די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:50 pm
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:43 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:01 pm
https://hebrewbooks.org/55127
עי' בעמוד 13
און וואספארא חידוש דארף איך דא צו זעהן? אז מ'האט אריין געמישט עפל זאפט, פיין. אבער טאמער טוישט עס נישט דעם טעם צו שפירן א זיסן טעם, טוישט זיך אויך נישט די הלכה, כמבואר לעיל כמה וכמה פעמים מדברי השו''ע וכל הפוסקים.
תשל"ח האט מען יא געשפירט א זיסן טעם?
און היינט שפירט מען יא א זיסן טעם? כ'מיין וואס פרעגסטו דא, דאס איז דאך אלעס געבויט אויף די שיטה אז ביי רוב מי פירות דארף מען זיך נישט וואשן אפילו מ'שפירט נישט דעם טעם, וואס ווי געזאגט איז דאס נגד דעת השו''ע וכל הפוסקים.

די ברענגסט עפעס פון תשל''ח כאילו היינט זאגט מען נישט די זעלבע זאך. וואס פונקטליך ווילסטו דא מחדש זיין מיט דעם קונטרס?
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:03 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:50 pm
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:43 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:01 pm
https://hebrewbooks.org/55127
עי' בעמוד 13
און וואספארא חידוש דארף איך דא צו זעהן? אז מ'האט אריין געמישט עפל זאפט, פיין. אבער טאמער טוישט עס נישט דעם טעם צו שפירן א זיסן טעם, טוישט זיך אויך נישט די הלכה, כמבואר לעיל כמה וכמה פעמים מדברי השו''ע וכל הפוסקים.
תשל"ח האט מען יא געשפירט א זיסן טעם?
און היינט שפירט מען יא א זיסן טעם? כ'מיין וואס פרעגסטו דא, דאס איז דאך אלעס געבויט אויף די שיטה אז ביי רוב מי פירות דארף מען זיך נישט וואשן אפילו מ'שפירט נישט דעם טעם, וואס ווי געזאגט איז דאס נגד דעת השו''ע וכל הפוסקים.

די ברענגסט עפעס פון תשל''ח כאילו היינט זאגט מען נישט די זעלבע זאך. וואס פונקטליך ווילסטו דא מחדש זיין מיט דעם קונטרס?
קוק אין די צווייטע בלאט
די מדריך לכשרות איז "נתיסדה בפיקוח הרה"ג המפורסם מוהר"ר משה שטערן שליט"א גאב"ד דקהל יסודי תורה (מלפנים אב"ד דעברעצין)."
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עפעס האב איך לעצטנס געליינט אז מ'איז לעצטנס דערגאנגען אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט געפסקנ'ט עמיצנ'ס כתובה לקולא אנדערש ווי וואס איז אין די לעצטערע יארן געווארן אנגענומען, איך געדענק נישט די דעטאלן, און ס'איז געווען א גרויסע חידוש צווישן די רבנים עס האט זיך געטון אין די כוללים.

אונז גלייבן אז די פריערדיגע ארגינעלע רבנים האבן געקענט פיל בעסער לערנען ווי די היינטיגע קאמפיוטער סוירטשעס. + סיעתא דשמיא. וזאת התורה לא מחלפת.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

הרב קושטא, יעדער האט שוין געלייענט וואס דו האלטסט צענדליגער מאל. האסט שוין יוצא געווען. קיינער קען מיט דיר נישט מחולק זיין. קיין איין רב האט נישט קיין רעכט צו פסק'ענען אנדערש ווי דיר ווייל די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר דיר. יעצט קענסטו שוין אויפהערן שרייבן. דו חזר'סט דיך איבער און איבער און איבער.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
הרב קושטא, יעדער האט שוין געלייענט וואס דו האלטסט צענדליגער מאל. האסט שוין יוצא געווען.
איך בין נישט אינטערעסירט אז די זאלסט זעהן וואס איך האלט, נאר וואס אין שו''ע וכל הפוסקים שטייט.

כדברי הרה''ג ר'ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואס שרייבט נישט סתם זיין פסק הלכה, נאר אזעלכע שטארקע אומצוויידייטיגע דיבורים:

''ווען מען קוקט אריין אין דער הלכה און אין די פוסקים שטעלט זיך ארויס מיט א פשטות אז די די ברכה אויף די אלע "מזונות ברויט" ראולס איז ''המוציא", אפילו ווען ווען מען עסט נאר ממש א קליין ביסל דערפון, און אויב מען עסט א כביצה דארף מען זיך וואשן דערויף און מאכן "על נטילת ידים" (אזוי ווי ביים עסן חלה א.ד.ג) און בענטשן ברכת המזון. און דאס איז אפילו ביי די בעקערייען וואס לייגן אריין אינעם טייג צוויי דריטל מי פירות, צי מער אפילו, און עס איז עס נאך אלץ "המוציא" גמור, פונקט ווי געהעריגע ברויט''

און פאר די וואס דרייען א קאפ וועגן ברכה לבטלה שרייבט ער כהאי לישנא:
נאכמער: ווען איינער גיט אכטונג טאקע צו עסן דאס ברויט כהלכה מיט "נטילת ידים" און "ברכת המזון", איז לענ"ד נישטא קיין הידור אז ער זאל ענדערש מאכן "המוציא" אויף א געהעריג שטיקל חלה (וואס האט בכלל נישט קיין מי פירות אין זיך), ווייל ביידע זענען פונקט אזוי "המוציא", און עס איז נישטא צווישן זיי קיין חילוק''

אזעלכע סטייל דיבורים איז נישט סתם געזאגט א פסק הלכה אויף וואס מ'קען מפלפל זיין. נאר איז בגדר ''געזאגט דעם גראבן טרוקענעם אמת'' וואס יעדער - אינקלודינג די מקילים- ווייסן במילא.
Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
קיינער קען מיט דיר נישט מחולק זיין. קיין איין רב האט נישט קיין רעכט צו פסק'ענען אנדערש ווי דיר ווייל די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר דיר. יעצט קענסטו שוין אויפהערן שרייבן. דו חזר'סט דיך איבער און איבער און איבער.
אויף מיר קען יעדער מחולק זיין, אבער אויפן שלחן ערוך והפוסקים קען קיינער נישט מחולק זיין יהיה מי שיהיה.

און דאס אז נאך אזויפיל יארן שרייען מזונות מזונות, האט מען פיינעלי אראפ גענומען דעם זיגל מזונות, טראץ וואס די מציאות וויאזוי מ'מאכט די ראולס האט זיך גארנישט געטוישט, ווייזט פונקטליך ווי דער אמת שטייט איין.. און צוביסליך הייבט דער אמת אן ארויסצוקומען. נאך אפאר יאהר וועט מען שוין שרייבן המוציא, משיח זאל אוודאי קומען פריער.

מאכן קוועטשעס און דיוקים מיט פילפולים קען מען אויף יעדע זאך, אבער אמת בלייבט אמת.

ביידעוועי איך האב אין דעם אשכול סאך ווייניגער תגובות ווי למשל הרב למעלה משבעים. נאר זעהט אויס אז אייך באדערט נישט חזרה, נאר עפעס אנדערש...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב קושטא, זייטזשע מוחל.

אלעס פיין און וואויל, אבער מ'קען נישט טענה'ן אז דער מהרש"ם דער מנח"א אדער אפילו דער דעברעצינער רב האבן גע'פסק'נט שלא כשו"ע.

