איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אייער מיינונג איבער די סופרים קורט היינטיגע טעג

סופרים קורט איז דא ערליך צו אינפארסירן די קאנסטיטוציע, האט נישט קיין שמעק פון פאליטיק
26
23%
טאטאל פאליטיש מאנעווירט
62
55%
געווענליך אומאפהענהיג אויסער ווען עס קומט צו טראמפ
23
21%
געווענליך אומאפהענהיג אויסער ווען עס קומט צו ביידען
1
1%
סך הכל שטימען: 112

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגענדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
גראדע ביי רעדיסטריקטינג האבן זיי ארויסגעוויזן ריינע בייעס אויף אן אומספינבארן אופן.

ביי אלאבאמע און לואיזיאנא האבן זיי געזאגט אז עס איז שוין צו שפעט, און ביי וויסקאנסין אז עס איז נאך דא גענוג צייט, ווען לויטן לוח איז אויב עפעס געווען פארקערט.
כ'האב נישט געזאגט אז זיי האבן אין יעדן פאל גע'פסק'נט קעגן די רעכטע, כ'האב געזאגט אז צווישן די רעדיסטריקטינג קעיסעס האט זיך געמאכט פעלער וואס זיי האבן אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע, וואס איז ווי כ'האב געזאגט, געווענליך זענען זיי בייעסד לטובת די רעכטע, אבער ס'מאכט זיך כסדר פעלער ווי זיי פסק'נען לטובת די לינקע.
זיי זענען נאכנישט אזוי פרעך קארופטירט צו פסק'ענען אז נאר רעכטע סטעיטס מעגן דזשערימענדערן.. איך מיין.. איך ווייס נישט אויב אין רוסלאנד אדער כינע איז מען אזוי פרעך.

זיי האבן בסך הכל אויפאיינמאל אפגעווארפן די פארלאנגען פון די רעפאבליקאנער אין אילינוי און מערילענד, און די דעמאקראטן אין נארט קאראליינע.

דאס ווייזט גארנישט אויף נישט פארטייאיש.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

תגובה דורך רעגנדיג »

אויב דאס וואלט געווען די איינציגסטע פסק קעגן די רעכטע וואלט מען זיך נאך אפשר געקענט טענה'ען דערוועגן, אבער ווי געזאגט איז עס איינס פון פילע פעלער ווי זיי טוען דאס זעלבע.

כ'האב נישט געזאגט אז זיי זענען אומפארטייאיש, פארקערט, דאס מיינט א רעפובליקאנער..
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

כמיין אז דעי אפציעס זענען אביסל צו ארעם

לעני"ד איז יעדער גענויגט און אלגעמיין צו זיין פארטיי והא ראיה זיי האבן זיך איינגעגעבן אלץ א געוויסע פארטיי, אבער סאמהאו ווען ס'קומט צו טראמפ האבן זיי אלץ מורא געהאט צו גיין מיט אים.. מיין דשעלי זאגטמיר אז די סיבה איז צוליב דעים וואס די דעמעקראטן האבן אזויפיל געהאקט בעת טראמפ האט אויפגענומען ריכטער בערעט ממילא טרייען זיי זיך אהערצושטעלן אז זיי זענען לאוו דוקא מיט אים..
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גראַדע האט געשריבן:

איך מיין אז דאס איז פשוט צוליב דעם וואס זיי קוקן אראפ טראמפ און גלייכן אים נישט, אזוי ווי רוב אויבערשטע פון שטייסל אויף די רעכטע זייט.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

נאוואדע זענען זיי פאליטיש.

נאר זיי דארפן לייגן די קאנסטיטוציע פאר פאליטיקס.

ווען מען קען אפלערנען די קאנסטיטוציע צוויי וועגן זענען זיי פאליטיש.
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

צל עובר האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
כמיין אז דעי אפציעס זענען אביסל צו ארעם

לעני"ד איז יעדער גענויגט און אלגעמיין צו זיין פארטיי והא ראיה זיי האבן זיך איינגעגעבן אלץ א געוויסע פארטיי, אבער סאמהאו ווען ס'קומט צו טראמפ האבן זיי אלץ מורא געהאט צו גיין מיט אים.. מיין דשעלי זאגטמיר אז די סיבה איז צוליב דעים וואס די דעמעקראטן האבן אזויפיל געהאקט בעת טראמפ האט אויפגענומען ריכטער בערעט ממילא טרייען זיי זיך אהערצושטעלן אז זיי זענען לאוו דוקא מיט אים..
איך מיין אז דאס איז פשוט צוליב דעם וואס זיי קוקן אראפ טראמפ און גלייכן אים נישט, אזוי ווי רוב אויבערשטע פון שטייסל אויף די רעכטע זייט.
קען אויך זיין. זיי זענען זיכער נישט אזוי רעכט ווי טראמפ בעת די דעמעקראטן זענען אסאך מער לינק, אבער מיין סברא זאגט אז דאס איז די סיבה.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין אז זיי זענען מער רעכט ווי טראמפ, וועלכער איז בכלל נישט עקסטרעם רעכט אויף די אישוס.

