אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה
וועגן וועלכע תקנות דרבנן זאגט מען 'אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה' און וועגן וועלכע נישט?
די וואָר הענגט אויף א האָר
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן: הרב בכל,
עס געפעלט מיר זייער אייער צושטעל פון סאטמאר רב'ס איסור הליכה להכותל, הגם עס איז נישט דוקא א תירוץ אויף ערנסטער'ס קשיא אבער מענין לענין ובאותו ענין קען עס הייסען.
דאס וואס איר ברענגט וועגן נישט מגלה זיין א טעם פון א גזירא/איסור כדאי אז מענטשן זאלען נישט ציען קיינע מסקנות, די בחינה זעהט מען אויף ביים הייליגען דברי חיים זצ"ל ביי די באקאנטע איזור פון מאשין-מצות וואס ער האט געשריבען אז ער אסר'ט דאס מטעם 'הכמוס' איז דא וואס זענען מסביר דאס ענין מיט די דערמאנטע הסבר, אז אפי' מ'וועט שפעטער מתקן זיין און פארבעסערען די מאשינען אזעס זאל זיין אויסגעהאלטן און נקי מכל חשש הנראה לעין, דעסטוועגן זאל מען זיך נישט מורה היתר זיין דערין.
אינטעליגענט האט געשריבן: איך געדענק נישט דעם מקור, אבער מיר ליגט אין קאפ א חילוק וואס ווערט געבראכט אין די פוסקים:
אויב בשעת תיקון התקנה איז שוין געווען אזא מצב אז ביי א טייל פעלער גייט נישט אן דעם תקנה, דאן ווען עס ווערט א מצב אז אין אלע פעלער איז נישט שייך דעם פראבלעם וואס איז מצריך דעם תקנה, איז בטל דער תקנה לגמרי.
משא"כ אויב בשעת מתקן זיין די תקנה איז אין יעדנפאל געווען א צורך פאר די תקנה, דאן אפילו עס וועט בטל זיין די צורך התקנה, וועט אבער דער תקנה נישט בטל ווערן.
מיר דאכט זיך אז עס שטייט נאך אין די ראשונים, ווער עס ווייסט דער מקור צו דעם איז מכובד עס צו ברענגען.