אז אייך געפעלט מער איין פוסק מיינט נישט אז אן אנדערע מהלך איז שלא כהלכה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קושטא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 3:31 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:47 pm
איר האט א מראי מקום פון כאטש איינע פון די ראשונים אדער אחרונים וואס זאגט אז "סעודה" פון וואס מען רעדט איז אלעס תלוי לויט די מציאות פון יענעם צייט?
איך האב פריער געברענגט עטליכע ראשונים ואחרונים וואס זאגן קלאר סעודות ערב ובוקר, און די פרעגסט מיך וואס? אז איך זאל אויפווייזן אז "סעודה" פון וואס מען רעדט איז אלעס תלוי לויט די מציאות פון יענעם צייט? נאר אין וואס דען איז דאס תלוי? אין שיעור עומר? נו זאלן זיי זאגן שיעור עומר וואס דאס איז א שיעור קצוב און פארטיג. אבער ניין! זיי זאגן סעודות ערב ובוקר, ווייל טאקע דייקא דאס איז דער גדר.
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:47 pm
ווייל דער שועה"ר וואס זאגט אז די שיעור קביעות סעודה קומט פון עומר לגלגולת זעט מען קלאר אז מען רעדט פון א סעודה וואס חז"ל רופן א סעודה נישט וואס אונז רופן א סעודה.
נו פאר וואס אין סדר ברכת הנהנין פרק ב' סיעף א' דערמאנט ער נישט קיין ווארט וועגן עומר נאר סעודת ערב ובוקר? נאר אזוי ווי פריער ווייל הכל תלוי בזה.
דא האסטו זיין לשון:
וְלֹא תִּקְנוּ אֶלָא בְּלֶחֶם שֶׁדֶּרֶךְ בְּנֵי אָדָם לִקְבּעַ סְעוּדָה עָלָיו, אֲבָל מִינֵי לְחָמִים שִׁיתְבָּאֵר שָׁאֵין רגִילִין לִקְבּעַ סְעוּדָה עֲלֵיהֶם - אֵין מְבָרְכִין עֲלֵיהֶם"הַמּוֹצִיא" וּבִרְכַּת הַמָּזוֹן, אֶלָּא לִפְנֵיהֶם "בּוֹרֵא מִינֵי מְזוֹנוֹת" וּלְאַחֲרֵיהֶם "מַעֵין ג', אֶלָא אִם כן אוֹכֵל מֵהֶם כְּשְׁעוּר קְבִיעוּת סְעוּדָה דְהַיְנוּ, כַּשְׁעוּר שֶׁרֹב בְּנֵי אָדָם קוֹבְעִים סְעוּדָת קָבַע – ''''שהִיא סְעוּדָת עָרֶב וּבֹקֶר'''' - עַל שִׁעוּר כָּזֶה מִסְתָם לֶחֶם גָּמוּר, וְגַם מִלְחָמִים אֵלּוּ כְּשֶׁאוֹכְלִין שְׁעוּר כָּזֶה לִפְעָמִים אֲזַי הֶם קוֹבְעִים סְעוּדָה עָלָיו,
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:47 pm
און דעם קומענדיגן בלאט בפנים סעיף ח' וז"ל: בעת קביעת סעודה של פת כסנין ראיתי בזה דברים המכאיבים, זה אומר ארבע בצים וזה ששה זה בכה וזה בכה ואין בהם דברי טעם וריח כלל, אלא העיקר תליא בשביעה אם הוא שבע הרי נתחייב מן התורה לברך בהמ"ז אין כח ביד חכמים לפטרו וחייב לברך בהמ"ז ממילא שחל עליו חיוב נט"י והמוציא. וענין השביעה כל אחד לפי הרגלו ולפי הזמן אפילו אכל כביצה ושבע ממנו ולא ירגיש רעבון עד ששה שעותיטול ידיו ויברך המוציא ושלש ברכות.

פון דעם זעסטו קלאר אז אפילו עס גייט כפי הרגלו והזמן, אבער די אפטייטש פון שביעה איז פאר זעקס שעה.
וויאזוי איר קענט נעמען א שטיקל שלחן הטהור וואס איז א בפירוש'ער ראיה צו מיר, אז ס'האט גארנישט מיט עומר נאר מיט שביעה, און עס אויסדרייען כאילו עס איז א ראיה קעגן מיר, איז ממש מרפסין איגרא!!

און טאקע א גרויסן יישר כח פארן מיר מגלה זיין אזא קנאקעדיג שטיקל קאמארנער וואס זאגט ממש מיינע ווערטער, ברוך השם שכוונתי לדבריו הקדושים.
כ'ווייס נישט צו איר זענט צומישט אדער פראבירט צו צומישן דעם עולם דא. אבער אהובי ידידי, אלעס וואס מען רעדט וועגן "סעודה" איז מען דן אפצולערנען די שיעור וואס שטייט אין גמרא, דהיינו די גמרא זאגט כל שאחרים קובעין עליו "סעודה", הייסט די גמרא האט גערעדט פון עפעס א מציאות, איז די שאלה וואס דאס מיינט. אויף דעם ברענגט דער שועה"ר אז סעודה מיינט נישט דאס וואס מען רעדט אין הלכות עירובין, נאר דאס וואס מען זעט ביי די עומר [אינטרעסאנט פארוואס ער דארף דאס זאגן און האט נישט פשוט געזאגט פוק חזי מאי עמא דבר, לדבריך האט דאך עס גארנישט צו טון מיט וואס חז"ל רופן א סעודה, נאר פשוט וואס מענטשן טון ביי זייער סעודה אין יענער צייט!]

קומט די בית יוסף און ברענגט אן אגור וואס קומט פונעם שבלי הלקט וואס איז מפרש די ווערטער פונעם גמרא "אם קבע סעודתו עלייהו" וואס מיינט א סעודה זאגט ער אז ה"ר אביגדור האט מפרש געווען "דוקא סעודת ערב ובוקר ולא סעודת עראי". די בית יוסף האט דאס אפגעלערנט אז ער מיינט צו זאגן אז דאס ווענד זיך וועלכע סעודה דאס איז, דאס הייסט אפילו אין כמות און אין שביעה וועט מען עסן די זעלבע סכום, נאר מען וועט דאס עסן נישט ביי סעודת ערב ובוקר נאר ביי א סעודת עראי איז עס נאכאלץ מזונות, זאגט די בית יוסף אז דאס איז נישט ריכטיג, נאר סיי אויב מען עסט עס ביי א סעודת ערב ובוקר און סיי אויב מען עסט עס ביי סעודת עראי ווענד זיך עס אין די שיעור וואס מענטשן עסן.

און ווי געזאגט איז די שועה"ר מסביר אז די שיעור איז וואס מען זעט ביי עומר, קומט די משנה ברורה און זאגט אז דאס איז די פשט פון די ווערטער פונעם ה"ר אביגדור, אז מען רעדט כשיעור סעודה קבוע שהוא של ערב ובקר, נאכאמאל "מען רעדט" מיינט מען די גמרא וואס זאגט די שיעור כמות וואס מען דארף עסן רעדט פון א שיעור סעודה פון ערב ובקר. ממילא דעם שיעור וועט זיך נישט טוישן נישט קיין חילוק וואס מען טוט היינט.

קומען אנדערע אחרונים, ובכלל דער שלחן הטהור און קריגן זיך אויף דעם שועה"ר און די אנדערע אחרונים, און זאגט אז ווען דער גמרא רעדט פון סעודה, און די זעלבע פשט אין ה"ר אביגדור דאס איז נישט די שיעור כמות וויפיל סכום מען דארף עסן, נאר א שיעור שביעה, ווילאנג מען דארף זיין זאט פון דעם עסן, און דאס איז די שיעור צווישן סעודת ערב ובקר וואס איז שש שעות, און ווידער דאס איז נישט אז דער שלחן הטהור איז אויפגעקומען אז בזמנו איז אזוי געווען, ניין, ער לערנט פשוט פשט אין גמרא אז דאס איז וואס די גמרא רעדט פון. ממילא וועט זיך דאס אוודאי נישט טוישן כפי המקום והזמן.

אגב, כ'בין נייגעריג צו די צייט פון ווארטן צווישן פלייש צו מילכיג'ס האט זיך אויך געטוישט לויט די שנעלקייט וואס איז היינט דא פון איין סעודה צום אנדערן, ווייל דאס לערנט מען אויך ארויס פון וואס די גמרא זאגט אז מר עוקבא האט נישט געגעסן אינעם זעלבן סעודה אבער יא ביים קומענדיגע סעודה און ווי די ראש שרייבט אז דאס איז מזמן סעודת הבוקר עד זמן סעודת הערב שש שעות, לויט דיין מהלך אז אפילו די גמרא רעדט פון סעודה מיינט נישט אז דאס איז די שיעור נאר פשוט דאן איז אזוי געווען די מציאות, לכאורה דארף זיך דאס טוישן אין יעדן דור...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:31 am
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 pm
קושטא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:54 am
farshlufen האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:00 am
קושטא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:51 am

האמת אגיד אז איך האב ביז יעצט נישט מעיין געווען אין די תשובה מחמת טירדא, איך האב מיך טאקע גלייך געווינדערט ווייל איך האב קיינמאל נישט געזעהן פון די מקילים צוברענגען א תשובת מנחת אלעזר אלץ סמך לשיטתם.

אבער יעצט אריין קוקענדיג אין די תשובה שטיי איך ממש פארווינדערט ווי די האסט דא געזעהן איין ווארט אז ער האלט אז רוב איז גענוג אפילו בלי טעם, אדרבה ער האלט זיך נאר מיטן ב''י אז וויבאלד מ'שפירט א טעם מ''פ איז עס אויס לחם גמור לפי שאין בני אדם קובעין עליו.
זאג מיר דעם אמת, האסטו מעיין געווען אין די תשובה פאר די האסט עס ארויפגעשטעלט? אדער די האסט נאר נאכגעשיקט פון איינעם אן מעיין זיין דערין פארדעם.
ער רעדט דאך פון מי חלב וואס האט גארנישט קיין זיסע טעם.