זיי, מיין איך טאמאס עליטא קאוואנאו גארסוטש מיט בערעט. די 5 עכט רעכטע ריכטער.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

מי חכם האט געשריבן:
היסטאריע האט געוויזן אז דער געריכט האט טאקע נישט געקענט - עווענטועל - איבערקומען דעם כח פון די עקזעקיוטיוו און די מאסן. צי דורך זיך דירעקט אנפייפן ווי לינקאלן, אדער דורך צואווייזן דעם וועג... ווי רוזוועלט, די 9 אום ערוועלטע פארשוינען האבן זיך געמוזט ברעכן.

פון די אנדערע זייט איז עס זייער גוט צו האבן אין פלאץ אלס א טשעק אויף די עקזעקיוטיוו
פון די עקזעקיוטיוו זענען זיי זיכער נישט שטערקער, ווייל זיי האבן נישט קיין אינפארסירונגס מאכט, און די ציווילע קריג איז טאקע א גוטע דוגמא דערפון פאר די ואס דארפן באווייז דערפון.

אבער די אנטי-קאנסטיטוציע חברה זענען טאקע אויך געווען שארף אויסגעשפראכן קעגן אן עקזעקיוטיוו... און אז מ'האט נישט קיין עקזעקיוטיוו דארף מען נישט קיין געריכט זיי צו האלטן אין די ראמען.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

יער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טארן זיי נישט?
אוודאי מעגן זיי, איך מיין צו פרעגן פארוואס טאקע זיי האבן דאס מתיר געווען פאר קאנגרעס. קען טאקע קאנגרעס געזעצליך פארלאנגען סיי וועלעכע פריוואטע דאקומענטן זיי ווילן?
א גוטע פראגע, אפשר קען מען עס גיין אנפרעגן ביים געריכט...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: איז די סופרים קורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
גראדע ביי רעדיסטריקטינג האבן זיי ארויסגעוויזן ריינע בייעס אויף אן אומספינבארן אופן.

ביי אלאבאמע און לואיזיאנא האבן זיי געזאגט אז עס איז שוין צו שפעט, און ביי וויסקאנסין אז עס איז נאך דא גענוג צייט, ווען לויטן לוח איז אויב עפעס געווען פארקערט.
כ'האב נישט געזאגט אז זיי האבן אין יעדן פאל גע'פסק'נט קעגן די רעכטע, כ'האב געזאגט אז צווישן די רעדיסטריקטינג קעיסעס האט זיך געמאכט פעלער וואס זיי האבן אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע, וואס איז ווי כ'האב געזאגט, געווענליך זענען זיי בייעסד לטובת די רעכטע, אבער ס'מאכט זיך כסדר פעלער ווי זיי פסק'נען לטובת די לינקע.
זיי זענען נאכנישט אזוי פרעך קארופטירט צו פסק'ענען אז נאר רעכטע סטעיטס מעגן דזשערימענדערן.. איך מיין.. איך ווייס נישט אויב אין רוסלאנד אדער כינע איז מען אזוי פרעך.

זיי האבן בסך הכל אויפאיינמאל אפגעווארפן די פארלאנגען פון די רעפאבליקאנער אין אילינוי און מערילענד, און די דעמאקראטן אין נארט קאראליינע.

דאס ווייזט גארנישט אויף נישט פארטייאיש.
דו רייסט פרוכט פון א בוים וואס איז קיינמאל איינגעפלאנצט געווארן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך ברענג סתם ארויס אז אין יענעם פאל איז גיין פארטייאיש, פשוט נישט געווען קיין אפציע.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זייער שווער צו זען א סינעריאו ווי א מאיאריטעט לינקע ריכטער זאלן אפווארפן פארלאנגען פון דעמאקראטן, סאו קען טאקע זיין פאר רעפובליקאנער איז פשוט נישט געווען קיין אפציע צו גיין פארטייאיש אבער ביי דעמאקראטן זענען אלע אפציעס אויפן טיש.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הממ

האסט מיטגעהאלטן דעם ניו יארק דזשערימענדער פרשה?

