דיונים ועיונים בפרשת נח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

והי' קשה לי דאיתא במדרש שקין והבל היו בני מ' כשהרג אותו, ולמה נענש?
אגב, ראיתי מביאים זוהר הק', ר' אלעזר, כי כשבא נחש על חוה הטיל זוהמא ומזה בא קין, והי' הבל צורה של מעלה וקין דוגמת מטה, ומשום שבא מצד המלאך המות המית אחיו, ושם בשם ר' יוסי שלא כתיב ויולד רק ותלד, עיי' בזוהר באורך השקלא וטריא בזה.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

פייגנבוים האט געשריבן: אינטערסאנט איז אז סיחון ועוג זענען יא געראטעוועט געווארן
שטייט ערגצווי א טעם וואס עס איז געווען זייער זכות און כח ניצול צו ווערן

תוס' זאגט טאקע אז סיחון איז אויך געראטעוועט געווארן אבער ווי שוין ערווענט זאגט דער מהרש"א אז ער איז געבוירן אין די תיבה.

לגבי דאס וואס עוג איז געראטעוועט געווארן האב איך געטראפן אין צדקת הצדיק פון ר' צדוק הכהן וז"ל: מי שהוא שומר הברית ולא ראה קרי מימיו הוא הנקרא יפה תואר בכתוב כענין יוסף יפה תואר וע"ז נאמר שקר החן והבל היופי כי מצינו ג"כ באומות עכו"ם שהיו נקיים מזה כמו עוג שפלט מדור המבול ובלא תיבה כלל ודאי לא הי' ניסא לשיקרא רק שלא היה בן מבול דהיינו משחית זרע וכו' עכ"ל ע"ש באריכות באות צ"ו, מבואר מה היה זכותו של עוג להינצל מהמבול.
לעצט פארראכטן דורך דענק און דאנק אום מאנטאג אקטאבער 31, 2016 3:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

ידוע דברי הספורנו שקודם המבול לא היה עתים שונות במשך השנה חם וקר כמו בימינו רק היה כל השנה אותו המזג כמו בתקופת ניסן ותשרי מפני שהיה החמה מהלך בדרך ישר ולא באלכסון כמו עכשיו, ואחר המבול נשתנה שהארץ או גלגל החמה (לכל מר כדאית לי') זז ממקומו קצת ונעשה באלכסון ומשם יצאו קיץ וחורף כדמשמע גם בקרא.

ולכאורה קשה מהא דאיתא בגמרא ע"ז ח' ת"ר לפי שראה אדה"ר יום שמתמעט והולך אמר אוי לי וכו' כיון שראה תקופת טבת וראה שיום מאריך והולך, ע"כ, ולכאורה לפי הנ"ל לא היו עוד בימיו של אדה"ר ימים ארוכים וקצרים
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

דענק און דאנק האט געשריבן: ידוע דברי הספורנו שקודם המבול לא היה עתים שונות במשך השנה חם וקר כמו בימינו רק היה כל השנה אותו המזג כמו בתקופת ניסן ותשרי מפני שהיה החמה מהלך בדרך ישר ולא באלכסון כמו עכשיו, ואחר המבול נשתנה שהארץ או גלגל החמה (לכל מר כדאית לי') זז ממקומו קצת ונעשה באלכסון ומשם יצאו קיץ וחורף כדמשמע גם בקרא.

ולכאורה קשה מהא דאיתא בגמרא ע"ז ח' ת"ר לפי שראה אדה"ר יום שמתמעט והולך אמר אוי לי וכו' כיון שראה תקופת טבת וראה שיום מאריך והולך, ע"כ, ולכאורה לפי הנ"ל לא היו עוד בימיו של אדה"ר ימים ארוכים וקצרים

כבר עמדו בזה וכתבו שמדרשים חלוקים בו
או דתליא אם שמשו מזלות בזמן המבול או לא
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

דענק און דאנק האט געשריבן: ידוע דברי הספורנו שקודם המבול לא היה עתים שונות במשך השנה חם וקר כמו בימינו רק היה כל השנה אותו המזג כמו בתקופת ניסן ותשרי מפני שהיה החמה מהלך בדרך ישר ולא באלכסון כמו עכשיו, ואחר המבול נשתנה שהארץ או גלגל החמה (לכל מר כדאית לי') זז ממקומו קצת ונעשה באלכסון ומשם יצאו קיץ וחורף כדמשמע גם בקרא.