גראדע האב איך תשובה שוין פון לאנג אדורכגעלערנט אגב אורחא, נאר איצט אפירגעזוכט לענינינו.
איך פארשטיי נישט, די גאנצע וואס די ברענגסט דעם מנח''א איז צו ברענגען א ראיה אז נילושה בחלב האט אויך א דין כיסנין? אויף דעם דארפסטו דעם מנח''א? דער ב''י אליין און דער מחבר אין שו''ע זאגן דאך קלאר חלב, און די זעלבע דער שועה''ר וז''ל ויש מפרשים שפת הבאה בכיסנין היא פת שנילושה בדבש ''או בחלב'' וחמאה או בשומן או בשמן או במי ביצים או במי פירות ויין או בשאר משקין חוץ ממים וכו' מברכין עליו בורא מיני מזונות וברכה אחת מעין ג' ואע"פ שכל המשקין אין מוציאין העיסה שנלושה בהם מתורת לחם לענין חלה מכל מקום אין דרך בני אדם לקבוע סעודה אלא על פת שנלושה במים לפיכך אין בה חשיבות לחם גמור לברך המוציא וברכת המזון אלא א"כ אוכל שיעור שרוב בני אדם קובעים עליו.

און צווייטענס פארוואס ברענגסטו נישט די ערשטע העלפט תשובה וואס דאס איז דאך דער עיקר ווי ער ברענגט א ראיה פון דברי הב''י אז אלעס האט מיט קביעות וואס קביעות האט מיט טעם ווי דער ב''י אליין זאגט והוא שיהיה טעם המי פירות נרגש בעיסה און ממילא כיון שאין בני אדם קובעין על לחם שנילוש בחלב אינו לחם.

נו פארוואס זענען טאקע נישט מענטשען קובע דערויף? און נילושה בשמן האט יא א זיסע טעם? נו פארוואס זענען טאקע נישט מענטשען קובע דערויף? ווייל ס'האט אן אנדערע טעם ווי לחם גמור ממילא האבן דאס נישט מענטשן ליב פאר א סעודה קבועה. גיי קנעט אויס א טייג מיט מילך אדער שמן וועסטו פארשטיין פארוואס. און כעכין יבשין האט אויך נישט קיין זיסע טעם, אבער סהאט א טרוקענע טעם, ממילא זענען מענטשן נישט קובע דערויף. און דאס איז וואס ער ענדיגט צו ואם כן ה''נ בחלב הוה כמו מי פירות וכו' ''דנשתנה טעמו ממים''

מתיקות איז נישט די נקודה, די נקודה איז שינו טעם, וואס דאס איז גורם שינו רצון, און דער שינו טעם קען קומען אדער מחמת מתיקות, אדער מחמת שמנונית, אדער מחמת יבישות,

הבנת?
הייסט לדבריך פסק'נט די מנחת אלעזר ווי די מחבר אז רוב מים ומעט מי חלב איז שוין כסנין? אוודאי נישט, נו וואס איז די ספק פונעם שואל? און וואס האט אים די מנחת אלעזר געענטפערט פונעם בית יוסף, דער שואל האט דען נישט געלערנט דעם מחבר פון 'חלב' און דעם בית יוסף פון קביעות? ווי אויך פוק חזי מאי עמא דבר צו מען איז זיך קובע, וואס פונקטליך איז די שאלה דא?

די תשובה איז פשוט, דער שואל האט זייער גוט געוויסט אז ס'שטייט אין מחבר חלב, און אז מענטשן זענען זיך דערויף נישט קובע, זיין שאלה איז געווען פשוט אין גראד, דאס איז 'מי חלב' נישט חלב אליין וואס מה"ת האט דאס א דין מים, ממילא אפשר לגבי כסנין האט דאס אויך א דין ווי עיסה שנילושה במים לחוד, וואס דאן רעכן איך זיך בכלל נישט מיט דעם וואס מענטשן זענען נישט קובע דערויף.

אויף דעם האט אים דער מנחת אלעזר געענטפערט מיטן בית יוסף, אז היות דער בית יוסף איז מחדש אז עס האט נישט צו טון אויב עס האט א 'דין לחם' צו נישט, נאר איך גיי אחר דעת בני אדם, דהיינו ווי ער שרייבט " ודייק בלשונודרק בעיסה שנלושה במים בלבד בלי שוםתערובות קובעין בנ"א סעודה א"כ פשוט דבמי חלב ... נחשב לבנ"א במנהגן כחלב עי"ז, ובזה אזלינן רק בתר דעת בני אדם (וע"ש בדרישה) והם לא קובעין רק בנלושה במים לבד כנז' ע"כ הוי דינו כפת הבאה בכסנין שלא לברך המוציא."

וואס ער זאגט איז אזוי, זעסט דאך פון דעם בית יוסף אז ער איז מבאר אז דא קוק איך נישט אויף וואס די הלכה זאגט לענין לחם, נאר צו קובע זיין וואס כסנין הייסט קוק איך אויף וואס מענטשן טראכט דערויף,
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 pm
דהיינו ווי די בית יוסף שרייבט אז מענטשן זענען זיך נאר קובע אויב ס'האט וואסער אליין אן קיין שום משהו משקה דערין, דאס הייסט אויב לייגט מען אריין אפילו א משהו משקה, אפילו עס האט בכלל נישט קיין טעם משקה איז דאס שוין גענוג פאר מענטשן זיך נישט צו קובע זיין,
און דאס ניצט די בית יוסף אלץ טעם פארוואס רוב משקין, אדער מיעוט תבלין כשיש טעם פארוואס ס'ווערט כיסנין, קומט דאך אויס אז איך רעכן זיך ביי די הלכה מיט די דעת פונעם מענטש און נישט מיט די הלכה וואס זאל מיר קובע זיין צו ס'איז לחם, ממילא די זעלבע זאך לענין מי פירות וועל איך אויך נישט קוקן וואס די הלכה זאגט צו ס'הייסט מים, נאר איך וועל קוקן וואס מענטשן זאגן, און וויבאלד מי חלב הייסט ביי מענטשן פוקנט די זעלבע ווי חלב, וועט עס הייסן ווי מען האט אריינגעלייגט משקין און ס'איז שוין נישט נילוש נאר מיט וואסער, ממילא וועט עס האבן דעם דין כסנין.

דערנאך זאגט ער אז לו יהא ס'איז נאר א ספק צו ס'הייסט ווי חלב אדער מעגליך אז מי חלב הייסט ווי מים לחוד, איז עס דאך למעשה א ספק ווי מען גייט לקולא ביי די הלכה פון כסנין.

דא פירט ער אויס אז דאס אלץ לויט דעם שואל וואס האט א ספק, אבער ער לעצמו איז זיכער דערין, און צייכנט אן דעם שו"ת הרי בשמים וואס זאגט כיון שנשתנה טעמו לדבר שנבלע בו איז עס שוין גענוג, דאס הייסט די מי אורז לעצמו ווען מען איז עס טועם איז נשתנה טעמו פון מים לחוד און מען פילט שוין דעם טעם אורז, איז גענוג. אויף דעם זאגט דער מנחת אלעזר, אויב אזוי ביי מי חלב איז אויך אזוי, ווייל דנשתנה טעמו ממים, אז די מי חלב האט נישט דער זעלבער טעם ווי ריין וואסער.

נו, רוב חלב אליין ווייס מיר דאך האט א שוואכן טעם כמבואר בנזירות שמשון, איז דאך כ"ש אז מי חלב פילט מען ממש גארנישט און אפילו אזוי האלט ער אז ס'איז כיסנין...

היוצא לנו מזה אז די גאנצע ערשטע חלק תשובה איז נאר געבויעט אויף דעם אז איך זאג אז די הלכה פון כסנין איז נישט געבויעט צו זאגן צו ס'האט א דין לחם צו נישט, נאר אדרבה אפילו ס'האט קלאר א דין לחם דאך צו הייסן כיסנין קוקט מען אויף אן אנדערע זאך, מען קוקט צו מען איז זיך קובע דערויף צו נישט, ווייל אויב איז עס יא געבויעט אלץ א 'דין' לחם, איז וויבאלד מן התורה האט מי חלב א דין מים וואלט עס דא נישט געווען קיין כסנין.

און דאס איז ממש ווי איך שרייב דא די גאנצע צייט.
קוקט אויס ווי דא זענט איר אויך געגאנגען מיט דעם געוואגטן מהלך פון נעמען א ראיה וואס איז מפורש מוכיח אז אלעס איז תלוי אין קביעות און טעם, אין עס אויסדרייען מהיפוך אל ההיפוך.