און דא האט ניטאמאל אויסגעפעלט זיך סותר זיין מיני' ובי', אזוי ווי א פסק אז נארט קאראליינע מעג יא דזשערימענדערן און אילינוי נישט..
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ס'איז דא אסאך דרגות אין דזשערימענדערינג, באט איי געט יור פוינט.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אוועטאר
סתם א דעה
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:39 am

Re: איז די סופרים קורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם א דעה »

רעגענדיג האט געשריבן:
פמ"א

בעצם איז עס רעכט גענויגט, ס'איז נישט קיין סוד אז א שטארקע מאיאריטעט זענען רעפובליקאנע אפוינטיס, נאר וואס דען, אזוי ווי די לאנגיעריגע טראדיציע פון אמעריקאנע פאליטיק, ווי דעמאקראטן פייטן עד הסוף און וועלן בדרך כלל נישט נאכגעבן קיין הוא זה פאר די רעפובליקאנער און די רעפובליקאנער בדרך כלל זענען זיך כסדר מכניע פאר דעמס און געבן זיי נאך אויף פילע אישוס. די טראדיציע האט נישט איבערגעהיפט די סופרים קאורט, געווענליך טאקע וועלן זיי רולן לטובת רעפובליקאנער, אבער ס'מאכט זיך כסדר פעלער ווי זיי רולן קעגן די אינטערעסן פון די רעכטע זייט, און לאו דוקא ווען ס'קומט צו טראמפ. צ.ב. ביי פילע וואקסין מאנדאטן קעיסעס האבן זיי גערולט לטובת די לינקע אדער אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע בכלל אויסצוהערן זייער קעיס, די זעלבע ביי די געריכטליכע קאמפן איבער די רידיסטריקטינג האבן זיי אויך אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע סטעיטס, און ס'איז דא גענוג אזעלכע פעלער.
ווי איך פארשטיי, איז די שאלה נישט איבער אידילאגיע, אז א קאנסעוועטיווע טראכט קאנסעוועטיוו איז נישט פאליטיש, נאר דאס איז זיין אידילאגיע, און אזוי דארף זיין, מען מעג האבען א שיטה, און מען דארף פסק'ענען לויט ווי אזוי מען פארשטייט, געבויט אויף די אידילאגיע, נאר יש לדון אויב טייל מאהל ווערען זי פאפירט פון "פאליטיק", על אף עס איז נישט איינשטימעג מיט זיייער אידילאגיע.
אוועטאר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

והיתם נקיים האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טארן זיי נישט?
אוודאי מעגן זיי, איך מיין צו פרעגן פארוואס טאקע זיי האבן דאס מתיר געווען פאר קאנגרעס. קען טאקע קאנגרעס געזעצליך פארלאנגען סיי וועלעכע פריוואטע דאקומענטן זיי ווילן?
א גוטע פראגע, אפשר קען מען עס גיין אנפרעגן ביים געריכט...
זאגט נישט די קאנסטוטוציע [אדער א פרירע'דיגע סופרים קארט פסק] עפעס איבער דעם ענין?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
הממ

האסט מיטגעהאלטן דעם ניו יארק דזשערימענדער פרשה?

און דא האט ניטאמאל אויסגעפעלט זיך סותר זיין מיני' ובי', אזוי ווי א פסק אז נארט קאראליינע מעג יא דזשערימענדערן און אילינוי נישט..
איך האב נישט מיטגעהאלטן. קענסט מיר געבן אביסל מער אינסיידס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3832
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

איינער וואס האלט אז די סופרים קאוירט איז נישט פאליטיזירט זאל טראכטן פון גארלענד וואס איז כמעט געווארען א סופרים קאוירט ריכטער. און אפאר יאר שפעטער האט ער אויטאריזירט דע FBI זיך איינצוברעכען און די הויז פון א פאליטישע אפאוינענט
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5650
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
איינער וואס האלט אז די סופרים קאוירט איז נישט פאליטיזירט זאל טראכטן פון גארלענד וואס איז כמעט געווארען א סופרים קאוירט ריכטער. און אפאר יאר שפעטער האט ער אויטאריזירט דע FBI זיך איינצוברעכען און די הויז פון א פאליטישע אפאוינענט
אדער קען ער טראכטן פון טעפט, וואס איז געווען א פרעזידענט, און דערנאך געווארן א סופרים קארט דזשאסטיס...