ולכאורה קשה מהא דאיתא בגמרא ע"ז ח' ת"ר לפי שראה אדה"ר יום שמתמעט והולך אמר אוי לי וכו' כיון שראה תקופת טבת וראה שיום מאריך והולך, ע"כ, ולכאורה לפי הנ"ל לא היו עוד בימיו של אדה"ר ימים ארוכים וקצרים

אויב עס איז דא קלענערע און לענגערע טעג, מיז בהחלט זיין די מזג האויר אויך אנדערש?
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

רצון טוב האט געשריבן:

עס איז אביסל א לענגערע און שווערע הסבר אפשר ביי אן אנדערע געלעגענהייט, די וואס פארשטיין אין די ענינים פארשטיין לכאורה אויך די קשיא, במחילה מהני שלא עסקו בענינים אלו
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

די אבן עזרא זאגט אויף נמרוד איש ציד אז ער פלעגט פאנגען חיות און מקריב זיין אויף די מזבח
די רמב"ן שטעלט זיך אויף דעם אז לפי קבלת חכמינו זצ"ל איז דאך נמרוד געווען א רשע וואס האט געמאכט זינדיגען כמב' ברש"י.

ועי' בספר דב"י עמוד ר"ה ווי ער איז מבאר אז ביידע איז איין מכוון, זיין אהערשטעלן זיך ווי א מענטש וואס איז מקריב קרבנות לה' איז געווען אויף דעם מכוון טאקע צו פאנגען מענטשן צו זיין דרך הרשע.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

איך האב געזען אן אינטרעסאנטע זאך, אין פרקי דר"א און אין מס' סופרים שטייט אז אליעזר עבד אברהם איז געווען עוג מלך הבשן, איז מיר תמיד שווער געווען, לכאורה אליעזר איז געווען א צדיק ויצא מכלל ארור לכלל ברוך, און אויף שטייט דאך קלאר שהיה רשע ומשה רבינו הרגו, והאיך יתקיימו שניהם?
האב איך געזען אין תוס' על התורה שטעלט זיך בזה, ותי' ששני אנשים יש בשם עוג, און ער זאגט אז פונקט ווי אין מצרים האבן אלע קעניגן געהייסן פרעה, און אין פלשתים אבימלך, אזוי אויך אין בשן האבן אלע קעניגן געהייסן עוג, און דער עוג וואס דער פרקי דר"א רעדט איז נישט דער עוג וואס דער פסוק רעדט שהרגו משה.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

קודם כל א גרויסע יש"כ הרב דענק און דאנק פארן אזוי שיין צאמנעמען די ענינים.

דענק און דאנק האט געשריבן: ובתורה תמימה פרשת בא כתב דבר נפלא בזה....

וכן תירץ המגיה בפענח רזא

דענק און דאנק האט געשריבן: אחר כל הנ"ל יש לציין דבר נפלא הפלא ופלא דאיתא באבן עזרא על אתר בפסוק וישאר אך נח וזל"ק: רק נח לבדו ואשר אתו, והנה זאת תשובה גמורה על חסירי הדעת מאחינו, שאומרים שלא היה המבול בכל הארץ עכל"ק. ותמיה גדולה ופליאה עצומה על דבריו שהרי זהו שיטת ר' יוחנן בש"ס, וכי ר' יוחנן חלילה חסר דעה היה? וכבר הרבה מוחות נשתברו לבאר דברי האבן עזרא, ולא עלו בביאור מספיק, ואדרבה מישהו שיש לו ביאור יפה בדבריו הקדושים, יבוקש להביאו כאן, ונכירו תודה על זה.

