דיונים ועיונים בפרשת נח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך וויל פרעגן א קשיא ווער האט א גוטן תירוץ.

מיר אלע ווייסן אז נח האט געבויט די תיבה 120 יאר כדי מעורר צו זיין דעם דור צו תשובה ווען יעדער וועט פרעגן פארוואס בויסטו וכו'.
וויאזוי קען דאס זיין אז ניטאמאל איין איינציגער האט תשובה געטאן? פון וואנעט ווייס איך ווייל אויב יא וואלט ער דאך מיטגעגאנגען אין תיבה און געראטעוועט געווארן.

טא פארוואס האט דער צדיק נח נישט זוכה געווען צו מאכן כאטש איין בעל תשובה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קען זיין אז במשך די 120 יאר האט ער געמאכט עפעס בעלי תשובה, אבער ברוב הימים זענען זיי צוריקגעפאלן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

קען מיר איינער ביטע זאגן פשט אין די רש"י

בשבעה עשר יום - מכאן אתה למד שהיתה התיבה משוקעת במים י"א אמה שהרי כתיב בעשירי באחד לחדש נראו ראשי ההרים זה אב שהוא עשירי למרחשון לירידת גשמים והם היו גבוהים על ההרים חמש עשרה אמה וחסרו מיום אחד בסיון עד אחד באב חמש עשרה אמה לששים יום הרי אמה לד' ימים נמצא שבי"ו בסיון לא חסרו אלא ד' אמות ונחה התיבה ליום המחרת למדת שהיתה משוקעת י"א אמה במים שעל ראשי ההרים:

ווי אזוי לערן איך ארויס פון דא אז ס'איז געווען משוקעת י"א אמה
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ווי אויך זון איך א מקור
געהערט לעצטענס א טייטש אויף די פסוק


לא אסף לקלל עוד את האדמה בעבור האדם כי יצר לב האדם רע מנעריו
אז ס'איז דא א מליצה וואס א מענטש זינדיגט ווייל ער קומט פון די ערד און די ערד האט משנה געווען פון ציווי ה' כמבואר באוהב ישראל
זאגט דער אייבערשטער אז באמת איז די ערד נישט שולדיג ווייל יצר לב האדם רע מנעוריו, און פארדעם לא אוסיף לקלל האדמה

עפעס אזא טייטש

איינער האט אפשר א מקור?

יישר כח למפרע
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אין א צווייטען אשכול,
סאכדעס האט געשריבן: כ'דענק אז זיי זענען געווען הונדערט יאר ביים מבול, די תיבה האט מען אנגעהויבן 120 יאר בעפאר דעם מבול.


אינטערסאנט די לשון וואס דער אייבישרשטער האט געזאגט פאר נח, נאך פארן בויען די תיבה, דאס הייסט נאך פאר זיי זענען געבוירן,
אין לכאורה איז ער דעמאלטס געווען קינדערלאז,

שטייט אין פסוק
והקימתי את בריתי אתך ובאת אל התבה אתה ובניךואשתך ונשי בניךאתך,
ער רעדט שוין אפילו פין זייערע פרויען,

ווי אויך קומט אויס (א זייטיגע זאך) אז נאך פארן בויען האט שוין דער אייבירשטער אנגעגרייט, אז ס'גייט געבוירן ווערן פרויען וואס גייען נישט זינדיגן, כדי זיינע קינדער זאלן האבן מיט וועם חתונה צו האבן,

איינער האט אפשר געזעהן איינעם רעדן פין דעם?

שכוח
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די קשיא. די גזירה פון די מבול און די ציווי אויפן תיבה איז געקומען 120 בעפאר, אבער די פונקטליכע לשון פון בא אתה ואשתך וגו' איז געקומען נאך ויולד נח שלשה בנים און זיי האבן געהייראט נשים.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוועמל האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן: ותבוא אליו היונה לעת ערב והנה עלי זית טרף בפיה, די יעב"ץ ז"ל ברענגט, אז אויסער די סמבטיון, איז דא נאך א מופת צו היטן שבת, און דאס איז די ונה. ווייל די יונה רייסט נישט אראפ פון א מחובר אין שבת, ווייל זי היט אויך שבת שבת.
זאגט ר' יוסף שאול נאטאנזאהן אין זיין ספר דברי שאול, אז דאס איז די פשט אין פסוק: 'ותבוא אליו היונה לעת ערב' דאס מיינט מען אין שבת, אזוי ווי עס שטייט "יונה מצאה בו מנוח", און עס שטייט אין מדרש (???) אז עס איז געווען דעמאלטס שבת, שטייט ווייטער 'והנה עלי זית טרף בפיה', דאס הייסט דעריבער איז זי געקומען נאר 'לעת ערב', ווייל אין שבת האט זי נישט געריסן פון א מחוברנאר 'לעת ערב', ודפח"ח.

