ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג
שלומי דערזעהט זיך מיט אן אראפגעלאזטער קאפ. ''א אי איך בי בין נישט אנגעקומען צום צווייטען בלאט'', פרובירט ער זיך צו פארענטפערן.
דער ראש ישיבה'ס פנים ווייזט צייכענעס פון אנטוישונג. ''דער באשעפער האט דיך באשאנקען מיט א פיין קעפל, ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''....
שלומי האט שוין מער גארנישט געדארפט הערן. א שטארקע שנאה געפיל צו זיך זעלבסט, האט געמאכט דאס וועג אריין צו זיין הערצעלע און עס ארום גענימען מיט געוואלד. ''ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''! ''ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''! איז דורכגעלאפן אין שלומי'ס מח איינמאל און נאכאמאל.
איך פרוביר דאך אבער אזוי שטארק! האט עפעס א שטילע קול גענטפערט אין איהם.
~~~
שלומי איז אסאך א דורך אין ישיבה. ער האט פרובירט מיט איבערמענטשליכע כוחות צו זיין א חלק פון ישיבה אבער ס'איז נישט געגאנגען.
מיט'ן באשעפער'ס הילף וועלן מיר אביסל מיטהאלטן אויף א קליינעם טעגליכן פארנעם, זיינע שוועריגקייטן, און וויאזוי ער האט זיך ארויסדערזעהן פון דעם.
כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן, און זיך אביסל לערנען פון זיין אמתע עקספעריענס.
קריטיק איז היילי אפרישיעטיד.
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!