דער מנחת אלעזר זאגט דא זייער קלאר כתוב ומפורש, אז אפילו לגבי בשר בחלב הייסט דאס נישט קיין חלב ווייל דאס איז נישט דומה צו חלב אם, כמבואר ברא''ש שם. אבער היות לגבי פת הבאה בכיסנין זאגט דאך דער ב''י מפורש אז מ'גייט נאר בתר קביעות, במילא אפילו מדארייתא הייסט דאס שוין טאקע נישט קיין חלב, אבער דא לענין לחם ווענד זיך אלעס נאר אין דעת בני אדם, און אז זיי זענען זיך נישט קובע דערויף איז דאס אין כלל פון פת כיסנין כמפורש בלשונו ''ובזה אזלינן רק בתר דעת בני אדם והם לא קובעין רק בנילושה רק במים בלבד ע''כ הוי דינו כפת הבאה בכיסנין שלא לברך המוציא'' און ווי געזאגט שוין כמה פעמים, טבע בני אדם איז נישט געבויט אויף קיין שום הלכה, נאר אויף הרגשת טעם. און נאכדעם ברעגט ער דעם הרי בשמים וואס זאגט אקוראט די זעלבע זאך לגבי מי אורז, אז אפילו ביי מקווה גייט מען בתר חזותא און עס קוקט דאך אויס ווי מים, אבער דא גייט מען נאר בתר טעם. פירט אויס דער מנח''א, ואם כן הכא נמי במי חלב ''הוי כמי פירות דנשתנה טעמו ממים''
אהה, הייסט אז עס גייט נישט מיט גוטן וועט איר פראבירן מיט ווארפן זאמד אין די אויגן? ווער עס טרעפט די ווערטער אין באלד אין די מנחת אלעזר זאל זיך ביטע אנרופן...

אגב, דיין גאנצע שטיקל דא חוץ די ווערטער אין באלד [און די ווערטער וואס שטייט אין מנחת אלעזר וואס איר האט בכוונה משמיט געווען ווי כ'וועל באלד שרייבן], זאגסטו פשוט איבער מיינע ווערטער...

לאמיר אייך דערמאנען עפעס, ווייל זעט אויס אז איר האט נאך אלץ נישט גענומען די מיה צו פארשטיין וואס איך שרייב... אויבן ווען כ'האב מעתיק געווען דעם לשון הב"י און די דרכי משה, און דערנאך די חילוק פונעם שועה"ר בפנים און אינעם סבה"נ וואס מען זעט זייער זייער קלאר אז דא איז פארהאן צוויי מהלכים, איינס צו ס'גייט מכח ווייל מען איז זיך נישט קובע, צוויי צו עס גייט מכח ס'איז יצא מתורת לחם, נאכן דאס זען האט איר נישט געהאט קיין ברירה נאר פראבירט מיט א נייע מהלך, אז איה"נ אז ס'איז יצא מתורת לחם אבער נאר ווייל מען איז זיך נישט קובע און אלעס ווענד זיך אין דעם.
קושטא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:51 pm
איבעראל ממש איז מבואר איינמאל און נאכאמאל אז די סיבה פארוואס ס'איז יצא מתורת לחם צו נישט ווענד זיך נאר צו דרך בני אדם לקבוע עליו צו נישט, און נישט פארקערט, סאיז דאך קיין שום שכל נישט צו זאגן אזוי, ווי איך האב שוין פריער ערקלערט.
אויף דעם ברענג איך דיר דעם מנחת אלעזר אז אין בית יוסף קאנט איר דאס נישט זאגן, ווייל אויב יא, איז דאס א "מכח הדין" נישט "מכח דעת בני אדם". ממילא קיין איין זאך פון וואס איר האט ביז יעצט געענטפערט שטימט נישט.
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:31 am
און וויאזוי מ'קען נעמען אזא תשובת מנח''א וואס איז קלאר מפורש א ראיה גמורה אז ס'האט נאר מיט קביעות און טעם, היפוך דעת המקילים אז ס'האט נאר מיט רוב אפילו אן טעם, און מיט א אומגעהויערע מאס געוואגטקייט דאס אהערשטעלן אלס איינער וואס גייט גאר בשיטת המקילים איז ממש מבהיל הרעיון.
און ווידעראמאל, דער מנחת אלעזר דערמאנט נישט קיין אות אחת וועגן טעם אין די עיסה.
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:31 am
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 pm
דהיינו ווי די בית יוסף שרייבט אז מענטשן זענען זיך נאר קובע אויב ס'האט וואסער אליין אן קיין שום משהו משקה דערין, דאס הייסט אויב לייגט מען אריין אפילו א משהו משקה, '''אפילו עס האט בכלל נישט קיין טעם משקה''' איז דאס שוין גענוג פאר מענטשן זיך נישט צו קובע זיין,
וזה לשון הב''י:
אבל כל שיש בה שום תערובות ממי פירות או מתבלין כיון שאין דרך בני אדם לקבוע סעודתן עליו לחייבוהו לברך המוציא ושלש ברכות ''והוא שיהיה טעם התערובות ניכר בעיסה''

וזה לשון המחבר: ''והוא שיהיה טעם תערובות המי פירות ניכר בעיסה''

כבוד הרב, אביסל דרך ארץ פארן הייליגן בית יוסף.
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 pm
אפילו עס האט בכלל נישט קיין טעם משקה איז דאס שוין גענוג פאר מענטשן זיך נישט צו קובע זיין,
קושטא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 pm
און ווי געזאגט שוין כמה פעמים, טבע בני אדם איז נישט קיין חק בלי טעם און איז נישט געבויט אויף קיין שום הלכה, נאר אויף הרגשת טעם.
כבוד הרב, אביסל דרך ארץ פאר די אידן דא! ביטע ווארפט נישט זאמט אין אויגן, ביי מיר איז לעת כזאת ברור כשמש אז איר ווייסט זייער גוט וועלכע שטיקל בית יוסף איך זאג נאך, נאר איר רעדט זיך איין אז קיינער גייט עס נישט כאפן. ר' איד, דער מנחת אלעזר איז נישט מעתיק דעם שטיקל בית יוסף וואס איר ברענגט דא! ווייסט וואס דער מנחת אלעזר ברענגט? א שטיקל וואס איר ווילט זייער שטארק די בית יוסף זאל אויסמעקן... לאמיר מעתיק זיין פאר דער וואס האט נישט קיין געדולט צו עפענען דעם מנחת אלעזר, זאל ער זען דעם שטיקל בית יוסף וואס דער מנחת אלעזר האט יא מעתיק געווען, וז"ל:

דלאו במידי דמיקרי לחם תליא מילתא אלא לא קבעו חכמים לברך המוציא ושלש ברכות אפילו בכזית אלא בלחם שדרך בני אדם לקבוע עליו דהיינו עיסה שנילושה במים לבד בלי שום תערובתאבל כל שיש בה שום תערובתממי פירות או מתבלין כיון שאין דרך בני אדם לקבוע סעודתן עליו לא חייבוהו לברך המוציא ושלש ברכות וכו' עכ"ל הב"י.

יעצט זייט אזוי גוט און זאגט מיר וואס די מנחת אלעזר וויל דא? " ודייק בלשונודרק בעיסה שנלושה במים בלבד בלי שום תערובותקובעין בנ"א סעודה וכו', ואם לא קובעין רק בנלושה במים לבדכנז' ע"כ הוי דינו כפת הבאה בכסנין שלא לברך המוציא".

וואס פונקטליך איז די דיוק אין "לשון" און פארוואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל ואם לא קובעין רק בנלושה במים לבד?

און וואס איר ווילט פון מחבר ווייסט איין באשעפער, דער מחבר רעדט דאך בכלל נישט פון רוב משקה נאר דייקא פון רוב מים ווי ער שרייבט בכוונה ע"פ זיין מהלך בדעת הרמב"ם אז "שעירב בה" מיינט רוב מים, און דאס איז דאך די לשון המחבר, וי"א שהיא עיסה שעירב בהדבש או שמן או חלב או מיני תבלין ואפאה והוא שיהיה טעם תערובת המי פירות או התבלין ניכר בעיסה.

אחרי ככלות הכל, איך האב נאכנישט געזען קיין איינער וואס זאל זאגן אז פשט אין בית יוסף וואס זאגט "והוא שיהיה" גייט ארויף אויף די מציאות! כלל וכלל לא, והוא שיהיה איז די הלכה וואס דער ב"י זאגט, אפילו להחולקים אויפן דעת תורה, קריגן זיי זיך נאר אז דאס וואס די בית יוסף זאגט והוא שיהיה טעם התערובת ניכר בעיסה גייט ארויף אויך אויף רוב משקה.

דהיינו, ע"פ האמת שטייט דא פשוט כפשוטו אין בית יוסף אז די "מציאות" איז אז מענטשן זענען זיך נאר קובע אויב ס'האט וואסער אליין און קיין שום תערובת משקה, אבער די רגע ס'האט אין זיך עפעס משקה איז מען זיך שוין נישט קובע, אויב אזוי דארף מען פארשטיין פארוואס אפילו ביי רוב מים דארף זיין טעמן ניכר בעיסה, נאר די הסבר איז פשוט, אז די בית יוסף האט פארשטאנען אז אפילו מען איז זיך נישט קובע טוישט עס נאך אלץ נישט די ברכה נאר אויב ס'איז דא דארט א שינוי הניכר, איז די אחרונים האלטן אז פאר די זעלבע סיבה פעלט אויס אז ביי רוב משקין אז עס זאל זיין טעם ניכר בעיסה, ווייל אויב נישט איז עס נישט אנדערש פון רוב מים ואין טעמו ניכר בעיסה, וואס אפילו מען איז זיך נישט קובע דאך איז עס נישט גענוג ווייל ס'איז נישט א שינוי הניכר, איז רוב משקה נישט אנדערש.