קוטשער;
מאכסט מיר נולד ווערן א ליטווישע חקירה: צי מעג מען פליען אום שבת מרשות לרשות (או ד"א ברה"ר)? חי נושא את עצמו איז נישט לכתחילה

יש לעיין, למעלה מעשרה אין דין תחומין.
ועמך כולם צדיקים
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

א שאלה וואס איז מיר בייגעפאלן ביים לערנען חומרש"י:

לויט דער מדרש אז דער יונה האט געברענגט דעם עלי זית פון דער הר המשחה, דארט וואו די מבול איז נישט געווען, אויב אזוי ווי אזוי האט נח געוואוסט אז דער מבול האט זיך שוין געענדיגט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36809
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבר דשו בו רבים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קושקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושקע »

א אונטערסאנטע דערהער בדרך צחות

סשטייט:

וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה עד רמש ועד עוף השמים וימחו מן הארץ וישאר אך נחואשר אתו בתבה

האבעך געהערט אמאל אז לכאורה איז דער "וישאר אך נח" אינגאנצן איבריק, ומה זה בא ללמדנו, דאס איז דאך מובן מאילו

האט איינער אמאל געזאגט, אז אזוי לאנג דער דור איז נאך געווען קיים, האט נאך געפאסט פאר נח די אלע גרויסע טיטל'ען "איש צדיק תמים", ווייל קעגן זיין מושחת'דיגן דור איז ער געווען א צדיק, ווי רש"י ברענגט איין שיטה "בדורותיו: אילו הי בדורו של אברהם הי נחשב לכלום", איבער ווי נאר דער דור איז נאבד געווארן, זענען פלוצלינג די אלע טיטל'ען אוועקגעפאלן, און ער איז געבליבן בלויז מיטן טיטול "נח" אן קיין "צדיק תמים",

דאסי פשט, וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה עד רמש ועד עוף השמים וימחו מן הארץ, דעריבער איז וישאר "אך" נח, אן קיין שון טיטל'ען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36809
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאן מיר ווער ערקלערן, מה הוא מ"ם [ויו"ד - כי היו"ד הראשון נופל] הרבוי בפסוק תחתים שנים ושלשים תעשה?

ואולי גייט עס אויף די קנים - קעמערלעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'ווייס נישט צו עס באלאנגט דא אבער כ'קען נישט טרעפען אשכול ווי עס באלאנגט יא.

כ'וויל פשוט פון ידידינו התלמידי חכמים והלומדים שיחי'
די וואך אין דער פרשה שטייט אזוי (נח, ח יג) ויסר נח את מכסה התבה וירא והנה חרבו פני האדמה, וואס מיינט מכסה?
לכאורה מיינט דאס דעם גאנצע דאך, אזוי ווי מ'טרעפט ביי דעם משכן.
פארוואס האט נח אראפ גענומען דעם גאנצע דאך?
דאס וואס ער האט געזעהן "והנה חרבו פני האדמה, איז געוועהן א תוצאה פון אראפ נעמען דעם דאך, אבער דאס איז נישט געוועהן דער סיבה.
(דער תיבה זאל זעך אויסליפטערן פ]ון דער ריח, איז דער זבל (מיסט) געבליבען אין תיבה אדער שפעטער ארויס געווארפן היות די תיבה האט געהאט א קדושה)
ועוד לפי זה, וועט אויסקומען אז מ'זאל טרעפען היינט צו טאגס דער 'תיבת נח', וועט מען איהר טרעפען אן א דאך, היות נח האט דאס אראפ גענומען,
קען איך זאגען בדרך אפשר אז דער 'עץ גבוה חמישים אמה' וואס המן הרשע האט געהאט פון דער תיבה, איז געקומען פון דער דאך,
וועט אויס קומען אז דער דאך איז געמאכט געווארען פון 50 אמה העלצער.