איך מיין פעלט משלים פון פאליטיזירטע דזשאסטיסעס? קיינמאל האט די סופרים קארט געדארפט זיין אומפארטייעש.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
איינער וואס האלט אז די סופרים קאוירט איז נישט פאליטיזירט זאל טראכטן פון גארלענד וואס איז כמעט געווארען א סופרים קאוירט ריכטער. און אפאר יאר שפעטער האט ער אויטאריזירט דע FBI זיך איינצוברעכען און די הויז פון א פאליטישע אפאוינענט
ארום געשלעפט 2 יאר און דערנאך זיך רעקיוזט פון די אויספארשונג. שרעקליך פאליטיש
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

מי חכם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:
איינער וואס האלט אז די סופרים קאוירט איז נישט פאליטיזירט זאל טראכטן פון גארלענד וואס איז כמעט געווארען א סופרים קאוירט ריכטער. און אפאר יאר שפעטער האט ער אויטאריזירט דע FBI זיך איינצוברעכען און די הויז פון א פאליטישע אפאוינענט
ארום געשלעפט 2 יאר און דערנאך זיך רעקיוזט פון די אויספארשונג. שרעקליך פאליטיש
וועם האט ער ארום געשלעפט? וואס האט ער ארום געשלעפט? א אויספארשונג וואס ער אליינ'ס האט געעפענט?!

וואס דרייעט איר א קאפ?!
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צ"ק

איך וואלט געזאגט מער אידיעלאגיש ווי פאליטיש געשטימט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז די סופרים קורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

סתם א דעה האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
פמ"א

בעצם איז עס רעכט גענויגט, ס'איז נישט קיין סוד אז א שטארקע מאיאריטעט זענען רעפובליקאנע אפוינטיס, נאר וואס דען, אזוי ווי די לאנגיעריגע טראדיציע פון אמעריקאנע פאליטיק, ווי דעמאקראטן פייטן עד הסוף און וועלן בדרך כלל נישט נאכגעבן קיין הוא זה פאר די רעפובליקאנער און די רעפובליקאנער בדרך כלל זענען זיך כסדר מכניע פאר דעמס און געבן זיי נאך אויף פילע אישוס. די טראדיציע האט נישט איבערגעהיפט די סופרים קאורט, געווענליך טאקע וועלן זיי רולן לטובת רעפובליקאנער, אבער ס'מאכט זיך כסדר פעלער ווי זיי רולן קעגן די אינטערעסן פון די רעכטע זייט, און לאו דוקא ווען ס'קומט צו טראמפ. צ.ב. ביי פילע וואקסין מאנדאטן קעיסעס האבן זיי גערולט לטובת די לינקע אדער אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע בכלל אויסצוהערן זייער קעיס, די זעלבע ביי די געריכטליכע קאמפן איבער די רידיסטריקטינג האבן זיי אויך אפגעווארפן פארלאנגען פון רעכטע סטעיטס, און ס'איז דא גענוג אזעלכע פעלער.
ווי איך פארשטיי, איז די שאלה נישט איבער אידילאגיע, אז א קאנסעוועטיווע טראכט קאנסעוועטיוו איז נישט פאליטיש, נאר דאס איז זיין אידילאגיע, און אזוי דארף זיין, מען מעג האבען א שיטה, און מען דארף פסק'ענען לויט ווי אזוי מען פארשטייט, געבויט אויף די אידילאגיע, נאר יש לדון אויב טייל מאהל ווערען זי פאפירט פון "פאליטיק", על אף עס איז נישט איינשטימעג מיט זיייער אידילאגיע.
זאג דו מיר, איז דען א וואקסין מאנדאט אין איינקלאנג מיט די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע? זיי האבן כסדר גערולט לטובת די וואקסין מאנדאטן. מיט די קאנסערוואטיווע אידיעאלאגיע שטימט עס זיכער נישט, אפשר מיט די קאנסערוואטיווע פאליטיק - ווי מ'גיבט כסדר נאך פארן קעגנער - שטימט עס יא.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עס איז דוקא שטארק אין איינקלאנג מיט זייער אידיאלאגיע פון אויסטייטשן די קאנסטיטוציע לויט די אומשטענדן פון 250 יאר צוריק
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די סופרים קאורט פאליטיש אומאפהענהיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביז קאוויד, האבן וואקסין מאנדאטן גארנישט געהאט מיט רעכטס און לינקס.

עס האט גענומען צייט ביז דער געריכט איז געווארן פארפלייצט מיט די שטראמען פון די צייטן אז דאס איז היינט א ליבעראלע זאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”