בלאט 1פון 1

מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:12 pm
דורך רינדעכיג
נובעמבער דער פופצענטער למספרם עפן איך אויף מיין קאמפיוטער צו א מעלדונג: ס'קומט א מעכטיגע אנאונסמענט איבערן בעפארשטייענדיגן פארמעסט!!

די נייעס נעמט איבער אלע מיינע ביינער איך הייב מיך אן שארפן אנגרייטן מיינע געצייג, איך רוף ארום באקאנטע און גוטע פריינד און כ'מאך זיכער אז זיי שטייען מיט מיר אויף אזא דרעמאטישע באשלוס און גרייטן זיך אן זייער אינדארסמענט כ'מיין שטימע צו שרייען גאר הויך זייער מיינונג מיר צו שטעלן אויף די געווינער פאזיציע , און דער באשלוס פאלט זייער קלאר יא מ'גייט זיך בס"ד אנשליסן אינעם פארמעסט!!

האלוי האלטס ביזט געאייגענט דערפאר? דער עולם וויל בכלל זאלסט זיך פארמעסטן? האסט בכלל די מעגליכקייט צו געווינען דעם פארמעסט? נאך איבער די פאריגע פארמעסט האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט געפעלטשט די שטימעס אויף א מאסיווע פארנעם?!

כ'האב נישט די תירוץ אויף די אלע קשיות, אבער אז כ'טריי נישט אויס וועך איך זיכער נישט געווינען, אשר ע"כ על אפכם ועל חמתכם נעם איך די פעדער אין איך שארף עס אויס און גרייט צו די באזע און שטיצער און עטץ זאלטץ נישט זאגן כ'האב ענק נישט געווארנט א שטימע פארן צד שכנגד מיינט אז מ'זעמיר עפענטליך אויף מעסער שטעך אין פובליק ווי אין אישי.

חברה כ'קער נישט וואס ענק אלע זאגן, און וואס ענק האלטן איבער מיינע קוואליפעקאציעס און מעגליכקייטן מיך צו פארמעסטן אין געווינען, אפגעזען די רעזאלטאטן און וועלכע איך פלאן סיי ווי נישט צו אנערקענען נאך די פראוד וועכע האט זיך אפגעשפיעלט אין די פארגאנגענהייט טוה איך דא אפציעל מעלדן אז כ'שליס מיך אן אינעם פארמעסט מיין פעדער איז גרייט...

ליסטען איך בין דער בעסטער שרייבער איך האב נאך מחדש געווען די בעסטע ווערטער אין די היסטאריע, איך וועל שרייבן גאר א שיינע ניק נעים פאר אלע מיינע שונאים, אקעי איך אנאונס אז כ'טרעט אריין אינעם פארמעסט, יא, עטס הערטס גוט איך מעלד אפעציעל אז כ'בין שוין פון לאנג אין די פארמעסט -דאנעלד דזשעי טראמפ

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:16 pm
דורך שטומפיג
פיינע רינדעכיגע נייעס!
קענט וועיט

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:20 pm
דורך טעמטי


הערויף שרייבן שטותים... מיר דארפן אן ערענסטן פארמעסט ארטיקל מר. רינדי...

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:21 pm
דורך שלמה מולכו

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:35 pm
דורך רינדעכיג

שלמה לאכט מיך אויס ווייל זיין בארד איז שוין אין דער ערד, האלוי דעליווער אהער ווי שנעלער נאך א בארד... כ'מיין בארד ארטיקל...

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:35 pm
דורך רינדעכיג
טעמטי האט געשריבן:


הערויף שרייבן שטותים... מיר דארפן אן ערענסטן פארמעסט ארטיקל מר. רינדי...
ס'דא נאך א טאפיק וואס גייט געשריבן ווערן חוץ שטותים?

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:36 pm
דורך טעמטי
רינדעכיג האט געשריבן:
טעמטי האט געשריבן:


הערויף שרייבן שטותים... מיר דארפן אן ערענסטן פארמעסט ארטיקל מר. רינדי...
ס'דא נאך א טאפיק וואס גייט געשריבן ווערן חוץ שטותים?
חוצפה?!...

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:37 pm
דורך רינדעכיג
טעמטי האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
טעמטי האט געשריבן:


הערויף שרייבן שטותים... מיר דארפן אן ערענסטן פארמעסט ארטיקל מר. רינדי...
ס'דא נאך א טאפיק וואס גייט געשריבן ווערן חוץ שטותים?
חוצפה?!...
אקעי האמיר שוין צוויי טאפיקס, חוצפה און שטותים...

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:39 pm
דורך יאנאש
הא (מיט א קאמעץ) הא (מיט א פתח), ס’הייבט זיך אן עפעס וועבן.

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:41 pm
דורך טעמטי
רינדעכיג האט געשריבן:
טעמטי האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
טעמטי האט געשריבן:


הערויף שרייבן שטותים... מיר דארפן אן ערענסטן פארמעסט ארטיקל מר. רינדי...
ס'דא נאך א טאפיק וואס גייט געשריבן ווערן חוץ שטותים?
חוצפה?!...
אקעי האמיר שוין צוויי טאפיקס, חוצפה און שטותים...


אפישעלי אויפגעגעבן. צופרידן? גיי שרייב!

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:00 pm
דורך איינס
וואט אבאוט א ארטיקל איבער אכלתי יותר מדי?
איך גלייב נישט סאיז יותר מדי, סוועט אריבער גיין די טירן פונעם הויפקוואטיר.

אניש וועט מען בעטן טעמטי זאל שרייבן איבער התגלגלתי יותר מדי. אבער דא איז שוין א פראבלעם ווייל טעמטי דריידט זיך, דרייען איז רינעכחג, רינעכיג אכל יותר מדי, און יותר מדי שטייט נישט אין קעגן זאץ מיט געקאכטע אייער.

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:00 pm
דורך היסטאריש
וואף! דער רינדעכיג איז אינגאנצן פארטראמפט…
כ'האף דיין ארטיקל וועט נישט זיין אזוי איינגעהאלטן ווי דעם גרויסן מעלדונג פונעם ירום הודו…

Re: מיין אפיציעלע מעלדונג צום פארמעסט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:06 pm
דורך צדוק
אייער מעלדונג איז אנגענומען געווארן מיט סוקסעס

יעצט וועט איר דארפן ווארטן ביז א מנהל באשטעטיגט עס

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: