מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

עס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק, אייוועלט דרייט זיך איבער, עס קומט א שרייבער פארמעסט! איינער זעצט זיך שרייבן, א צווייטער זעצט זיך אויך שרייבן און די זעלבע מיטן דריטער...

אבער איך טראכט צו מיר, וואס איז דאס א שרייבער פארמעסט? און וואס איז דער ציל דערמיט? אלזא, לאמיר צוריקטרעטן א מינוט און לאמיר כאפן א כללות'דיגע בליק אויף שרייבן והמסתעף, און דערנאך וועלן מיר צוקומען וואס מיר ווילן מיט דעם פארמעסט.

וואס איז דאס שרייבן? די נקודה פנימית פון שרייבן איז ארויסברענגען א מחשבה און עס איבערגעבן פאר אנדערע, דער מערסט אפעקטיווער מיטל צו באיינפלוסן מענטשן איז דורך שרייבן, און מענטשן גלייכן צו ליינען א גוט געשריבן ארטיקל, אבער כדאי צו כאפן דעם ליינער דארף מען זיכערמאכן אז דעם ארטיקל איז גוט געשריבן...

וואס מיינט דאס גוט געשריבן?

גוט געשריבן אין איין ווארט מיינט, אז דער ליינער זאל זיך נישט דארפן מיטשען צו ליינען דעם ארטיקל. אויב וועט דער ליינער זיין פארנומען אויסגעפינען וואס דא שטייט וועט ער נישט ארייננעמען דעם מעסעדזש פון דעם ארטיקל, און וועט געדענקען די טעותים און נישט דעם נקודה...

ווי יעדע האט זאך האט שרייבן כללים. כללים מיינט אנגענומענע אומאפעציעלע פראטעקאלן וואס יעדער גייט נאך. אויב וואלט ווען יעדער געשריבן וויאזוי אים שמעקט, וואלט דער ליינער ערשט געדארפט כאפן וויאזוי דער שרייבער שרייבט, און הערשט דאן אנהויבן ליינען... וואס דאס וואלט פארמינער דעם אפעקט פונעם ארטיקל. במילא האט מען אפגעמאכט כללים, אזוי אז יעדער שרייבער האלט זיך צו די אנגענומענע כללים כדאי דער ליינער זאל זיך נישט מיטשען צו פארשטיין וויאזוי דער שרייבט.

די צוויי עיקר פונקטן אין שרייבן וואס האבן כללים זענען ספעלן און גרעמער. ספעלן מיינט דער וועג וויאזוי מען שרייבט ארויס דעם ווארט און גרעמער קאנצעטרירט זיך אויף דעם סענטענס. ווען איינער וויל שרייבן א גוט ארטיקל דארף ער זיכערמאכן אז ער האט ארויס דעם צוויי נקודות און דאן קען ער זיך זעצן שרייבן.

***

גענוג גערעדט פון שרייבן, אבער וואס האט דאס מיט דעם פארמעסט?

איז אזוי, אין דעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט איז שרייבן געווען זייער קאנצעטרירט, און נישט יעדער וואס האט געקענט שרייבן האט אפילו געהאט דער מעגליכקייט צו שרייבן. ווען מען רעדט פון אפאר הינדערט יאר צוריק מיינט מען דאס וואס עס זענען כמעט נישט געווען קיין בלייען און פאפיר אדער עס האט געקאסט אסאך געלט, און ווען מען רעדט פונעם נאנטן פארגאנגענהייט מיינט מען אז עס זענען נישט געווען קיין פלאטפארמעס וואו ארויסצוגעבן דאס געשריבן ווארט.

נישט אזוי לאנג צוריק, אז איינער האט געוואלט אז מענטשן זאלן ליינען זיין ארטיקל האבן ער געדארפט זיין גוט מיט א רעדאקראט פון א צייטונג און זיין געוואנדן אויף זיין רחמנות... ווייל חוץ פון צייטונגען איז נישט געווען וואו צו פאבלעצירן א געשריבן ארטיקל.