אין רבינו אפרים עה"ת שרייבט ער אויך אזוי וז"ל "ויכוסו כל ההרים אשר תחת כל השמים וכי יש הרבה שאינו תחת השמים אלא שלא יתן פתחון פה 'למינים' שאומרים שלא ירד המבול לא"י שנא' לא גושמה ביום זעם לכך כתיב תחת כל השמים ואף אר"י במשמע" עכ"ל, און דער חיד"א אין נחל קדומים וואונדערט זיך שוין אויף אים, דאס איז דאך די שיטה פין ר' יוחנן, אין דברי יואל פארענטפערט ער עס זייער שיין, דהיינו ווייל בעצם ענטפערט דאך שוין תוס' אויף די ראי' וואס רבינו אפרים ברענגט פון ויכוסו כל ההרים, אז עס גייט ארויף אז די הבל האט שולט געווען איבעראל ממילא איז יעדער געשטארבען, נאר רבינו אפרים וויל מפיק זיין פין די 'דעת המינים' וואס ווילן זאגן אז אויב מען וואוינט אין ארץ ישראל קען מען זינדיגען און מען ווערט נישט געשטראפט, ממילא האבן זיי געטענה'ט אז אין אר"י איז גארנישט געווען, ניטאמאל קיין הבל אויך נישט, ממילא אויף דעם ברענגט רבינו אפרים דעם פסוק ויכוסו כל ההרים, אזוי ווי תוס' זאגט אז הבל איז איבעראל געווען, לפי"ז קען מען פארענטפערן דעם אבן עזרא אויך עד"ז.
אין משחת שמן פון ר' חיים קויפמאן ז"ל ברענגט ער א ראי' צו דעם תירוץ אז תוס' ברענגט פון א מדרש אז א כותי האט געוואלט זאגן אז דער מבול איז נישט געווען אויפן הר גריזים, האט מען אים אפגעפרעגט ווייל עס שטייט תחת כל השמים, און תוס' איז דארט מפרש אז עס מיינט הבל, זעהט מען אז דער כותי האט געוואלט טענה'ען אז עס איז גארנישט געווען, אפילו קיין הבל אויך נישט.
לעצט פארראכטן דורך פייערמאן אום זונטאג נאוועמבער 06, 2016 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

פייערמאן האט געשריבן: קודם כל אני גרויסע יש"כ הרב דענק און דאנק פארן אזוי שיין צאמנעמען די ענינים.

דענק און דאנק האט געשריבן: ובתורה תמימה פרשת בא כתב דבר נפלא בזה....

וכן תירץ המגיה בפענח רזא

דענק און דאנק האט געשריבן: אחר כל הנ"ל יש לציין דבר נפלא הפלא ופלא דאיתא באבן עזרא על אתר בפסוק וישאר אך נח וזל"ק: רק נח לבדו ואשר אתו, והנה זאת תשובה גמורה על חסירי הדעת מאחינו, שאומרים שלא היה המבול בכל הארץ עכל"ק. ותמיה גדולה ופליאה עצומה על דבריו שהרי זהו שיטת ר' יוחנן בש"ס, וכי ר' יוחנן חלילה חסר דעה היה? וכבר הרבה מוחות נשתברו לבאר דברי האבן עזרא, ולא עלו בביאור מספיק, ואדרבה מישהו שיש לו ביאור יפה בדבריו הקדושים, יבוקש להביאו כאן, ונכירו תודה על זה.