*

ועוד שאלה בפי
איז טאקע פארהאן מרגליות טובות וואס זאל קענען באלאכטען אזא תיבה?
לאמיר זאגען אפילו ס'געוועהן אזעלעכע מרגליות אויף יעדער שטאק אפאר שטיק
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אז דער עץ גבוה חמישים אמה קומט פון תיבת נח מיינען אסאך אז ס'איז פורים תורה
אבער אין ילקוט שטייט טאקע אזוי אז המן האט געהאט א זוהן א קאנזול אין אררט האט ער אים געשיקט אזא עץ פון די תיבה
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... q=9758&st= %u05d9%u05e2%u05e9%u05d5+%u05e2%u05e5+%u05d2%u05d1%u05d5%u05d4
פעידזש 388
אבער איז מוכרח אז דער מכסה מיינט די גאנצע?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ארויס צו קוקען האט ער דאך געהאט א פענסטער,
אין פשטות מיינט דאך ויסר נח את מכסה התיבה, עברי טייטש אז ער האט אראפ גענומען דער [גאנצע] דעק (דאך) פון דער תיבה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זארעכפעפער האט געשריבן: (און פאר איך פארגעס, ס'דא וואס ז'זאגן אויף רש"י'ן (כ'מיין אויפן צווייטן פשט), אז רש"י האט געהאלטן בפשטות אז די יונה איז געווען א זכר, ווייל דער סדר העולם איז אז דער זכר ברענגט טרף ומזונות. כתבתי מזכרוני).

כן כתב המהר"ל בגור אריה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לכאורה ביזטו גערעכט
אבער עס זעהט אויס צו זיין א היפשע טירחא צו טוהן אזוינס....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיס האט געשריבן: כ'האב געזען צוברענגען בשם ר' יוסף חיים זונענפעלד זצוק"ל, אז די אנשי דור הפלגה זענען געעווען קאמוניסטן, און געלעבט פון איין קאסע, ווייל עס שטייט "ויהי כל הארץ שפה אחד ודברים אחדים" - זיי זענען געווען ביי די שיטה אז קיינער טאר נישט זיין רייכער פונעם צווייטן, און דורכדעם זענען זיי צוגעקומען צו כפירה און צו דעם געדאנק פון בויען דער מגדל.

דאכט זיך אז דאס מיינט אויך דער צרור המור [געלעבט ארום 500 יאר צוריק] ווען ער שרייבט: הבה נבנה לנו עיר, שנהיה כולנו אחדים בה ושותפים בממונינו ובבנינו ונשינו ולא יהיה חולק בינינו ולא מחלוקת כו'. (ער פירט אויס אז די חכמים זענען צוטיילט איבער די גוטסקייט פון אזא סארט ווירטשאפט, "שקצת מהם חושבים שזה היה טוב בענין שיסייעו אלו לאלו ולא יהיה בהם אביון"!)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיס האט געשריבן: א שאלה וואס איז מיר בייגעפאלן ביים לערנען חומרש"י:

לויט דער מדרש אז דער יונה האט געברענגט דעם עלי זית פון דער הר המשחה, דארט וואו די מבול איז נישט געווען, אויב אזוי ווי אזוי האט נח געוואוסט אז דער מבול האט זיך שוין געענדיגט?

דער רמב"ן פרעגט דאס, עיין שם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין אקעגנגעקומען א הארבן שטיקל מלבי"ם (לענ"ד) אין סוף פרשת נח, וז"ל:

(ל) ותהי שרי עקרה. גם מלכה לא ילדה עד שהיה יצחק בן ל"ז, כמ"ש ויהי אחרי הדברים האלה ויוגד לאברהם לאמר הנה ילדה מלכה גם היא, רק שלא היתה עקרה כי ילדה בנות והפילה נפלים, אבל שרי אין לה ולד כלל, ונודע שהיא עקרה:

איך הייב נישט אן צו פארשטיין פשט אין דעם שטיקל, ווייל רבקה איז טאקע געבוירן געווארן צו בתואל ווען יצחק איז געווען ל"ז שנה, אבער מלכה האט דאך געהאט א שטוב מיט 8 קינדער ובתוכם בתואל, הייבט זיך דאך נישט אן דעם קוועטש פון גם מלכה לא ילדה וכו'.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

במחכ״ת פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.
ישלהוסיף האט געשריבן: דאס וואס ער האט געזעהן "והנה חרבו פני האדמה, איז געוועהן א תוצאה פון אראפ נעמען דעם דאך, אבער דאס איז נישט געוועהן דער סיבה.

