מיין טריפ קיין אריזאנע
לויטן פלאן דארף מען שוין זיין אויפן וועג צום עירפארט. היות מפארט פון נוארק מיט די יעצטיגע טרעפיק פון Rush hours דארף מען רעכנען א שעה א האלב פאר די וועג. למעשה זעמיר נאך עוסק מיט לעצט מינוטיגע צוגרייטונגן, צוקוועטשן די טונע, שניידן וועדשטעבלס, אויפזיכן א רוקן זאק, זיך דערמאנט די לעצטע מינוט פון די פארפרוינענע מילך פון פריזער ווייניגער ווי 3 אנצעס, היות מפארט נאר מיט קערי אנס. מטוט זיך אן די סניקערס, די כאלעטל מיטן דאטשיק, ויסעו עם אובער לנוארק ווען די זייגער ווייזט שוין 4:21 און אונזער פלייט איז 6:59 אונז זעמער היפש שפעיט, לויט וועיז קומער אן 5:40. אקעי סאיז נישט ממש כווייסעכוואס שפעיט אונז טשעק מער נישט אריין לאגעדש די בארדינג פעסעס זענען גרייט, נו וועט מען זיך מיזן עטוואס יאגן.
די וועיג איז גאנץ כמעשה ווען די וועיז פונעם דרייווער שפילט מיט מיינע נערווען גייענדיג פון 5:33 ETA ארויף ביז 5:49. למעשה איז מען אנגעקומען 5:41.
4:10 לאזט זיך מיין חבר שמילי ארויס פון מאנסי ער איז מיין פארטנער פאר די נסיעה, גראדע וואונט ער און ווילי נאר לצורך פרנסה איז ער היינט פארפארן צום עיר התורה. ער פארט מיט זיין אייגענע קאר וואס גייט ווערן געסטארעדשט ביי איינע פון די פילצאליגע פארקינס וואס נעמט ארום דעם עירפארט. די מעשה מיט אים איז אז ער האט א גרויסע גארביטש בעג צאמגעמישט העמעדער מיט קראקס שעמפו מיט ווארעמע זאקן. ער ווארט אויף מיין עקסטערע רענצל וואס איך ברענג אים צום עירפארט דארט וועט פארקומען א מעמד איבערפאקן. אין די קאר האט ער מיט זיך צוויי פארשענס פיש פון עווערגרין, ווארעמע אונטערוועש פאר אונז ביידע געקויפט פריש פון וואלמארט די וועטערס זאגן ארום 40 דיגרי. ער זיצט אויך און טרעפיק אבער זיין ETA איז 5:21. למעשעה בין איך געווען און עירפארט פאר אים. פארקן, וואקן צום טערמינאל נעמט צייט. דא האט זיך אנגעהויבן די ווי ביסטו געים פון גרויס אנגסט האט ער נישט געוויסט וועלכע שטאק ער איז נאך עטליכע שוויצוגע מינוטן האמער זיך צאמגעטראפן מיט א דערלייכטונג. ב״ה די מעמד איבערפאקן איז צוגעגאנגן אן קיין איבעריגע שוועריקייטן חוץ איין סוועטער וואס גלייכט נישט קיין צו זיין צוקוועטשט איז יעדער אריין אינעם רענצל אן א מוק.
די זייגער ווייזט 5:55
די סעקיוריטי איז דורך געשמירט, די טונע קענס האבן זיך פיין דורך געגליטשט דעם מאשין, מגיימיר צום געיט די פלאץ איז שוין פיל מגייט שוין אט בארדן.
נאך עטליכע מינוט זעמיר געווען אויפן פליגער. ביידע פון אונז מיט א גאנצע רייע ליידיגע זיצן, די פליגער איז היפש ליידיג צו יעדעמס פרייד. ערגעץ אין א רענצל העכער מיין קאפ ליגט א רוסישע שטריימעל/קוטשמע די סארט וואס מען גייט אין אומן, פאר די קומענדיגע פאר טאג איז דאס שמילי׳ס היט - אויערנשיצער שמילי האט דאס איינגעהאנדעלט און בארדישוב נאך פאר פוטין איז אויפגעשטאנען מיט די שמערצן אין קאפ.
נאך א האלבע שעה דילעי זעמיר און די לופטן ETA איז 10:54 דארטיגע זייגער, דהיינו 12:54 נו יארקע.
ופורחו! (און געפלויגן) לפיניקס.
די רייזע איז אדורך געשמירט שמילי האט אנגעצויגן א אנדרעט האלבע שעה פישוט ידים ורגלים. בשעת איך קלאץ מיט פארמאכטע אויגן וואס עפנט זיך אויך יעדע פאר מינוט צו קוקן אויפן קאלארד סקרין ווי מהאלט.
געלאנדעט, געזוכט די רענטעל שאטל פאר א מינוט, באקומען א פיינע קאר, אריינגעטשעקט.
וכחלום שאינו יעוף אזוי שנעל.
ווי גייט מען שחרות? חב״ד דאווענט מען 7 און די ישיבה גדולה אף פיניקס 7:30(געמיינט אז דאס איז די לעצטע מנין) זאל זיין 7:30.
די ישיבה איז א מיקס פון ספרדישע און אשכנזישע און אפילו א חסידישער בחור מיט אראפגעלאזטע פאות וואס וואונט דארט. נאכן דאווענען איז פארגעלערנט געווארן א שיעור אויף דאווענען זייער שיין געווען, די ר״י האט אונז פארגעשלאגן צו עסן פרישטאג אונז האמער אפגעזאגט און זיך באגנוגנט מיט א גלעזל מילך פאר די קאווע(חלב ישראל? יא געהעריג ווי אין נ״י).
