ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

שלומי איז געזיצן אינעם אינטערשטען זיץ פונם מגיד שיעור קאר באטראכנדיג די פארביי פליענדע סצענעס.

ביימער מיט פרישע בלעטלעך האבן זיך געזעהן פון אלע זייטן פונם הייוועי. דער ספרינג סעזאן האט געמאכט גוט אויף שלומי'ס הארץ

דער דרייווער ר' שמואל האט פיין געקענט זיין פאך, מאכנדיג די וועג פאר א געשמאקע עקספעירענס.

'מסתם האב איך אזוי ליב צו זיין אין א קאר ווייל דער אינדרויסן טוישט זיך א גאנצער צייט' האט עס שלומי אפגעלערנט.

פאר וואס ווען, האט זיך די ישיבה געביידע אנגעזעהן פון דערווייטנס. א טרויריגע געפיל האט ארומגענימען שלומי פילנדיג ווי ער פארלירט זיין פרייהייט.

.......

פרישטאג איז געקומען צו אן ענדע. די בית המדרש פילט זיך צוביסלעך אן אריינגייענדיג אינם סדר.

''כ'האב מיך געבענקט נאך דיר שלומי'' האט ארי זיך געפרייט אז זיין חברותה איז צוריק.

''איך האב זיך אויך געבענקט צו דיר'' איז צוריק געקומען א ווארימע שמייכל
''נישט אבער צו די ישיבה''

ארי האט איהם געשאנקען א האלבע פאלטשע שמייכל.

'אופס פארוואס האב איך דאס געזאגט?' האט זיך שלומי געביסן די ליפן. 'פארוואס דארף איך אדורכקימען ווי א בחור וואס האלט נישט ביים לערנען?'

'ווייל איך האב אדד האט ער זיך גלייך פארענטפערט. איך האב נישט געכאפט אז איך זאג עס.'

די לערנען איז נישט געגאנגען גרינג, אבער אויך נישט אזוי שווער ווי אין דער פארגאנגעהייט.
דאס אומרואיגקייט און צופלויגנקייט וואס ער פילט שטענדיג ביים לערנען האט איהם נישט אזוי איבערגענומען וויסנדיג אז עס איז אדד וואס מען וועט ארבעטן.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אגב איז אין צענטער א גאנצן צייט, די איבריגע זענען א חלק פון די תוצאה...

@צד השוה א גרויסן דאנק
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
אבי א נאמען
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

.
דערמאנונג: א קאמפלימענט מאטיווירט.
שלג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 6:41 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג »

יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

שאטס ...איך וואלט געדארפט טרעפען די אשכול אין א יאר ארום, ווען די מעשה וואלט שוין געווען גענדיגט.

(גראדע: הרב צד השוה, איר זענט פיינע, פריקען, באמבאסטישע, נייעס, פארפאלען, אזש מען טויגט יכול'ט מען!!!)
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

שלג האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:30 am
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
דאס האט צד געשריבן אין איינע פון די קאפיטלעך
און דער מגיד שיעור האט זיך ארויסגעיאגט פון בית המדרש.

שלומי איז געבליבן זיצן אינם ליידיגן טינקעלער בית המדרש זייער אומצופרידן מיט וואס ער האט יעצט געהערט.

זיין סעקיורעטי די לעצטע פאר טעג איז געווען אז דער טערעפיסט וועט איהם קענען העלפן. און דא הערט ער אז עס קען אפשר זיין ער וועט דארפן א צווייטען!

ווען שלומי זאל נאר וויסן ווי שטארק דעס וועט איהם זיין נוגע.....
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

שלג האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:30 am
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
מחובר קורס?

יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 7:26 pm
שלג האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:30 am
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
דאס האט צד געשריבן אין איינע פון די קאפיטלעך
און דער מגיד שיעור האט זיך ארויסגעיאגט פון בית המדרש.

שלומי איז געבליבן זיצן אינם ליידיגן טינקעלער בית המדרש זייער אומצופרידן מיט וואס ער האט יעצט געהערט.

זיין סעקיורעטי די לעצטע פאר טעג איז געווען אז דער טערעפיסט וועט איהם קענען העלפן. און דא הערט ער אז עס קען אפשר זיין ער וועט דארפן א צווייטען!

ווען שלומי זאל נאר וויסן ווי שטארק דעס וועט איהם זיין נוגע.....
ווי איז דאס? וועלכע פעידש?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5876
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:44 pm
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 7:26 pm
שלג האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:30 am
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
דאס האט צד געשריבן אין איינע פון די קאפיטלעך
און דער מגיד שיעור האט זיך ארויסגעיאגט פון בית המדרש.

שלומי איז געבליבן זיצן אינם ליידיגן טינקעלער בית המדרש זייער אומצופרידן מיט וואס ער האט יעצט געהערט.

זיין סעקיורעטי די לעצטע פאר טעג איז געווען אז דער טערעפיסט וועט איהם קענען העלפן. און דא הערט ער אז עס קען אפשר זיין ער וועט דארפן א צווייטען!

ווען שלומי זאל נאר וויסן ווי שטארק דעס וועט איהם זיין נוגע.....
ווי איז דאס? וועלכע פעידש?
viewtopic.php?p=4562803#p4562803
שלג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 6:41 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:40 pm
שלג האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:30 am
יהודה אריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:56 am
איינער האלט קאפ?

מ'האלט שוין נאך פערפעקשעניזם
אבסעסיע
און יעצט אדד

שכח צד
איך האף זייער שטארק אז ער גייט צוקומען אז די אמת איז נישט קיין איינס פון די אלע, נאר עפעס טיפער
#אינספייערד ביי מחובר
מחובר קורס?
יא
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

נאכמיטאג איז עס שוין פיל שווערער געווארן.

''שלומי?'' חזקי די נייע נאכמיטאג חברותה זיכט שלומי'ס אויגן קאנטעקט.

שלומי פילט ווי ער וויל שטויסן און איבערדרייען דעם טיש. 'איך האב נישט קיין געדילט און איך קען נישט לערנען יעצט' שרייט א קול אין איהם.

''מיין קאפ טוט מיר וויי'' קומט דער תירוץ וואס ער ניצט כסדר. ''גיב מיך צוויי מינוט איך בין דא צוריק''

שלומי האט נאכאמאל געמאכט דעם אזוי באקאנטען וועג צום דארמעטארי, זיך אריין געשלייכעט, און אנגעהויבן מסדר זיין זיינע חפצים.

דאס געפיל פון צופלויגנקייט האט איהם נישט געלאזט זיין רואיג און לערנען.
ער מיז זיך צוזאמנעמען האט ער געשפירט.

נאך 10 מינוט מסדר זיין, האט ער זיך ארויסגעשלייכעט פון צימער און זיך אריינגעגגליטשט אינם בית מדרש.

''איך האף די פילסט שוין בעסער'' האט חזקי איהם ענטפאנגען. ''כ'האב דיך געמאכט א טיי!''

שלומי האט נישט געקענט פילן די ווארעמקייט פון א גוטע חבר וואס זארגט זיך פאר איהם. ער איז געווען צו פארנימען דאגה'נן אז זיינע חפצים זענען נישט געווארן גענוג מסודר.
ער האט געגעבן א קליינע שטופ דעם באנק אויף וואס ער האט געזעצן. 'יעצט איז עס מסודר' האט ער פרובירט צו שפירן.

........

די ליידיגע טעלערס אויף די טישן האבן עדות געזאגט אז געציילטע מינוטן צוריק האבן זיך דא געפינען פיל הינגעריגע מיילער.

און א ווינקל פונם כמעט ליידיגן עס זאל, זעהן זיך אן דריי בחורים וואס שמועסן געשמאק.

שלומי האט שטארק הנאה געהאט פון די שמועס. אלעס וועגן נעווי סיעלס און סאלדאטן האבן איהם באמת פאראינטערסירט.

'איך האב טאקע א. ד. ד. ?' האט זיך שלומי געפרעגט אין מח. 'קוק ווי געשמאק און רואיג איך פארברענג דא'

'די קווענקעלניש איז נאך אן אבסעסיע' האט שלומי אוועקגעשטיפט דעם פראגע צייכן.

.......

מיט לייכטע פיס טריט איז שלומי אריין אינם אפיס בילדינג ריכטנדיג זיינע טריט צום טערעפיסטס אפיס.

'הלואי מיין ישיבה זאל זיין אזוי עלעגאנט און מסודר' איז א מחשבה'לע דורכגעלאפען זיין מח.

אריין אינם עלעוועיטער, געדריקט די ריכטיגע קנעפל, און זיך שנעל געזעהן אויפן דריטן שטאק. געמאכט א רעכטס, און נאך געציילטע טריט האט זיך ר' דוב'ס טיהר באוויזן אין פארנט.

''וואס מאכסטו שלומי?'' האט ר' דוב פריינטליך באגריסט זיין קליענט.

''ס'איז געשמאק צו זיין דא!'' האט זיך שלומי גלייך אויסגעדרייט צום פיש טאנק.
דער נויז מעקער האט נאר צוגעגעבן צו דער אזוי געשמאקע רואיגקייט.
לעצט פארראכטן דורך צד השוה אום דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

די האסט עס בייפאר
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

''וויאזוי איז געווען די לעצטע וואך?'' האט זיך דער טערעפיסט געשפילט מיט זיין בארד.

''שווער'' האט שלומי געזיפצט.

''כאפ אן איין שווערע פאל, און אונז גייען זעהן וויאזוי אונז קענען ארבעטן אויף עס.

''אלעס איז נערוועז און צופלויגן'' האט זיך דערהערט די ביטערקייט אין שלומי'ס קול. אויב איך וואלט איך מיך נישט געהאלטן און איין צוזאמגענימען, וואלטן מיינע קליידער ווי די גלעזער און רעקל אראפגעפאלן אין זיך פארלוירן!''

''איך קען נישט זיין נארמאל מיט די אדד!'' האט ער נאכאמאל איבערגעחזר'ט זיכנדיג די מיטגעפיל פון ר' דוב.

דער טערעפיסט האט אבער געווען צו פארטראכט צו ווייזן מיטגעפיל.

''וואס טוסטו ווען די פילסט אזוי?'' האט ער געוואלט וויסן.

''איך פרוביר זיך צו מסדר זיין, סא איך זאל נישט טוהן ווילדע זאכן. איך וויל זיין א מציון בחור''

און שלומי האט דערציילט ווי ער פרובירט זיך צו מסדר זיין אבער אן ערפאלג.

ר' דוב האט זיך אויפגעשטעלט פון בענקל ארויסנעמענדיג א לילקע.

''ביים ערשטן סעסיע האב איך געזעהן אז די אדד ברענגט דיר פיל מיט ענגזייעטי, עפעס וואס געשעהט פיל פיל מאל. איך האב נישט געכאפט אז די האלסט שוין ביי או סי די.'' האט ער געקוקט אויף שלומי מיט מיטגעפיל.

''שלומי האט געפילט ווי אלעס דריידט זיך. 'אדד מיט או סי די?' האט ער נישט געוואלט גלייבן. 'די אלע זאכן האב איך?!'

נאכן טראכטן א מינוט האט זיך דוב צוריק אראפגעזעצט.

''אונז גייען נישט ארבעטן אנדערש, זייט די אדד איז די טריגער פון אלעם. ס'גייט אבער זיין אביסל שווערער''

שלומי האט נישט געוויסט וואס צו טראכטן.

''די האסט זיך ליב?'' האט דער טערעפיסט ווייטער געוואלט וויסן.

''איך האב מיך וואס??'' האבן זיך שלומי'ס אויגן ארויסגעשטעקט פון זייערע לעכער.

''לאמיר א מינוט באטראכטן שלומי פון א זייטיגן בליק. זעהסט דעם בחור דארטן אין בית מדרש מיט זיין חברותה''?

שלומי האט נישט געקענט אפמאכן צו דער טערעפיסט איז ערענסט.

דער ערענסקייט אויף ר' דוב'ס פנים האט איהם געוויזן אז ער איז סעריעס.

''איך זעה איהם, יא''

''וואס פילסטו אויף איהם?'' איז געקומען די נעקסטע פראגע.

שלומי האט נישט געוויסט וויאזוי עס צו עסן. ''וואס הייסט וויאזוי איך פיל אויף איהם?''

''די ווערסט פרייליך ווען די טראכסט וועגן איהם? די ווערסט ברוגז?''

''איך ווער נערוועז'' האבן די ווערטער ארויסגעטאנצן פון שלומי'ס מויל.

שלומי האט נישט געקענט גלייבן וואס זיין מויל האט יעצט געזאגט.

ר' דוב האט ווארעם אנגעכאפט שלומי'ס האנט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
טשאבערגא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:30 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאבערגא »

PDF
אוועטאר
שטויביג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3043
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

דורכגעליינט די גאנצע אשכול אין איין אטעם.. מיינע אויגן פול מיט טרערן... אוי טאטע.

@צד השוה פיינעם פעדער, דו האסט עס זייער גוט ארויס.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

א קורצע שטילקייט האט דורכגעשניטן דעם צימער.

''לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש'' האט ר' דוב נישט אפגעלאזט שלומי'ס האנט.

''די האסט א נאנטע חבר אין ישיבה וואס די האסט ליב?''

שלומי האט זיך צולאכט ווען הערשי איז איהם געקומען אין מחשבה.

''ס'איז דא א חבר אין ישיבה נעבן וועם עס איז אייביג פאן! ער גייט איבערדרייען דעם טיש נאך לאנטש.........

''א חבר צו וועם די ביזט נאנט און די ווילסט זיין נאנט נישט נאר ווען ער מאכט פאן'' האט איהם דער טערעפיסט איבערגעהאקט.

שלומי האט נישט געדארפט לאנג טראכטן. ''שמואלי''

''לאמיר באטראכטן שמואלי א מינוט'' האט ר' דוב גערעדט שטיל און רואיג. ''די זעהסט איהם?''

''איך זעה איהם!'' האט שלומי צוגעשאקלט מיטן קאפ פארגעסנדיג אז ער דארף זיך שעמען.

''עס איז הייס געווארן אין צימער'' דער טערעפיסט זיך אויפגעשטעלט צילנדיג דעם עירקאנדישאן.

שלומי האט ערשט יעצט געפילט אז ער שוויצט אביסל.

''וואס פילסטו ווען די קוקסט אויף איהם?'' האט ר' דוב צוריק צום נושא.

א געוויסע ווארימע געפיל האט ארומגענימען שלומי.

'' א גוטע געפיל מיט א געוויסע שעצונג'' איז געקומען דער תירוץ.

''וואס קען מען טוהן אז זאלסט זיך אויך ליב האבן?'' האט דער טערעפיסט געוואלט וויסן

שלומי האט געוואלט וויינען. עס איז אבער נישט געגאנגען.

''איך ווייס נישט! אבער וואס קומט עס דא אריין?'' האט ער נערוועז געשאקלט זיין פיס.

''די ערשטע סטעפ וואס אונז דארף מיר יעצט ארבעטן איז אז די זאלסט אויפהערן קעמפן מיטן א.ד.ד.

אונז גיי מיר צוזאמען זיך באקענען מיט אדד שטארקייטן און שוואכקייטן, ארבעטן מיט דעם, און עס ליב האבן!''

''כ כ כ'פארשטיי נישט האט זיך שלומי געהערט זייער צומישט. איך גיי בלייבן מיט די אדד שוועריקייטן?''

''מען גייט עס פשוט ניצן אויף א גוטע אופן''

שלומי האט געפילט ווי ער וויל שרייען. ''פארוואס קען מען נישט אוועקנעמען די סטראגלס? מען קען נעמען מעדיקעישען!'' האט ער געוויזן זיין קענטעניס
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

''פארוואס קען מען נישט אוועקנעמען די סטראגלס?"