[ווידער די פשוטע הבנה ווי די דעת תורה איז, אז עס דארף בכלל נישט זיין א שינוי הניכר, ממילא רוב משקין איז אוודאי א שינוי, אבער ווען ס'איז רוב מים און ס'האט אויך נישט קיין טעם, איז דא בכלל קיין שינוי נישטא, ממילא פארלאנגט דער בית יוסף אז עס זאל זיין טעם].

ווילט איר דאך פארשטיין ווי אונזער בר פלוגתא איז דא אריינגעפאלן אין א פראבלעם, פארוואס זעט ער נישט די אמת? די ענטפער איז פשוט, ווייל די איינציגסטע מהלך צו זאגן אז ס'עקזעסטירט נישט קיין שיטה וואס האלט אז רוב משקין אן קיין טעם איז כיסנין, איז נאר אויב איך לערן אפ דעם בית יוסף אז די סיבת הדבר פארוואס מענטשן זענען זיך נישט קובע איז די טעם המשקין, ממילא בהכרח אז ביי רוב משקין מוז זיין טעם ווייל אויב נישט האלט עס נישט אפ מענטשן פון קובע זיין, ממילא ביז ווילאנג איינער זאגט נישט ווי די דעת תורה, און ער ברענגט די ווערטער פון בית יוסף אז מענטשן זענען זיך נישט קובע מיינט דאס אלץ די זעלבע הסבר, אז ווייל ס'האט "טעם" וועגן דעם זענען זיך מענטשן נישט קובע.

די פראבלעם איז אבער, אז אין די ווערטער פונעם בית יוסף און פון די וואס זענען אים מעתיק שטייט פלעין אנדערש ווי אנגעוויזן פריער...
yoelgreen
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 8:52 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoelgreen »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:52 pm
Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
הרב קושטא, יעדער האט שוין געלייענט וואס דו האלטסט צענדליגער מאל. האסט שוין יוצא געווען.
איך בין נישט אינטערעסירט אז די זאלסט זעהן וואס איך האלט, נאר וואס אין שו''ע וכל הפוסקים שטייט.

אויף מיר קען יעדער מחולק זיין, אבער אויפן שלחן ערוך והפוסקים קען קיינער נישט מחולק זיין יהיה מי שיהיה.
ס'איז נישט וואס דו האלטסט אליין, ס'איז וואס "דו" האלטסט אז די שו"ע וכל הפוסקים האלטן, וואס ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן כמה פעמים אז ווייניג דיינים ופוסקים האלטן ווי דיר
yoelgreen
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 8:52 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoelgreen »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:52 pm
Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
קיינער קען מיט דיר נישט מחולק זיין. קיין איין רב האט נישט קיין רעכט צו פסק'ענען אנדערש ווי דיר ווייל די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר דיר. יעצט קענסטו שוין אויפהערן שרייבן. דו חזר'סט דיך איבער און איבער און איבער.
און דאס אז נאך אזויפיל יארן שרייען מזונות מזונות, האט מען פיינעלי אראפ גענומען דעם זיגל מזונות, טראץ וואס די מציאות וויאזוי מ'מאכט די ראולס האט זיך גארנישט געטוישט, ווייזט פונקטליך ווי דער אמת שטייט איין.. און צוביסליך הייבט דער אמת אן ארויסצוקומען. נאך אפאר יאהר וועט מען שוין שרייבן המוציא, משיח זאל אוודאי קומען פריער.
דאס ווייזט ווי די אמת שטייט איין?
דאס ווייזט נאר ווי די טעראר שטייט איין, דער אמת האט זיך גארנישט געטוישט

אגב, ס'איז דא א עלטערע גרויסע דיין וואס ווען די יונגעלייט זענען אריין צו אים צו מאכן א שערורי' האט ער זיי געענטפערט "ס'איז אלטע שערוריה'ס מיט נייע כולל יונגעלייט". ודו"ק..
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 7:52 pm
הרב קושטא, זייטזשע מוחל.

אלעס פיין און וואויל, אבער מ'קען נישט טענה'ן אז דער מהרש"ם דער מנח"א אדער אפילו דער דעברעצינער רב האבן גע'פסק'נט שלא כשו"ע.

אז אייך געפעלט מער איין פוסק מיינט נישט אז אן אנדערע מהלך איז שלא כהלכה.
דער גראבער שקר אז דער תשובת מנח''א גייט בשיטת המקילים, בו בזמן ווא ס'איז מפורש בדבריו כדברי הבית יוסף אז אלעס איז תלוי אין קביעות וטעם, האב איך שוין פריער אויפגעוויזן, און ביטע זייט נישט נאכאמאל מסלף זיינע ווערטער, אביסל דרך ארץ לכבוד אותו צדיק שלחם כל ימיו נגד השקר.

און דעברעצינער רב'ס הסכמה אויף א קונטרס הייסט נישט זיין דעת, און איר ווייסט דאס אויך זייער גוט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

yoelgreen האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:16 pm
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:52 pm
Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
קיינער קען מיט דיר נישט מחולק זיין. קיין איין רב האט נישט קיין רעכט צו פסק'ענען אנדערש ווי דיר ווייל די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר דיר. יעצט קענסטו שוין אויפהערן שרייבן. דו חזר'סט דיך איבער און איבער און איבער.
און דאס אז נאך אזויפיל יארן שרייען מזונות מזונות, האט מען פיינעלי אראפ גענומען דעם זיגל מזונות, טראץ וואס די מציאות וויאזוי מ'מאכט די ראולס האט זיך גארנישט געטוישט, ווייזט פונקטליך ווי דער אמת שטייט איין.. און צוביסליך הייבט דער אמת אן ארויסצוקומען. נאך אפאר יאהר וועט מען שוין שרייבן המוציא, משיח זאל אוודאי קומען פריער.
דאס ווייזט ווי די אמת שטייט איין?
דאס ווייזט נאר ווי די טעראר שטייט איין, דער אמת האט זיך גארנישט געטוישט

אגב, ס'איז דא א עלטערע גרויסע דיין וואס ווען די יונגעלייט זענען אריין צו אים צו מאכן א שערורי' האט ער זיי געענטפערט "ס'איז אלטע שערוריה'ס מיט נייע כולל יונגעלייט". ודו"ק..
עס איז דא א מעשה מיטן וואוידעסלאווער רב ווען אזא קושטא איז געווען ביזי מיט עפעס א שערוריה בשעתו און מען איז אים געקומען אויפקלערן די הלכה האט ער געזאגט פארן אינגערמאן, "אינגערמאן, איר האט א דזשאב? אויב נישט וועל איך אייך טרעפן."
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:04 pm
און ווידעראמאל, דער מנחת אלעזר דערמאנט נישט קיין אות אחת וועגן טעם אין די עיסה.
די עצם זאך אז אלעס האט נאר מיט קביעות ממילא איז עס בגדר פת כיסנין כיון שאין דרך לקבוע עליו, איז מבואר מפורש בדבריו. וכדכתבתי לעיל כמה פעמים אז צו זאגן אז דרך אדער אין דרך בני אדם לקבוע האט נישט מיט טעם, איז דברי שטות והבל, וואס יעדער און אויך איר פארשטייען זייער גוט. וזה דבר המובן מאיליו לכל מי שיש לו מח בקדקדו.

זייער אינטערעסאנט: גאנץ אנפאנג שמועס ווען איך האב אייך געברענגט די דברי הב''י אז אלעס איז תלוי אין קביעות וטעם, האט איר געטענה'ט אז דער ב''י איז א יחיד מיט דעם. און יעצט ווען איר ווילט ספינען אז דער מנח''א גייט בשיטת המקילים, איי געוואלד ער גייט דאך קלאר מיט דברי הבית יוסף? זענט איר אויפגעקומען מיט א פרישן ספין, אז מעיקרא דדינא פירכא, דער ב''י האלט גאר אויך ווי די מקילים... ווייל קביעות האט גארנישט מיט טעם... גלייבטס מיר ווען איך בין ווען פון די מקילים לאך איך מיט מיט אייך...