שמילי איז געגאנגען צום לאקאלע כשרע גראסערי איינגעקויפט קאלד קאטס מיט א היימישע השגחה עלמאנד מילך פאר די קאווע(לאמיר נישט רעדן דערוועגן)מיט נאך עטליכע זאכן.
10:00 ארויסגעפארן קיין Sedona
די וועג נעמט צוויי שעה זייער א שיינע רואיגע וועג. און אריזאנע איז די ספיד לימיט אויף די הייוועיס 75, סא פארן אויף 85 איז נארמאל.
ויחנו בסעדאנע ארום 12.
ארפאלייגן סעדאנע איז נישט שייך, און איין ווארט WOW!!
די הערליכע רויטע שטיינער וואס נעמט ארום דאס מקום איז אטעם פארכאפנד. צוגעפארן צו א געז סטעשן זיל איינגעהאנדלט זון ברילן דערנאך געפארן צו Cathedral Rock די פלאץ איז זייער פאפולער דעריבער קען פארקינג נעמען היפש לאנג ב״ה נאך עטליכע מינוט געטראפן א פארקינג, ארויף געקראכן ביז אויבן, עטליכע מאל געניצט אלע פיר, אלץ העכער מאיז געקראכן אלץ שענער איז די פענעראמע געווערן, אנקומענדיג אויבן איז געווערן זייער ווינטיג, נאך אפאר מינוט זיצן אויבן און זיך אנזאפן מיט די נפלאות הבורא זעמער צוריק אראפ געקראכן און געפארן צו Sedona ATV(באקאנט פון desperate measures 2 איך האב געכאפט א שמועס מיטן ארבעטער וואס ווערט געזעהן אויפן פילם ווי אזוי די זאך איז צוגעגאנגן, ער זאגט אז ער איז בכלל נישט קיין עקטער נאר מהאט אים געבעטן צו זיין דערויף)
למעשה איז שוין געווארן שפעיט פאר די לאנגע OHV טרעיל און די קורצע טרעיל איז היפש א שווערע זעמער געגאנגן ווייטער.
נעקסט סטאפ Bell Rock געקראכן ביז היפש הויך, זיך געבילדערט און אראפ.
היות סאיז שוין כמעט געווארן Sunset איז מען געפארן צום עירפארט lookout וואס פון דארט איז דא א הערליכע וויא פון גאנץ סעדאנע. מיטגעהאלטן די שקיעה זייער שיין געווען. די ערפארט און סעדאנע זיצט אויף א הויכער פלאכער בארג העכערן שטאט.
נאך מנחה זיך ארויסגעלאגט קיין גרענד קעניען נעשענאל פארק. די וועגן זענען געווען ליידיג די קאר איז גאפארן שנעל עטוואס ארום 100 מייל א שעה(ביטע דאס נישט טאן און נו יארק). אנגעקומען קיין Tusayan וואס איז 5 מינוט פון די פארק ארייגעטשעקט און א האטעל. א גוטע נאכט.
11:00 צוגעפארן צום פארק. די פלאן איז געווען צן גיין פארטאגס מיטצוהאלטן Sunrise ולא עלתה בידי(שמילי איז געווען מיד).
די קעניען איז עפעס שלא מן עלמא הדין, די רואיגקייט וואס באנעמט דעם מענטש פון קוקן אויף די הערליכע נפלאות הבורא איז אומבאשרייב און אומבאפיקטשערבאר,
קודם געגאנגן קוקן אפאר (viewpoints (Mather and Yavapai דערנאך געהייקט די South kaibab trail ביז ooh-ah point (די באדאנסקי טרעיל)
די וועג איז היפש שיעף, אויפן וועיג איז אונז אדורך געגאנגן א גאנצע גרופע Mules וואס גייען אראפ די גאנצע טרעיל ביזן ריווער צוזאמצונעמען טרעש וואס מענטשן לאזן איבער, נאכן זיך אפריען 10 מינוט ביי אאה אהה פוינט האט מען צוריק ארויף געהייקט, דערנאך גענומען די שאטל וואס פארט אויף הערמיט ראוד וואס איז פארמאכט פאר אלגעמיינע פארקעיר,
זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע וויא פוינטס מיטגעהאלטן Sunset ביי Mohave point זייער אינטרעסאנט געווען.
צוריק געפארן קיין פיניקס א 3.5 שעה וועג, ווען אויפן וועג איז דא א קאנטעסט מיט שמילי ווער סקען פארן די שנעלסטע שמילי האטעס למעשה געמאכט מיט א היי ספיד פון 117, יעצט ציריקטראכטענדיג האלט איך אז סאיז געווען זייער נישט נארמאל דאס צו טאן, וואס מידעקייט קען טאן צו איינעם…
גענומען די רעד איי(night) פלייט אהיים געלאנדעט 5:40, די גאנצע פלייט גענומען 3 שעה מיט פערציג מינוט.
למעשה איז די קאלטע וועטער געווען זייער פיין פאר הייקן. מיט א סוועטער און ווארעמע אינטערוועש כמעט נישט געשפירט קיין קעלט, ועל כולם איז נישט געווען קיין אויסגעלאסענקייט.
קאמענטארן און פראגעס זענען זייער וועלקאם, ביטע נישט צוטירן די גאנצע תגיבה יש״כ