פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע
די וואסער אקאונט איז געווען אויפ'ן נאמען פון דער וואס געמאכט די פלאמבינג פאר'ן הויז (יענער האט א LLC אויפ'ן נאמען פון מיין אדרעס, אפשר איז ער געווען א שותף אינעם הויז - כ'ווייס נישט). איך האב נישט געמאכט קיין וועזן דערפון און געהעריג באצאלט אלע בילס במשך די לעצטע פינף יאר.
לעצטנס האב איך באקומען אויף מיין ביל א טשארדזש פון ארום 750 דאלער אלס א 'בעלענס טרענספער', און איך האב מברר געווען אז אויך מיין שכן האט געהאט זיין וואסער ביל אויף דעם זעלבן נאמען, און וויבאלד ער האט נישט באצאלט ערליך און שפעטער אריבערגעלייגט דעם אקאונט צו זיין אייגענע נאמען, איז די איבריגע פונעם חוב ארויף צו מיין ביל, וויבאלד עס איז דאך דער זעלבער אייגנטומער...
איך האב פרובירט מברר צו זיין ווער עס איז שולדיג אין דעם חוב, גערעדט צו דעם פלאמבער וועלכער האט מיך געשיקט צום שכן (וועלכער וואוינט שוין היינט אין אן אנדערע לאנד), און צום שכן וועלכער האט גע'טענה'ט אז אפשר איז עס פון די צייטן בעפאר ער האט דא געוואוינט [אליבא דאמת, ווי עס קוקט מיר אויס - נאכ'ן ערהאלטן סקרינשאטס פון די פירמע - אז דער חוב באלאנגט האלבוועגס פאר ביידע פון זיי], און וויבאלד איך האב נישט געהאלטן ביים פירן דין תורה'ס מיט קיינעם פון זיי, האב איך זיי געלאזט לויפן און פרובירט אריבערצוברענגען דעם אקאונט צו מיין נאמען.
הייבט זיך אן א פרישע מסכתא.
כדי צו עפענען א וואסער אקאונט אויף מיין נאמען, האבן זיי פארלאנגט דריי דאקומענטן: 1) א ליעס, 2) א בילד איי.די. 3) א בריוו פון אראנדזש און ראקלענד (די עלעקטריק און גאז יוטילעטי פירמע) וואס באשטעטיגט אז איך וואוין דא [פרעג מיך נישט פארוואס די וואסער פירמע דארף די באשטעטיגונג פון די עלעקטריק/גאז פירמע]
וויבאלד אויך די עלעקטריק און גאז לויפט נישט אויף מיין נאמען... האב איך נישט געקענט צושטעלן מער ווי די ערשטע צוויי דאקומענטן, וואס איך האב געטון.
איך האב נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן פאקטיש עפענען אן אקאונט אויף מיין נאמען, צוליב די אפוועזנהייט פון דאקומענט 3, אבער למעשה האב איך יעצט באקומען א ריזיגע בריוו מיט א פרישע אקאונט אויף מיין נאמען.
אבער די פראבלעמען הייבן זיך ערשט יעצט אן...
וויבאלד איך האב זיי געשיקט א ליעס וואס לויפט פון יאנואר 22' למספרם, האבן זיי מיר יעצט געשיקט בילס אויף אלע מאנאטן פון יאנואר ביז נאוועמבער, מיט א געשוואלענעם פרייז פון איבער צוויי אלפים, אין די צייט וואס פאר דעם פריערדיגן אקאונט האבן זיי געשיקט א מעלדונג אז ער האט יעצט א קרעדיט פון פערצן הונדערט דאלער...
רוף איך זיי אן און פרוביר פרעגן וואס דא גייט פאר, אבער זיי טענה'ן חי וקים אז וויבאלד איך האב געשיקט א ליעס פון יאנואר, שיקן זיי מיר בילס פון דעמאלט. און דאס וואס איז באצאלט געווארן דורך די פריערדיגע אקאונט [וואס איך האב באצאלט פון מיין אויסגעהארעוועטע געלט] האט גארנישט מיט מיר, ווילאנג איך קען נישט אויפווייזן מיט באנק סטעיטמענטס אדער קרעדיט קארד סטעיטמענטס אז איך האב דאס באצאלט.
יעצט, קיין באנק אקאונט האב איך נישט, און איך האב אלעס באצאלט מיט קרעדיט קארד, הגם נישט דוקא מיט מיין אייגענע. באופן אז איך קען נישט ברענגען באווייזן אז איך האב אלעס באצאלט.
האב איך פרובירט אריינרופן זיך אנגעבנדיג אלס דער ערשטער אייגנטומער און פרעגן וועגן דעם קרעדיט, צי זיי פלאנען צו שיקן א טשעק [וואס איך קען געבן פאר יענעם אין אויסטויש פאר א טשעק צו די וואסער פירמע], זאגן זיי אז זיי שיקן נישט קיין טשעק ווילאנג מען ווייזט נישט אויף אז מען האט טאקע באצאלט די בילס...
איינער האלט נאך מיט? ווייל איך בין שוין פארלוירן
דערווייל גייט יענעמ'ס קרעדיט בלייבן ביי VEOLIA, און פון מיר פארלאנגען זיי צוויי אלפים!
איז דא עפעס וואס איך קען דא טון? איז דא א פירמע/אגענטור/עסקן וואס געבט זיך אפ מיט די סארט זאכן? (זאל איך פיילן א קלעים ביי די BBB וכדומה?)
יישר כח פאר ווער עס נעמט די מיה צו ליינען און מיר פרובירן צו העלפן