קושטא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:24 pm
ווי עס איז מבואר אין די גמרא און די פוסקים איז דער יסוד הדבר ווען מ'דארף זיך וואשן און ווען נישט איז, אז כל לחם שדרך בני אדם לקבוע עליהם סעודה דארף מען זיך וואשן און מאכן המוציא אפילו מ'עסט נאר א כזית, וכל שאין דרך בני אדם לקבוע עליהם סעודה וואשט מען זיך נישט און ברכתו מזונות.
למעלה משבעים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:15 pm
כ'וויל אייך נאר מעורר זיין אז די ווערטער אין באלד שטייט נישט אין גמרא אדער די ראשונים, דאס איז א חידוש פון ב"י.
די פוסקים וואס גייען אז רוב איז נישט גענוג נאר מען דארף מתיקות קריגן זיך אלע אויף דעם טעם הב"י, לויט זיי איז די טעם בכלל נישט וועגן ס'איז אין דרך לקבוע, און דאס מאכט בכלל נישט אויס,
איז דאס נישט קיין סתירה מיט אייערע קומענדיגע ווערטער?
למעלה משבעים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:15 pm
נאר די הסבר איז פשוט, אז די בית יוסף האט פארשטאנען אז אפילו מען איז זיך נישט קובע טוישט עס נאך אלץ נישט די ברכה, נאר אויב ס'איז דא דארט א שינוי הניכר.
לכאורה יא.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:22 am, פארראכטן געווארן 9 מאל.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:58 pm
yoelgreen האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:16 pm
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:52 pm
Greeneryid האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:31 pm
קיינער קען מיט דיר נישט מחולק זיין. קיין איין רב האט נישט קיין רעכט צו פסק'ענען אנדערש ווי דיר ווייל די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר דיר. יעצט קענסטו שוין אויפהערן שרייבן. דו חזר'סט דיך איבער און איבער און איבער.
און דאס אז נאך אזויפיל יארן שרייען מזונות מזונות, האט מען פיינעלי אראפ גענומען דעם זיגל מזונות, טראץ וואס די מציאות וויאזוי מ'מאכט די ראולס האט זיך גארנישט געטוישט, ווייזט פונקטליך ווי דער אמת שטייט איין.. און צוביסליך הייבט דער אמת אן ארויסצוקומען. נאך אפאר יאהר וועט מען שוין שרייבן המוציא, משיח זאל אוודאי קומען פריער.
דאס ווייזט ווי די אמת שטייט איין?
דאס ווייזט נאר ווי די טעראר שטייט איין, דער אמת האט זיך גארנישט געטוישט

אגב, ס'איז דא א עלטערע גרויסע דיין וואס ווען די יונגעלייט זענען אריין צו אים צו מאכן א שערורי' האט ער זיי געענטפערט "ס'איז אלטע שערוריה'ס מיט נייע כולל יונגעלייט". ודו"ק..
עס איז דא א מעשה מיטן וואוידעסלאווער רב ווען אזא קושטא איז געווען ביזי מיט עפעס א שערוריה בשעתו און מען איז אים געקומען אויפקלערן די הלכה האט ער געזאגט פארן אינגערמאן, "אינגערמאן, איר האט א דזשאב? אויב נישט וועל איך אייך טרעפן."
ווען מ'זעהט אז דער גאנצער בנין אויף וואס די קולא איז געבויעט צופאלט זיך ווי א בנין של קש ותבן איז מען זיך מחזק מיט א מעשה פונעם וואוידעסלאווער רב. זייער שיין..

גיי שנעל פארצייל די מעשה פאר הגרי''ד הארפענעס שליט''א אפשר וועט ער צוריק ציען פון זיין קלארן פסק הלכה....
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:08 pm

די עצם זאך אז אלעס האט נאר מיט קביעות ממילא איז עס בגדר פת כיסנין כיון שאין דרך לקבוע עליו, איז מבואר מפורש בדבריו. וכדכתבתי לעיל כמה פעמים אז צו זאגן אז דרך אדער אין דרך בני אדם לקבוע האט נישט מיט טעם, איז דברי שטות והבל, וואס יעדער און איר אויך איר פארשטייען זייער גוט. וזה דבר המובן מאיליו לכל מי שיש לו מח בקדקדו.
אינטערעסאט אז די סקווירא בי”ד און התאדות האבן יא אנגענומען אז לויטן שועה”ר מוז מען נישט שפירן קיין שטארק זיסע טעם ווען סדא רוב מי פירות

ווי אויך נעמען זיי נישט אן דיין חידושדיגן אפטייטש פון קביעות סעודה וואס חז”ל האבן אוועקגעשטעלט אז ס’טוישט זיך לפי הדור

זיי קריגן זיך ממש אויף אפענע הלכות לכל הדעות?!

ווער ס’טוט דורך די סוגיא און לערנט דורך די פוסקים מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות זעט קלאר אז ס’דא הרבה שיטות לכל צד און ביי אונז די חסידישע פוסקים דא אין אמעריקע (חוץ הגרי”ד הארפענעס וואס ער איז ממש דער יחיד וואס האלט מ’מעג לכתחילה מאכן המוציא אויף מזונות ראללס) האבן אנגענומען דער צד אז ס’איז א מזונות.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:54 pm
אינטערעסאט אז די סקווירא בי”ד און התאחדות האבן יא אנגענומען אז לויטן שועה”ר מוז מען נישט שפירן קיין שטארק זיסע טעם ווען סדא רוב מי פירות
כבוד הרב, התאחדות זאלט איר ביטע אפלאזן, ווייל די זעלבע התאחדות וואס האט פאר יאהרן געגעבן א זיגל מזונות, האט נאכן בריוו פון הגרי''ד הארפענעס אראפגענומען דעם זיגל, ווייל ער איז א דעת יחיד...

און צווייטענ'ס פון דיינע ווערטער ''אז לויטן שועה”ר מוז מען נישט שפירן קיין שטארק זיסע טעם ווען סדא רוב מי פירות'' זעה איך דריי זאכן:

1. אז איר הייבט נישט אן צו וויסען אז די שיטת המקילים איז געבויעט אז ביי רוב מי פירות דארף מען בכלל נישט שפירן קיין טעם.

2. אז די וואס האלטן אז ס'איז גענוג א שוואך זיסן טעם וואס דאס איז דער ב''י, האלטן אזוי אפילו ביי מיעוט מי פירות. און די ווילסט יעצט ספינען אז דער שועה''ר האט אנגענומען ווי דער ב''י קעגן רמ''א אז ס'איז גענוג טעם קלוש, אבער ווי דער רמ''א דצריך רוב.. (בעצם איז נישטא אזא מציאות צו שפירן א שוואכע טעם מיט רוב מ''פ אן א פאטענט)

3 אז איר ווילט נאכאמאל פרעכערהייט פארלייקענען די מציאות אז אין די א.ג. מזונות ראולס שפירט מען נישט קיין ברעקל זיסקייט, נאר זיין טעם איז פונקט ווי די המוציא ראולס.
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:54 pm
ווער ס’טוט דורך די סוגיא און לערנט דורך די פוסקים מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות זעט קלאר אז ס’דא הרבה שיטות לכל צד און ביי אונז די חסידישע פוסקים דא אין אמעריקע (חוץ הגרי”ד הארפענעס וואס ער איז ממש דער יחיד וואס האלט מ’מעג לכתחילה מאכן המוציא אויף מזונות ראללס) האבן אנגענומען דער צד אז ס’איז א מזונות.
ווער ס’טוט דורך די סוגיא און לערנט דורך די פוסקים מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות זעט קלאר אז אויסער איין דעת יחיד איז ''בכלל נישט'' דא קיין הרבה שיטות לכל צד. (אפשר הרבה ספינערייען לכל צד...) במילא ביי אונז די חסידישע פוסקים דא אין אמעריקע וואס גייען יא מיטן אמת וואס הגרי”ד הארפענעס האט מפרסם געווען אז מ’מעג לכתחילה מאכן על נטילת ידים און המוציא אויף די א.ג. מזונות ראללס האבן אנגענומען דעם צד, און אראפגענומען דעם זיגל אז ס’איז א מזונות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:50 pm
מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות
איך דארף נאך עפעס זאגן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:09 am
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:50 pm
מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות
איך דארף נאך עפעס זאגן?
איר דארפט גארנישט זאגן נאר לערנט דורך די פוסקים מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות.

ס'איז נאר אינטערעסאנט אז אין די מקילים זעהט איר נישט קיין נגיעות פון ביזנעס אינטערעסן אדער סתם באקוועמהייט, נאר אין די מחמירים גאר.. אפשר זענט איר מסביר וואס אן אינטערעס איינער זאל האבן מחמיר צו זיין, אויסער אז דער טרוקענער אמת איז אזוי?
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4682
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

@קושטא איך האלט דו ברויכסט אויפנעמען א סעקרעטאר, ס'שווער אליינס צו מאניטערן די אשכול און מאכן זיכער צו זיין די לעצטע תגובה 24 שעה 6 טאג.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

אזוי ווי הגרי''ד הארפענעס שליט''א דערמאנט אין זיין בריוו דעם שבט הלוי אין חלק י''א סימן מ''ז ממילא לתועלת הציבור מבקשי האמת וועל איך דא מעתיק זיין די תשובה אות באות אין סימן מ''ז.