ברוך השם דער אויבערשטער האט אונז צוגעשטעלט, די לעצטע צוויי צענדליגע יאר, א פלאטפארמע ווי מיר קענען שרייבן בחינם. נישט נאר דאס, נאר אין דער פארגאנגענהייט, דער וואס האט געקענט שרייבן האט געקענט באקומען א פלאטפארמע, אבער דער וואס האט נישט געקענט שרייבן האט נישט געהאט וואו צו שרייבן... אבער זייט מיר האבן אייוועלט איז שרייבן געווארן א נחלת הכלל, יעדער קען שרייבן. און דער גרעסטע מעלה איז אז ווען מען דרייט זיך מיט גוטע שרייבער ווערט מען אליין א גוטע שרייבער מיט די צייט.

וויאויך האבן מיר א מעלה שרייבענדיג אויף אייוועלט, דאס וואס מיר קענען באקומען א פידבעק גלייך. ווען מען שרייבט פאר א צייטונג דארפן מיר גלייבן אז מענטשן ליינען עס, און ווארט וואכן און חדשים צו באקומען א קאמפלעמענט, משא"כ אויף אייוועלט ווען מיר באקומען עס גלייך.

שוין, צוריק צום פארמעסט...

אייוועלט האט אסאך גוטע שרייבער, מ'קען זאגן אז רוב שרייבער אינעם היימישן מארקעט דרייען זיך אויף אייוועלט, און דאס ברענט אז אסאך מאל מיינט דער פרישער ניק אז שרייבן איז נישט פאר אים זיך דרייענדיג צווישן אזאלכע גרויסע לייבן... במילא ווילן מיר דא געבן א שאנס פאר יעדן איינעם צו שרייבן אן ארטיקל, דער ארטיקל וועט ארויסגיין אן זיין נאמען אזוי אז ער וועט געהעריג זיין אין פארמעסט מיט די גרעסטע לייבן, און האבן א שאנס זיי צו געוואונען.

אלזא מאכט אייך גרייט, עס קומט א פארמעסט צו געדענקען!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

אריין אינעם פארמעסט!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6711
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ביסטעך יא א גוטע שרייבער...
זאלעך?...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מיליטאנט האט געשריבן:

אריין אינעם פארמעסט!
שכח!
enjoy האט געשריבן:
ביסטעך יא א גוטע שרייבער...
ס’הייסט? האסט געהאלטן אז נישט??

שכח עניוועי...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

צום פוינט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איצט אז מיר פארשטייען שוין אזוי קלאר וואס שרייבן מיינט, ברויכט איר מאריך זיין וואס איז דאס א פארמעסט...

שיין געשריבן וויאזוי א שרייבער ברויך צו שרייבן זיין שרייבעריי צווישן אזויפיל געשריבענע ווערק פון געשעצטע שרייבער.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

טעיק מאלטיפול אוו דעט!

----
ווער ס'האט גענדיגט געבן א גרינע זאל ארויסגיין, ס'דא פענסיל'ס אינדרויסן.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שכח!
שטומפיג האט געשריבן:
צום פוינט!
יישר כח!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יאנאש האט געשריבן:
איצט אז מיר פארשטייען שוין אזוי קלאר וואס שרייבן מיינט, ברויכט איר מאריך זיין וואס איז דאס א פארמעסט...

שיין געשריבן וויאזוי א שרייבער ברויך צו שרייבן זיין שרייבעריי צווישן אזויפיל געשריבענע ווערק פון געשעצטע שרייבער.
א שכח פונעם מנהל האט אן אנדערן באדייט...

שכח!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

טעמטי האט געשריבן:
טעיק מאלטיפול אוו דעט!

----
ווער ס'האט גענדיגט געבן א גרינע זאל ארויסגיין, ס'דא פענסיל'ס אינדרויסן.
שכח טעמטי!

די פענסילס האמיר אוועקגעלייגט פאר דעם געווינער פונעם פארמעסט...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין צונומען @בעל מדרגה. נישט געכאפט ווי שטארק מ'דארף עפרישיעטן אייוועלט.....
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ממה נפשך האט געשריבן:
זייער שיין צונומען @בעל מדרגה. נישט געכאפט ווי שטארק מ'דארף עפרישיעטן אייוועלט.....
יאפ! מיר זענען נישט מכיר וואס מיר האבן...

