פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג
היינטיגע טעג פארמאגט ער א בילדינג!
שוין יארן וואס די חכמים שרייען, מרבה נכסים מרבים בשמחה... עהה... מרבה דאגה, און אז זיי זענען גערעכט דארפעך ענק נישט זאגן. דרייצעך שמשי ארום אינגאנצן צוטראגן, פארצווייפלט, און אומבאלומפערט, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון מיט אזאנע דאגות אויף זיין פיצי קראנטשי פלייצע, ער ווייסט נישט, קען נישט באשליסן, ווייסט נישט וואס אפצומאכן, וואס טוט מען דא נעקסט? ס'איז קאמפליצירט ווי א מצה באקס בענדל.
‘פארוואס האט מיר בכלל אויסגעפעלט ס'גאנצע זאך?’ פרעגט ער זיך נאכאנאנד. ‘פארוואס האב איך בכלל געדארפט אנהייבן טראכטן דערוועגן, איז מיר נישט גוט געווען פארדעם? יא, ס'קען זיין אז ס'וועט מיר זיין בעסער נאכדעם, ס'קען זיין אז מיין מזל וועט אויפשיינען מיט איר פולן פראכט, אבער די גאנצע געוויכט אויפן קאפ איז מיר נישט ווערד!’ צושרייט ער זיך פאר זיך אליינס אין זיין פארצווייפלונג.
דערדרוקט פון זיינע צומישטע געפילן איז ער צו מיר געקומען, אפשר וועל איך אים קענען העלפן, איך וועל פרובירן מיין בעסט, זאג איך אים צו מיט פאטאס.
נאכ'ן זיך אויסרעדן פאר א שיינע פאר מינוט האב איך זיך געכאפט ביים קאפ, ארויסגעהאט דעם דערדרוקעניש, פארשטאנען די פארצווייפלונג, געכאפט דעם פארטל, דערהערט דעם הילפס רוף.
אלזא שמשי האט קיין בילדינג נישט! עה.. וואס האביך בכלל געטראכט אזוי?! וואס ער פארמאגט איז, א פשוטער קאמפלעקס! וואלסטו געוואלט מיינען א גרויסער קאמפלעקס מיט אפיסעס? זאג איך דיר ניין. און זיין קאפ דרייט זיך פשוט ארום א טאקע גרויסער קאמפלעקס וואס דערקוטשעט אים די יארן.
דער פאקט איז אבער אינטערעסאנט, נישט יעדער לייב און קעניג איז אזוי געבוירן געווארן, נישט יעדער האט אזוי אנגעהויבן, און נישט יעדער האט גלייך מצליח געווען.
איטליכער פון זיי האבן אנגעהויבן! פרובירט, זיך נישט געשראקן, גענומען די זאך אין די האנט, און דזשאסט געשריבן. אן קיינע דמיונות אז איך בין גארנישט ווערט, און דעם טיפיקעל ‘נעה איך קען נישט…’
און אפילו דו וועסט וועלן זאגן אז אויב וועט פון מיר אן ארטיקל ארויסקומען וועט דאך דער גאנצער שטאט צוגיין אין א געלעכטער?
''שרייבעריי פארמעסט'' איז דיין לעזונג.
קאמענטירער און וואוטערס וועלן דיר רעיטן און פארשטימען, אן נעמען אין באטראכט שמך ומעשיך. אנאנים וועסטו זיך דערקוויקן מיט די קאמפלימענטן און אויך קריטיק (יא, ס'גארנישט...) וואו דו שטייסט גוט און אפשר וואו דו דארפסט בעסער ווערן, אבער דיר צייגן און דיר ווייזן אז דיין טאלאנט ציילט.
אלזא, יעצט איז דיין צייט אויפצושטיין, זיך באוואפענען מיט דיין פענע, און אריינטאנצן אינעם גיער פון ווערן א לייב!