וזה לשונו:
הנה כבוד מעלתו התעורר בצדק בקונטרסו הנפלא אודות לחם מזונות, גם בהכשר בתי דיני צדק, והכשרים חשובים בא''י ובחו''ל, שנותנים בלא יודעים מכשול לרבים לברך עליו ברכת מזונות ובלי נט''י, ובלי בהמ''ז, ומסקנת בירור האמיתי דלפי מצב הדברים שאוכלים אותו כתחליף ללחם ממש ובקביעות סעודה גמורה כפת לחם, אין ספק כי ע''פ הלכה ברכתו המוציא, עם נט''י ובהמ''ז, וכבר משנים עוררתי הרבה בזה, ובאו הדברים בקיצור בתשובות שבט הלוי ח''ח סי' ל''ב, ולא בארתי שם כל צדדי החשש, וכתבתי דשומר נפשו ירחק מזה, וכ''ת פרס השמלה בארוכה כראוי, עם נימוקים אמיתיים דלפי מצב הנהוג היום שאוכלים אותו במקום פת ממש, מלבד שאר החששות אין ספק דמעיקר הדין ברכתו המוציא וכו'

ואנקוט סעיפי החששות מעיקר הדין:

א'. לחמי מזונות אלו נאכלים היום לרבבות אנשים בסעודות בוקר וערב יחד עם בשר וירקות וכל פריטי הסעודה בתור לחם ממש, והכוונה אחת, לחסוך נטילת ידים וברכת המזון, והרי כתב הב''י סי' קס''ח בשם הראב''ד דאם קבע סעודה עליו חייב בברכת המוציא אפי' בכל שהוא כמו לחם, ואע''ג שכתב הב''י דהרא''ש חולק דאם אחרים אין קובעין סעודה בטלה דעתו וקבע כן בשו''ע שם, מכל מקום לפי הנהוג ממש כהיום דמי שמשתמש בלחם זה קובע עליו עם סעודה גמורה, שוב לא בטלה דעתו וחייב מן הדין בהמוציא אפילו אוכל מעט, ואין לך זלזול במצוות נט''י וברהמ''ז גדול מזה.

ב'. ועיני ראו ולא זר מעשים כאלו לרוב בסעודות גדולות שיושבים לסעודות כאלה בלי נט''י והמוציא, וגם ראיתי לחם מזונות גדולים, כמו לחם פת גדול בכמות ובמהותה בהכשר של בי''ד של חרדים בחו''ל, ואם לא הפתק שעליו שזה מזונות אין בינו לבין לחם רגיל כלום, ונמכר רק בכוונה כדי שהמונים יפטרו מנט''י ובהמ''ז, ומשתמשים בו במקום לחם ממש, ונותנים מכשול לרבים המבקשים כזה, והרוצים להרויח עי''ז, ושגגת המכשול ח''ו תלוי במי שנותן יד להכשרים כאלה.

ג'. גם באיכות הלחם, הלא דעת הרמ''א דבעינן רוב מי פירות ומבואר בט''ז שם דבעינן רוב וגם טעם נרגש, והוא מסקנת הפוסקים להלכה, ומש''כ הגאון מהרש''ם שם דברוב לא בעינן עוד טעם, הרואה יראה דכתב זה בשיטת הב''י ודעתו דלהב''י בעינן נותן טעם רק במיעוט ולא ברוב, וגם לו שלא יהא דעתו כן מכל מקום חולק לפי זה על הט''ז ושאר פוסקים דבעינן תרתי רוב וגם טעם נרגש.

ד'. וגם בענין מי פירות המעורבים מבקשים קולות מקולות שונות עד שלחם גמור כאלו מתהפך לפת כיסנין, והלב יודע שתחבולת כאלו לא ישנו כלום מאמיתת ההלכה, לכן לבי לחוקקי ישראל הגדולים והחשובים לבדוק עוד פעם איכות הכשרים כאלה.

נאך אזעלכע דברים ברורים ומפורשים מפי הכהן הגדול מאחיו דער פוסק הדור בדורנו האחרון זכר צדיק לברכה, האט שוין קיינער נישט קיין ספיקות, יעדער ווייסט שוין קלאר וואס מ'האט צו טוהן ווען מ'וויל עסן די א.ג. מז.. ראולס, און דאס איז, זיך וואשן נטילת ידים, מאכן אן המוציא, און בענטשען ברכת המזון כתורה וכהלכה.

און צולעצט וויל איך אייך מודיע זיין וואס דער הייליגער ר' דוד'ל דינוב'ער שרייבט אין זיין ספר צמח דוד, אז ווען מ'וואשט זיך נישט נטילת ידים דארט ווי מ'דארף זיך וואשן, געט מען כח פאר די קליפה פון עשו און ישמעאל רחמנא ליצלן. היינט צוטאג ווען מ'דארף אזויפיל שמירה מן השמים פון די ביידע קליפות, דארף מען ספעציעל זהיר זיין מיט נטילת ידים ווען מ'עסט די דאזיגע ראולס.

ממילא מהיום והלאה איז געענדיגט מיט דעם שקר פון א.ג. מזונות ראולס, אין דבר כזה עוד בישראל, אלע ראולס וואס האבן נישט קיין מינדעסטע טעם זיסקייט אין זיך, גייט מען זיך וואשן נטילת ידים, מאכן המוציא, און בענטשען ברכת המזון. און די אידן וואס פארדינען פון פארקויפן די ראולס וועלן גארנישט שאדן האבן, נאר אדרבה בזכות זה הקב''ה ישפיע מן השמים שפע גדול של פרנסה ועשירות, בלי צרה ועקתא ממזלא דכל מזונא ביה תליא, בריאות הגוף והנפש לכל בית ישראל בכל מקומות שהם, והריקותי לכם ברכה עד בלי די. אמן ואמן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7384
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר קוקען פון דעם קוק ווינקל.

קארן פלעיקס סיריעל האט א ברכה וואס מען מאכט דערויף? געוויסע זאגן מזונות און געוויסע האדמה, אלזא, לייגט מען נישט א ברכה אויפן שאכטל.

אויף די המוציא פעקלעך פון פראנצאז האבען זיי געלאזט די המוציא זיגל דערויף. אויף די "מזונות" האבען זיי גארנישט געלייגט, נאר עס גייט לויט ASK YOUR LOCAL RABBI. ר' ישראל דוד איז גאון, אבער אלס פוסק איז מיר גוט (און אפילו אויב נישט) מיינע אלטע אויף וואס מען פלעגט זיך פארלאזען און איך וויל מאכען וואס זיי זאגען מיר פריוואט, און איך וועל דיר נישט זאגען וועלכער ס'אט מיר אזוי ג'פסק'נט, אז מען זאל אים קאנען טעראריזירען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:56 pm

דער גראבער שקר אז דער תשובת מנח''א גייט בשיטת המקילים, בו בזמן ווא ס'איז מפורש בדבריו כדברי הבית יוסף אז אלעס איז תלוי אין קביעות וטעם, האב איך שוין פריער אויפגעוויזן, און ביטע זייט נישט נאכאמאל מסלף זיינע ווערטער, אביסל דרך ארץ לכבוד אותו צדיק שלחם כל ימיו נגד השקר.
סילוף, סירוב, חרם, שמטא וכו'.

זייט אזוי גוט, דברי חכמים בנחת נשמעים, נידערט די טענער אביסקעלע, דרך ארץ פאר די תוה"ק ולומדי'.

***

דאס איז ברור כשמש, דער מנח"א לערנט אז אפילו אזא טעם קלוש ווי מי חלב טוישט עס אויף א מזונות, דאס איז פיל פיל שוואכער ווי עפל דזשוס.
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:56 pm
און דעברעצינער רב'ס הסכמה אויף א קונטרס הייסט נישט זיין דעת, און איר ווייסט דאס אויך זייער גוט.
דעברעצינער רב האט זעלבסט מכשיר געווען מזונות ראללס, כ'מיין אז ער האט נאך אזוי גוט געקענט יעדע ס"ק אין שו"ע ווי אייך און געהאט שימוש און פראקטיק אין הוראה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קושטא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:35 am
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:09 am
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:50 pm
מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות
איך דארף נאך עפעס זאגן?
איר דארפט גארנישט זאגן נאר לערנט דורך די פוסקים מיט אן אבדשעקטיוון בליק אן קיין נגיעות.
האב איך קיין נגיעה.

די סוגיא האב איך שוין אפגעלערנט צענדליגער יאר צוריק און איבערגע'חזר'ט, כ'צייל זיך ניטאמאל פון די מזונות ברויט / ראללס עסער, כ'וואש זיך ערליך אויף געהעריגע ברויט, און בין נוטה אז להלכה איז דאס ריכטיג.