שכח פאר די קאמפלעמענט...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיין צולייגט!
ווארט מיר יעצט פאר דיין ארטיקל אינעם פארמעסט…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

היסטאריש האט געשריבן:
זייער שיין צולייגט!
ווארט מיר יעצט פאר דיין ארטיקל אינעם פארמעסט…
יישר כח!

די וועסט נישט מעגן וועלן... די העסט וויסן וועלכע ס’איז מיינס...

בעל מדרגה האט געשריבן:

גערעכט. אבער כ'בין זיכער ס'וועט זיין א פייוו סטאר ארטיקל…

יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

בעל מדרגה האט געשריבן:
זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה וואס מען ערווארט פונעם שרייבער.

און ווי אויך די מעלה אז אפילו דער יונגער איי פון דער טשיקן שרייבער (עפעס אזוי... פינג @טעמטי) האט נישט די פרעשור פון די וועטעראנען שרייבער.

אזוי אז יעדער האט א שאנס.

ווי אויך דארף מען שטארק געדענקן וואס @איינס זאגט. 'אין די פארמעסט איז נישטא קיין פארלירער יעדער געווינט זיין ארטיקל + פידבעיק + גרינע + און הנאה על טהרת הקודש'.

און שוין.

האלאו! @ניינער האסט נאך א פענסיל פאר מיר? אה גוט. מיט א שארפענער! (וויזוי ארבעט עס נאר? עני יוניט עוועיליבל).
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

היסטאריש האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
זייער שיין צולייגט!
ווארט מיר יעצט פאר דיין ארטיקל אינעם פארמעסט…
יישר כח!

די וועסט נישט מעגן וועלן... די העסט וויסן וועלכע ס’איז מיינס...
גערעכט. אבער כ'בין זיכער ס'וועט זיין א פייוו סטאר ארטיקל…
יישר כח פאר דיינע געשמאקע פידבעק...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יעקב פריינד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה וואס מען ערווארט פונעם שרייבער.

און ווי אויך די מעלה אז אפילו דער יונגער איי פון דער טשיקן שרייבער (עפעס אזוי... פינג @טעמטי) האט נישט די פרעשור פון די וועטעראנען שרייבער.

אזוי אז יעדער האט א שאנס.

ווי אויך דארף מען שטארק געדענקן וואס @איינס זאגט. 'אין די פארמעסט איז נישטא קיין פארלירער יעדער געווינט זיין ארטיקל + פידבעיק + גרינע + און הנאה על טהרת הקודש'.

און שוין.

האלאו! @ניינער האסט נאך א פענסיל פאר מיר? אה גוט. מיט א שארפענער! (וויזוי ארבעט עס נאר? עני יוניט עוועיליבל).
יאפ. די עיקר איז אז מען קען באקומען אמתע פידבעק...

שכח פאר די פידבעק, איטס עפרישיעטעד...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין ארויס געברענגט הרב בעל מדריגה...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מומחה יוחס האט געשריבן:
זייער שיין ארויס געברענגט הרב בעל מדריגה...
וואף! א קאמפלעמענט פונעם סגן ראש הקהל איז סאמטינג עלס...

שכח!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

הערליך שיין, קלאר און מסודר אראפגעלייגט בעל מדרגה!
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אהאה, מיר האבן געכאפט לייבל’ס אטענשען, גרייט זיך פאר פיינע סחורה...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יאנאש האט געשריבן:
אהאה, מיר האבן געכאפט לייבל’ס אטענשען, גרייט זיך פאר פיינע סחורה...
זעט אויס דו האלטסט נישט מיט, אבער לייבל האט שוין געמאלדן אז ער גייט טאקע שרייבן אן ארטיקל, געבנדיג א שאקל דעם גאנצן פארמעסט אויף פאראויס…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מיינע מחשבות אריינגייענדיג אינעם שרייבער פארמעסט תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אריה במסתרים האט געשריבן:
הערליך שיין, קלאר און מסודר אראפגעלייגט בעל מדרגה!
וואף! דער לייב איז ארויס פון באהעלטעניש!!

יישר כח!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”