און רבינו אפרים עה"ת שרייבט ער אויך אזוי וז"ל "ויכוסו כל ההרים אשר תחת כל השמים וכי יש הרבה שאינו תחת השמים אלא שלא יתן פתחון פה 'למינים' שאומרים שלא ירד המבול לא"י שנא' לא גושמה ביום זעם לכך כתיב תחת כל השמים ואף אר"י במשמע" עכ"ל, און דער חיד"א אין נחל קדומים וואונדערט זיך שוין אויף אים, דאס איז דאך די שיטה פין ר' יוחנן, און דברי יואל פארענטפערט ער עס זייער שיין, דהיינו ווייל בעצם ענטפערט דאך שוין תוס' אויף די ראי' וואס רבינו אפרים ברענגט פון ויכוסו כל ההרים, אז עס גייט ארויף אז די הבל האט שולט געווען איבעראל ממילא איז יעדער געשטארבען, נאר רבינו אפרים וויל מפיק זיין פין די 'דעת המינים' וואס ווילן זאגן אז אויב מען וואוינט אין ארץ ישראל קען מען זינדיגען און מען ווערט נישט געשטראפט, ממילא האבן זיי געטענה'ט אז אין אר"י איז גארנישט געווען, ניטאמאל קיין הבל אויך נישט, ממילא אויף דעם ברענגט רבינו אפרים דעם פסוק ויכוסו כל ההרים, אזוי ווי תוס' זאגט אז הבל איז איבעראל געווען, לפי"ז קען מען פארענטפערן דעם אבן עזרא אויך עד"ז.
אין משחת שמן פון ר' חיים קויפמאן ז"ל ברענגט ער א ראי' צו דעם תירוץ אז תוס' ברענגט פון א מדרש אז א כותי האט געוואלט זאגן אז דער מבול איז נישט געווען אויפן הר גריזים, האט מען אים אפגעפרעגט ווייל עס שטייט תחת כל השמים, און תוס' איז דארט מפרש אז עס מיינט הבל, זעהט מען אז דער כותי האט געוואלט טענה'ען אז עס איז גארנישט געווען, אפילו קיין הבל אויך נישט.

ייש"כ הרב פייערמאן, איינער האט מיר נאכגעזאגט דעם רבי'ןס ווארט איך האב נישט געוויסט וואו עס שטייט.

איינער האט מיר געזאגט דעם שבת אז ר"ר יונתן שרייבט אז אין אמעריקא איז נישט געווען קיין מבול, האט איר געהערט אמאל דערפון? ווייסט איר וואו דאס שטייט?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

ר"ר יהונתן זאגט אויף צוויי פלעצער פונקט פארקערט, איינמאל בפירוש און די צווייטע מאל א משמעות, די ערשטע איז אין תפארת יהונתן פרשת נח ווי ער איז מוכיח אז מענטשען האבן שוין דעמאלטס געוואוינט אין אמעריקע "ובצד השני הנקרא אמירקא כו' ואת"ל דלא היה קודם המבול שם אנשים א"כ אף המבול לא ירד שם כיון שהוא ללא צורך וא"כ מאי רבותא דא"י שנקרא טהור על שלא ירד שם המבול האט גם העולם החדש טהור הוא דלא ירד שם המבול כו', די צווייטע מאל אין תפארת יהונתן פרשת מצורע ווי ער פרעגט אן אינטרעסאנטע קושיא, ווי אזוי קען זיין אז דא אין אמעריקע קען מען טרעפען ווילדע חיות, טורפים וארסיים, לכאורה ביים מבול איז דאך אלעס געשטארבען און עס איז נאר געבליבען די וואס זענען געווען אין די תיבה וואס פון זיי האט זיך ווייטער צושפרייט, ווידער אמעריקע איז דאך נישט פארבינדען מיט די איבריגע חלק וועלט - וואו די תיבה האט גערוהט - מיט יבשה נאר מיט ים, איז אויב אזוי ווי אזוי זענען די אלע חיות אריבערגעקימען אהער, היעלה על הדעת אז מענטשען זאלן בידים אריבערברענגען חיות טורפות דורך שיפען ?! אלא מאי וויל ער זאגן אז ס'דא עפעס א פלאץ וואו עס איז מחובר מיט יבשה (קען זיין אז עס איז אמאל געווען און ס'האט זיך שפעטער צוטיילט) עכ"פ זעהט מען פון אים קלאר אז די מבול איז דא אויך געווען, ווייל אז נישט הייבט זיך נישט אן די גאנצע קושיא כמובן.