אבער איר זאלט אונז 1000 מאל מוחל זיין, אייער מהלך אז נאר וואס ס'איז קרוב ללבך קען זיין פשט און די הלכה, און דער צווייטער צד איז וכו' ואכהמ"ל האט נישט קיין שייכות מיט תורת אמת און דרכי הוראה שראינו ושמענו ביי גדולי הפוסקים שפיהם אנו חיים, מ'מאכט נישט יענעם פאר א ש****ץ ווייל ער לערנט אפ א סוגיא מיט אן אנדערע בליק ווי אייך.

און מ'קען נאך אלץ נוצן די אנדערע שיטה ווען מ'דארף צו קומען דערצו.
קושטא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:35 am
ס'איז נאר אינטערעסאנט אז אין די מקילים זעהט איר נישט קיין נגיעות פון ביזנעס אינטערעסן אדער סתם באקוועמהייט, נאר אין די מחמירים גאר.. אפשר זענט איר מסביר וואס אן אינטערעס איינער זאל האבן מחמיר צו זיין, אויסער אז דער טרוקענער אמת איז אזוי?
פון אדם קרוב אצל עצמו האט איר שוין געהערט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:04 am
קארן פלעיקס סיריעל האט א ברכה וואס מען מאכט דערויף? געוויסע זאגן מזונות און געוויסע האדמה, אלזא, לייגט מען נישט א ברכה אויפן שאכטל.
קומט נישט אהער, אבער ס'איז דא א מציאות'דיגער חילוק, ס'נישט אלעמאל אייניג פראדוצירט, אבער צו זאגן אז Malt מאכט עס א מזונות שטימט נישט מיט א תוס' ועוד.

גיב אכט, באלד וועט נאך איינער שרייען אז ס'איז המוציא..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:08 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:04 pm
און ווידעראמאל, דער מנחת אלעזר דערמאנט נישט קיין אות אחת וועגן טעם אין די עיסה.
די עצם זאך אז אלעס האט נאר מיט קביעות ממילא איז עס בגדר פת כיסנין כיון שאין דרך לקבוע עליו, איז מבואר מפורש בדבריו. וכדכתבתי לעיל כמה פעמים אז צו זאגן אז דרך אדער אין דרך בני אדם לקבוע האט נישט מיט טעם, איז דברי שטות והבל, וואס יעדער און אויך איר פארשטייען זייער גוט. וזה דבר המובן מאיליו לכל מי שיש לו מח בקדקדו.
איר האט דא עפעס געענטפערט? איך זע נישט. אהה, יא, איר ענטפערט אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן אויסער אטאקירן אז אייער מח איז נישט משיג וואס איך שרייב אייך... נישט קיין פראבלעם.
קושטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:08 pm
זייער אינטערעסאנט: גאנץ אנפאנג שמועס ווען איך האב אייך געברענגט די דברי הב''י אז אלעס איז תלוי אין קביעות וטעם, האט איר געטענה'ט אז דער ב''י איז א יחיד מיט דעם. און יעצט ווען איר ווילט ספינען אז דער מנח''א גייט בשיטת המקילים, איי געוואלד ער גייט דאך קלאר מיט דברי הבית יוסף? זענט איר אויפגעקומען מיט א פרישן ספין, אז מעיקרא דדינא פירכא, דער ב''י האלט גאר אויך ווי די מקילים... ווייל קביעות האט גארנישט מיט טעם... גלייבטס מיר ווען איך בין ווען פון די מקילים לאך איך מיט מיט אייך...


קושטא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:24 pm
ווי עס איז מבואר אין די גמרא און די פוסקים איז דער יסוד הדבר ווען מ'דארף זיך וואשן און ווען נישט איז, אז כל לחם שדרך בני אדם לקבוע עליהם סעודה דארף מען זיך וואשן און מאכן המוציא אפילו מ'עסט נאר א כזית, וכל שאין דרך בני אדם לקבוע עליהם סעודה וואשט מען זיך נישט און ברכתו מזונות.
למעלה משבעים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:15 pm
כ'וויל אייך נאר מעורר זיין אז די ווערטער אין באלד שטייט נישט אין גמרא אדער די ראשונים, דאס איז א חידוש פון ב"י.
די פוסקים וואס גייען אז רוב איז נישט גענוג נאר מען דארף מתיקות קריגן זיך אלע אויף דעם טעם הב"י, לויט זיי איז די טעם בכלל נישט וועגן ס'איז אין דרך לקבוע, און דאס מאכט בכלל נישט אויס,
איז דאס נישט קיין סתירה מיט אייערע קומענדיגע ווערטער?
למעלה משבעים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:15 pm
נאר די הסבר איז פשוט, אז די בית יוסף האט פארשטאנען אז אפילו מען איז זיך נישט קובע טוישט עס נאך אלץ נישט די ברכה, נאר אויב ס'איז דא דארט א שינוי הניכר.
לכאורה יא.
לכאורה? ר' איד, איך וועל אייך זאגן אן אנדערע לכאורה, אז איר האט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין קיין מילה אחת וואס איך שרייב דא... די איינציגסטע זאך וואס איר טשערי-פיקט פון מיינע ווערטער איז אז דרך לקבוע האט נישט מיט טעם וואס אויף דעם ווילט איר זיך קריגן בכל התוקף, חוץ פון דעם, די מהלך וואס איך זאג אז מען זעט פשוט אין בית יוסף האט איר בכלל נישט תופס געווען וואס איך זאג.

כ'האב באמת נישט קיין געדולט איבערצושרייבן וואס איך האב געשריבן כמעט אין יעדן תגובה ווי איך דערמאן די מחלוקת ב"י און רמ"א. כ'שרייב עס דא בל"נ די לעצטע מאל און פון דא און ווייטער וועל איך נישט דארפן מער ווי מאכן קאפי פעיסט...

די בית יוסף איז מחדש אז די יסוד וואס מאכט עס בכלל האבן די דין פון פת כסנין איז דאס אז מענטשן זענען זיך נישט קובע, און נישט אז ס'איז א דין אין די עיסה וואס לדוגמא ביי הלכות חלה זאל עס זיין פטור, אדער לענין ברכה וואס מען איז דן דיני ביטול, ניין, ס'האט גארנישט מיט דעם, נאר די יסוד איז אז חז"ל האבן קובע געווען צו מאכן המוציא וג' ברכות נאר אויף א לחם וואס מענטשן זענען זיך קובע, און אויב איז מען זיך נישט קובע קען זיך שוין די ברכה טוישן.

למעשה דארף עס דאך הסבר, קודם וואס איז דאן די מחלוקת הראשונים נחזי אנן צו מען איז זיך קובע, און דערנאך פארוואס ביי מיעוט משקה דארף מען טעם אויב מען איז זיך שוין נישט קובע, דא דארף מען צוקומען צו וואס די לבוש איז מסביר, אז באמת לויטן בית יוסף דארף מען צולייגן נאך א ווארט, דהיינו איה"נ אז אויב מען איז זיך נישט קובע פארלירט עס די חשיבות פון לחם, אבער עס האט נאכנישט פארלוירן די ברכה ביז מען טוט עפעס וואס איז עס משנה פון געהעריגע לחם, ממילא לדיעה ראשונה איז די שינוי אז ס'איז מילוי, די דיעה שניה זאגט די בית יוסף אז אפילו מענטשן זענען זיך נישט קובע ווען ס'האט אפילו א משהו משקין/תבלין, איז עס אבער למעשה נישט קיין שינוי, און דא איז דא די מחלוקת דעת תורה מיט די אנדערע צו די ב"י האלט אז רוב איז שוין גענוג צו זיין א שינוי, אדער ניין דווקא ווען ס'האט טעם איז עס א שינוי, עכ"פ לויטן בית יוסף אפילו ס'האט רוב מים אויב האט עס טעם איז עס שוין אויך א שינוי, ודיעה ג' סבר דבזה שנעשה לתענוג בזהו שונה מכל פת.

דאס איז דעת הבית יוסף. אבער די דעת רמ"א איז אז ניין, עס האט גארנישט צו טון צו מען איז זיך קובע דערויף צו נישט, דאס איז נישט די יסוד, ווייל אפילו מען איז זיך נישט קובע מאכט מען אויך א המוציא, נאר אלעס איז תלוי צו ס'איז בטל מתורת לחם לענין המוציא צו נישט, און דא איז ווי די ט"ז און די ב"ח קריגן זיך בדעת הרמ"א צו ער מיינט צו זאגן אז דוקא ווען ס'איז נרגש הרבה בעיסה איז עס בטל מתורת לחם, אדער ניין, דאס איז נישט גענוג נאר עס דארף זיין יותר מהקמח און נאר דאן איז עס בטל מתורת לחם.

נאך עפעס א סתירה דא?

כ'וועל נאר מוסיף זיין, איך האב קיינמאל נישט געזאגט די בית יוסף איז א יחיד דערמיט, איך האב געזאגט אז אין גמרא ראשונים שטייט דאס נישט! אוודאי די אחרונים ווי צב"ש דער שועה"ר בפנים גייט כל כולו מיט דעם יסוד פונעם בית יוסף.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”