א ספר חתום.
היינט צו טאג איז דא מערערע אפיציעס פאר איינער וואס זוכט מיט צוהאלטן א טעגליכע קביעות אין לימוד ירושלמי.
דער פרישע מחזור פון לימוד הירושלמי תשפ"ג ברענגט מיט זיך א פרישע חידוש וואס וועט אסאך פאגרינגערען פאר די חובבי תורה זיך מיט צוכאפן מיט'ן סדר הלימוד, ווי מיר וועלן באלד ערקלערן.