וואס דען איך האב אמאל געטראפען אין ספר שלמה משנתו (ברכות נו) פון הגאון ר' עזריאל אריה לייב רקובסקי ווי ער שרייבט אז די מבול איז נישט געווען אין אמעריקע, ס'בכלל אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט ברענג איך עס אראפ.
Screenshot_2016-11-06-01-35-08-1.png

נאך אן אינטרעסאנטע זאך, אויב איך געדענק גוט האב איך געזעהן אין איינע פון די ספרים פון הרב זמיר כהן פון הידברות אז ער שרייבט אז אין איינע פון די לעגענדעס פון איינעם פון די שבטים וואס האבן געוואוינט דא אין אמעריקע, האבן זיי די מעשה פונעם מבול.
לעצט פארראכטן דורך פייערמאן אום זונטאג נאוועמבער 06, 2016 2:00 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אני ומה חיינו »

שוין יארן וואס איך וואונדער זיך פארוואס האט דען אויסגעפעלט א ''גאנצע'' באזינדערע שטאק אין די תבה פאר גארביטש/שמיץ...???!?!
נעמט אין אכט ווי גרויס 'איין' שטאק אין תבה איז געווען, ס'האט דערין געדארפט זיין פלאץ פאר 'אלע' באשעפענישן פונעם גאנצן כדיר הארץ. אוו אצינד צוריק צום קשיא, זייט ווען דארף מען פאר אביסעלע שמיץ האבן א גענצליך עקסטערע ריזיגע שטאק.???

פאר א פאסיגע ענפער וועל איך זאגן פאר אייך 'אני מאמין' דרייצן מאל א טאג ביים ציון הרשב''י..!!
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

מה אני ומה חיינו האט געשריבן: שוין יארן וואס איך וואונדער זיך פארוואס האט דען אויסגעפעלט א ''גאנצע'' באזינדערע שטאק אין די תבה פאר גארביטש/שמיץ...???!?!
נעמט אין אכט ווי גרויס 'איין' שטאק אין תבה איז געווען, ס'האט דערין געדארפט זיין פלאץ פאר 'אלע' באשעפענישן פונעם גאנצן כדיר הארץ. אוו אצינד צוריק צום קשיא, זייט ווען דארף מען פאר אביסעלע שמיץ האבן א גענצליך עקסטערע ריזיגע שטאק.???

פאר א פאסיגע ענפער וועל איך זאגן פאר אייך 'אני מאמין' דרייצן מאל א טאג ביים ציון הרשב''י..!!

אין אייערע ווערטער ליגט דער תירוץ אויף אייער קשיא.

אז דארט האט זיך געפונען אלע באשעפענישן פון גאנץ כדור הארץ, האט איר שוין אריינגעקלערט וויפיל שמוץ די אלע באשעפענישן פראדיצירן במשך פון א גאנץ יאר? גייט אריין אין א שטאל פון איין סארט בהמה אדער חיה און זעט וואס טוט זיך דארט אפ נאר נאך איין טאג. איך קלער אפילו אז בדרך הטבע איז אפילו נישט געווען פלאץ אין די איין שטאק פאר די אלע שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט א גאנץ יאר, נאר ווי די ראשונים ערקלערן שוין אז עס איז געווען מעשי נסים, ווייל די חיות ובהמות האבן אויך נישט געהאט דארט קיין פלאץ בדרך הטבע.
דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