מאנכע האבן די פיינפולע מינוט ווען מען זיצט ביי טערעפי, און מען געפונט אויס אז ס'איז נישט פארהאן קיין cure פאר זייער פראבלעם, יאפ ס'נישט געשמאק
אוועטאר
פאוויש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 12:27 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאוויש »

wow wow איך ליין יעצט פון אנהייב איך וויין אויף עכט!!
טשאבערגא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:30 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאבערגא »

יאסעלע פליטמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

פאוויש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:52 pm
wow wow איך ליין יעצט פון אנהייב איך וויין אויף עכט!!
וואס מאכט דיך וויינען?
אוועטאר
פאוויש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 12:27 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאוויש »

יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 8:22 pm
פאוויש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:52 pm
wow wow איך ליין יעצט פון אנהייב איך וויין אויף עכט!!
וואס מאכט דיך וויינען?
עכט נייגעריג?
איך קען דיר ענפערן. אבער איךוויל נישט אנשרייבן די סתם די אשכול.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

''אויב די גייסט נישט ארבעטן זיך צו אליין עקסעפטן און ליב האבן וועט דיר מעדיקעישען נישט העלפן! די וועסט טרעפן אנדערע זאכן וואס וועלן נישט זיין גענוג פערפעקט מיט דיר, און די וועסט יענץ פייטען.''

ר' דוב האט זיך שטארק אנגעלאנט אויף זיין בענקל. ''אחוץ פון דעם, נישט פאר יעדעם ארבעט די מעדעצין.

שלומי האט שטייף פארמאכט זיין מויל אין אויפברויז. 'די נערוועזע צופלויגענע געפילן, די נישט קענען איינזיצן, דאס נישט קענען טראכטן, מיט דעם דארף איך שלום מאכן?'

ר' דוב האט באמערקט די שטייפע אויסדריק אויף שלומי.

''די ווילסט פארן צו א וואסער און שפאצירן אביסל?''

די שטייפקייט אויף שלומי'ס פנים איז אביסל לייכטער געווארן.

''קום לאמיר גיין'' האט דער טערעפיסט געפנט דעם טיהר און ארויס.

די זון האט זיי באגריסט מיט שטארקע אינמוטן טאג שטראלן, זיך נישט רעכענדיג מיט שלומי'ס גיסטע.
''מיין קאר איז דארט'' האט איהם ר' דוב געוויזן אויף אן עק אינם פארקינג לאט.

שלומי איז שווייגענדיג נאכגעגאנגען ר' דוב.

ער האט באטראכט די ביזנעסלייט וואס קומען אין גייען, 'הלואי קען איך אויך זיין אזויווי איינער פון זיי' האט ער געטראכט מיט קנאה. 'זיי האבן זיך געלט, ענדזויען זייער טאג, און איך דערשטיק מיך.

א וויכטיג אויסזעהנדע ביזנעסמאן איז איהם פארביי געגאנגען. ''יא, איך בין יעצט אויפן וועג צו שפיטאל'' האט ער איהם געהערט אריינרעדן אין זיין פאון.
דער ביזנעסמאן איז געווען אריינגעטוהן אינם שמועס נישט באמערקענדיג ווי שלומי האלט מיט.
''די דאקטוירים זענען נישט צופרידן פון די מצב'' א אומגעריפענע טרער האט זיך ארויסגעגליטשט פונעם וויכטיג אויסזעהנדע פערזאן.

שלומי האט רחמנות באקומען, אבער אויך געפילט אביסל לייכטער אויפן הארץ.

די פאקט אז נישט נאר ער מיטשעט זיך דא, האט איהם גרינגער געמאכט.

''צרות רבים חצי נחמה גייט אויך אן ווען מענטשן ליידען פון צוויי אנדערע זאכן?'' האט ער געוואלט וויסן פון ר' דוב.

''נישטא ממש אזא פסוק אין חז''ל, אבער דערצייל מיר, וואס מאכט דיר פרעגן?''
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פאוויש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:52 pm
wow wow איך ליין יעצט פון אנהייב איך וויין אויף עכט!!
שלום עליכם! וועלקאם עבאורד!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”