Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג
איר האט דא פארראכטן אייער תגובה מיט אומפארשטענדליכע ווערטער.קושטא האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:31 pmנאר באמת גלייב איך זייער שווער אז איינער זאל זיך אפילו האבן וואס טועה צו זיין אין אזעלכע דברים פשוטים. נאר איך הייב אן ערענסט חושד זיין אויף עפעס אנדערש, וואס איך וויל נאך דערווייל נישט מפרש זיין. אזויפיל רמז וועל איך יא זאגן, אז איך בין חושד אז אלע סברות מיינע וואס איך האב גענוצט אפצופרעגן זיינע סברות, האט ער שוין געוויסט און פארשטאנען נאך פאר איך האב עס געשריבן, און אפילו נאך סאך בעסער ווי זיינע ... ועוד חזון למועד מסביר צו זיין פונקטליך וואס איך מיין דא.
אבער יא, איך ווייס זייער גוט אז די מחמירים האבן א ריכטיגע מהלך לויטן משנ"ב, כ'האב טאקע געהערט אז ס'איז דא געוויסע וואס ווילן דארט עפעס דרייען, אבער לענ"ד דער וואס לערנט דורך די גאנצע משנ"ב אויף דעם סימן זעט זייער קלאר זיין מהלך לדעת הרמ"א אויף הלכה למעשה [דלא כב"י].
אבער וואס האט דאס צום שועה"ר? די טענה איז אז די שועה"ר איז דא געגאנגען בדעת הרמב"ם מיט א מהלך פונעם ב"ח פון אנפאנג ביזן סוף, און אין די זעלבע צייט איז ער געגאנגען מיטן יסוד פונעם בית יוסף עד הסוף און נישט ווי די רמ"א [אגב, ער ברענגט דעת הרמ"א איינמאל בפנים לענין טיגון, אבער ווי ער שרייבט איז עס ממילא נישט קיין נפק"מ למעשה אויף יענעם פאל].
@להודות איר האט געזען זיין תגובה? איך בין פשוט נייגעריג צו וויסן די אמת, היות איך זע אייך אלץ א זייטיגע צוקוקער וואס פראבירט פארשטיין וואס גייט דא פאר, איז ביטע ליין נישט וואס איך שרייב אויף זיין ענטפער, נאר קוק איבער וואס איך האב געפרעגט פונעם שועה"ר און וואס ער האט געענטפערט דערויף. זאגט מיר ביטע דעם אמת, איר זעט עפעס אן ענטפער אין זיינע ווערטער? אויב יא ביטע העמדינו על האמת און זייט אזוי גוט און זאגט עס אין אנדערע ווערטער אפשר אזוי וועל איך כאפן מיין טעות. א דאנק.