פייערמאן האט געשריבן: ר"ר יהונתן זאגט אויף צוויי פלעצער פונקט פארקערט, איינמאל בפירוש און די צווייטע מאל א משמעות, די ערשטע איז אין תפארת יהונתן פרשת נח ווי ער איז מוכיח אז מענטשען האבן שוין דעמאלטס געוואוינט אין אמעריקע "ובצד השני הנקרא אמירקא כו' ואת"ל דלא היה קודם המבול שם אנשים א"כ אף המבול לא ירד שם כיון שהוא ללא צורך וא"כ מאי רבותא דא"י שנקרא טהור על שלא ירד שם המבול האט גם העולם החדש טהור הוא דלא ירד שם המבול כו', די צווייטע מאל אין תפארת יהונתן פרשת מצורע ווי ער פרעגט אן אינטרעסאנטע קושיא, ווי אזוי קען זיין אז דא אין אמעריקע קען מען טרעפען ווילדע חיות, טורפים וארסיים, לכאורה ביים מבול איז דאך אלעס געשטארבען און עס איז נאר געבליבען די וואס זענען געווען אין די תיבה וואס פון זיי האט זיך ווייטער צושפרייט, ווידער אמעריקע איז דאך נישט פארבינדען מיט די איבריגע חלק וועלט - וואו די תיבה האט גערוהט - מיט יבשה נאר מיט ים, איז אויב אזוי ווי אזוי זענען די אלע חיות אריבערגעקימען אהער, היעלה על הדעת אז מענטשען זאלן בידים אריבערברענגען חיות טורפות דורך שיפען ?! אלא מאי וויל ער זאגן אז ס'דא עפעס א פלאץ וואו עס איז מחובר מיט יבשה (קען זיין אז עס איז אמאל געווען און ס'האט זיך שפעטער צוטיילט) עכ"פ זעהט מען פון אים קלאר אז די מבול איז דא אויך געווען, ווייל אז נישט הייבט זיך נישט אן די גאנצע קושיא כמובן.

וואס דען איך האב אמאל געטראפען אין ספר שלמה משנתו (ברכות נו) פון הגאון ר' עזריאל אריה לייב רקובסקי ווי ער שרייבט אז די מבול איז נישט געווען אין אמעריקע, ס'בכלל אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט ברענג איך עס אראפ.
Screenshot_2016-11-06-01-35-08-1.png

נאך אן אינטרעסאנטע זאך, אויב איך געדענק גוט האב איך געזעהן אין איינע פון די ספרים פון הרב זמיר כהן פון הידברות אז ער שרייבט אז אין איינע פון די לעגענדעס פון איינעם פון די שבטים וואס האבן געוואוינט דא אין אמעריקע, האבן זיי די מעשה פונעם מבול.

ייש"כ פארן שלמה משנתו ס'איז טאקע אינטרעסאנט! לויט דעם ווערט לכאורה פארענטפערט דער אבן עזרא, ווייל עס קען זיין אז די חסירי הדעת צו וועם ער באציהט זיך זענען די וואס זאגן אז אין אמעריקא איז נישט געווען קיין מבול.

בכלל איז נישט צום פארשטיין וואס דער גאון הנ"ל שרייבט ווייל פארוואס איז נישט קשה די אלע קושיות וואס די גמרא פרעגט אויף ר' יוחנן אויך אויף די שיטה, כל אשר בחרבה מיינט לכאורה נישט נאר איין האלבע וועלט...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שיינע אשכול פון עניני הפרשה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

כת"י עמ"ס שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

כ'האב ביי מיר א סעמפל פונעם כת"י שלמה משנתו עמ"ס שבת הפלא ופלא
ווען כ'וואלט געהאט א נדיב ווער ס'וויל האבן א זכיה צו מוציא זיין לאור א ספר וועלכער פארענטפערט א קשיות אויף רש"י און מפרש נפלא על המסכת וואלט עס געווען א גרויסע זכות
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נודה לך האט געשריבן: שיינע אשכול פון עניני הפרשה
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע:אסאך פלעצער

Re: דיונים ועיונים בפרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ש'כוח פארן עס ארויפבריינגען
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13100
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זיס האט געשריבן: ווי אזוי האט נח אריינגענומען באשעפענישן וואס לעבן בלויז זעקס חדשים צו ווייניגער, בלויז שנים שנים, בשעת די מבול איז געווען יב חודש?