וואספארא תוצאה? ער האט אראפ גענומען די דאך האט ער געזעהן אז עס איז טרוקען.
ישלהוסיף האט געשריבן: איז דער זבל (מיסט) געבליבען אין תיבה אדער שפעטער ארויס געווארפן היות די תיבה האט געהאט א קדושה)

ווען שפעטער, יעדער איז דאך ארויס פון די תיבה? וואספארא קדושה האט די תיבה געהאט? און וואס האט זבל מיט קדושה?
ישלהוסיף האט געשריבן: קען איך זאגען בדרך אפשר אז דער 'עץ גבוה חמישים אמה' וואס המן הרשע האט געהאט פון דער תיבה, איז געקומען פון דער דאך,

וואס עפעס?
ישלהוסיף האט געשריבן: וועט אויס קומען אז דער דאך איז געמאכט געווארען פון 50 אמה העלצער.

די ברייט פון די תיבה איז דאך געווען 50 אמה, פארוואס זאל ער נישט האבן גענומען פון דארט?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

פרשת השבוע = אזוי זאגט מען יישר כח פאר די שווערע ארבייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איינער האט מיר היינט נאכגעזאגט א גאר שטארק קשיא אויף די סדרה פון די וואך.

די פסוק זאגט: וישלח את הינוה מאתו לראות הקלו המים מעל פני אדמה,
דערנאך טרעפן מיר נאך א פסוק אז די יונה איז צורקגעקימען: והנה עלה זית טרף בפיה וידע נח כי כלו המים מעל פני אדמה,
רש״י הקדוש אויפן פלאטץ ברענגט א מדרש ; אמרה, יהיו מזונותי מרורין כזית ביד הקדוש ברוך הוא ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם,

איר פארשטייט אזא מאמר? נאכען זיין איינגעשפארט און א תיבה אינאיינעם מיט נח באלד א יאר, באקימענדיג צו עסן און טרינקען פון נח עס שטייט און די מדרשים ווי שווער נח און זיינע קינדער האבן געארבייט ארום די זייגער צו געבן צו עסן פאר אלע חיות וכו׳ וכו׳. און וואס איז די ייש״כ? יהיו מזונותי מרורין כזית ביד הקדוש ברוך הוא ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם! אזוי זאגט מען ייש״כ פאר איינעם וואס האט זיך צוריסען פאר דיר א יאר צייט?

וואס איז די מוסר השכל וואס די יונה האט געוואלט ארויסברענגען? און פארוואס האט זי עס געזאגט פינקט יעצט פאר נח?

עס איז זיכער אז די בעלי דרשנים רעדן ארום פון די קשיא. די קשיא איז - לדעתי - זייער א שטארקע קשיא, ווייל אויבן אויף האט די יונה געוויזען א שטארקע גרונגשעצונג היפוך פון הכרת הטוב,

איך האב עס אבער יעצט געהערט די ערשטע מאל און איך האב נישט געהערט קיין גיטע תירוץ דערויף, איך קען באשטיין צו הערן א שיינע חידוש דערויף,
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

טאקע א הערה...
אולי א לימוד צו נח אז ווען ער גייט ארויס אויף דער וועלט זאל ער ארבעטען פאר זיין פרנסה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

הערליכע פשטים ומדרשים פון זיידעניו ועוד איבער דעם חם ואבי כנען מיט די פרשה פון נח
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ווי אזוי האט נח אריינגענומען באשעפענישן וואס לעבן בלויז זעקס חדשים צו ווייניגער, בלויז שנים שנים, בשעת די מבול איז געווען יב חודש?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיס האט געשריבן: ווי אזוי האט נח אריינגענומען באשעפענישן וואס לעבן בלויז זעקס חדשים צו ווייניגער, בלויז שנים שנים, בשעת די מבול איז געווען יב חודש?

בפשטות קען מען זאגען אז די ברית וואס ה' האט געמאכט מיט נח בעפאר די מבול איז געווען אז ער מיט אלע בעלי חיים וועלן איבערלעבן דאס מבול [עי' רמב"ן].
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”