בפשטות קען מען זאגען אז די ברית וואס ה' האט געמאכט מיט נח בעפאר די מבול איז געווען אז ער מיט אלע בעלי חיים וועלן איבערלעבן דאס מבול [עי' רמב"ן].

ועוד יש לומר אז די יאר פונעם מבול ווערט בכלל נישט גערעכנט אלס יאר, וויבאלד די מזלות האבן נישט געהעריג משמש געווען.

והא ראיה אז למנין שנות נח ווערט נישט גערעכנט דאס יאר פונעם מבול, ווי דער חזקוני שרייבט אין קאפיטל ט' פסוק כ"ט.

עי׳ בתפארת יהונתן שתי׳ כן

ובס׳ חלוקי אבנים לבעמח״ס עיר דוד תירץ שאכן לא חיו ומש״ה כתיב כשיצאו הרמשים מן התיבה למשפחותיהם
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

א) ‏ויאמר ה׳ אל נח בא אתה וכל ביתך אל התיבה די נצי״ב דא אין העמק דבר זאגט אז וכל ביתך מיינט עבדים דאס מיינט אז סקען זיין אז זייער אסאך מענטשען זענען נישט קיין אייניקלעך פין נח נאר פון די עברים
ב) פארוואס האט נח געדארפט שיקן די יונה ער האט געקענט פרעגן עוג מלך הבשן אויב די ערד איז טריקן
בעצם פארוואס האט נח נישט געקענט ארויס קיקען פון די צהר תעשה לתיבה אויב עס איז שוין טריקן
ג) עס איז געווען א חי׳ וואס איז געווען אינדערויסען פון די תיבה די וויזעל טיר פארוואס האט ער נישט געקענט זיין אין די תיבה בפשטות איז געווען א נס אז אלע חיות בבימת עופות האבן געפיט האט די וויזעל טיר אויך געקענט פיטען
ווי ווערט צאם גענימען ווען ווי וויפעל איז געווען פון די וויזעל טיר ווען ווערט ער לעצט דערמאנט ?
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: איך בין 'נעכטן' געוואויר געווארן אז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

צק
אז דאס אז נח האט גענומען זיבן פון די כשר'ע מינים כדי מקריב צו זיין פון דעם קרבנות, איז נאר פון די בהמות אבער פון די עופות האט ער נישט מקריב געווען נאר ער האט גענומען זיבן 'לחיות זרע על פני הארץ'.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך בין היינט געוואויר געווארן אז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווייס איך נישט פארוואס ביסטו געקומען צו די מסקנא
ביי מיר אין די תורה שטייט
וַיִּקַּח מִכֹּל הַבְּהֵמָה הַטְּהֹרָה וּמִכֹּל הָעוֹף הַטָּהוֹר וַיַּעַל עֹלֹת בַּמִּזְבֵּחַ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: איך בין היינט געוואויר געווארן אז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

גערעכט,
האב איך אזוי נעכטן געזען אין איינע פון די מפרשים, העמיר דארפן נאכקוקן.

עמי הארצים האקן
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22966
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

א צווייטער האט געשריבן: צק
אז דאס אז נח האט גענומען זיבן פון די כשר'ע מינים כדי מקריב צו זיין פון דעם קרבנות, איז נאר פון די בהמות אבער פון די עופות האט ער נישט מקריב געווען נאר ער האט גענומען זיבן 'לחיות זרע על פני הארץ'.

און אז הרה"ק מסאטמאר האלט (בדרך פלפול) אז ער האט מקריב געווען פון די לייבן אויך.
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטיטשינער האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן: צק
אז דאס אז נח האט גענומען זיבן פון די כשר'ע מינים כדי מקריב צו זיין פון דעם קרבנות, איז נאר פון די בהמות אבער פון די עופות האט ער נישט מקריב געווען נאר ער האט גענומען זיבן 'לחיות זרע על פני הארץ'.

און אז הרה"ק מסאטמאר האלט (בדרך פלפול) אז ער האט מקריב געווען פון די לייבן אויך.

געבויעט אויפ'ן יערות דבש?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”