ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:27 am
@צד השוה אפגעזעהן פון די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס, דיין שריפט איז עפעס ספעשל מייסטערהאפטיג, און ציענד.

ממש ווי עס פאסט פאר א מעטשור שרייבער, עניוועי, איך זעה ווען סאינטרעסירט באמת קענסטו יא…

טענק יו צד.
א דאנק!
ממש ווי עס פאסט פאר א מעטשור שרייבער, עניוועי, איך זעה ווען סאינטרעסירט באמת קענסטו יא…
די ביזט ציקער זיס
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

לעצטע ווארט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:29 am
we want more
א הערצליכן דאנק!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

א טאג נאך ניטל.

דער חזרה ענדע איז שוין נענטער ווי ווייטער, און מיט דעם שטייגט די שפאנונג שטאפלען אין די ישיבה ליפט.
די בחורים הארעווען אריין מיט פלייס! ווער וויל נישט קענען דעם פארהער?!

שלומי'ס נאכמיטאג חברותה ארי איז געווען אין די הימלן מיט די פארשריט, ''נאך צוויי בלאט צו גיין'' האט ער געוויזן פאר שלומי מיט פארגעניגן.

שלומי'ס שמייכל אויף צוריק איז עפעס נישט אויסגעקומען גאנץ.
ארי האט עס ב''ה נישט באמערקט, און ווייטער פארגעזעצט מיט א געשמאק.

'איך קען נישט מער' האט שלומי געשפירט. דער לחץ אז דער פארהער איז שוין אט אט דא, האט נאר מער באפעסטיגט דער קעסטל וואס האט ארומגענימען זיין מח'ל.

''עס איז אקעי איך זאל אביסל אליין'ס איבערגיין?'' האט ער בלית ברירה פארגעלייגט זיין שאלה צו זיין חברותה.
ארי האט נישט פארשטאנען פארוואס שלומי וויל דאס, אבער צוגעשאקלט מיטן קאפ.
שלומי האט נאכאמאל אויפגעמישט צו זיין אזוי באקאנטע ערשטע בלאט, און אנגעהויבן פון דאסניי.

עס איז אבער נישט געגאנגען. עס האט געפילט ווי ער דארף אריינלייגן רינדיגכיגע באליס און א פיר עקיגע מח עפענונג.

פרובירנדיג צו דערשטיקן דער פלייץ פון פארקניפטע געפילן האט ער זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן דורכגעשפרייזן דעם בית המדרש אינם ריכטונג פונם ערי מקלט, דער קאווע שטיבל.

זיין בליק איז געפאלן אויף אייזיק, אייזיק איז געשטאנען מיט שטאלץ און פארגעזאגט פאר זיין חברותה בערל 15 בלאט בעל פה!
'די שוואכע בחור וואס האלט נישט ביי גארנישט!' האט א שטילע אבער שטארקע שטימע געלאכט אין שלומי' 'קוק וואס בחורים אין דיינע יארן קענען אלץ!' האט דער קול נישט אפגעלאזט.
טיף אין הארצן האט שלומי געוויסט אז עס ער האט באמת פרובירט, ער איז אבער געווען צו צובראכן דאס צו כאפן.

די קאווע שטיבל האט איהם ענטפאנגען היבש ליידיג.

די העיזעל נאט קאווע וואס דער מנהל האט ספציעל געקויפט צו מאכן א געשמאקע חזרה מצב, האט נאר צוגעגעבן מער ביטערקייט צו זיין געמיט.

נישט האבנדיג ווי נאך צו גיין, האט שלומי געפנט דעם טיהר פון ישיבה און ארויס אויפן גאס.

די וועטער אינדרויסן האט ארויסגעוויזן מיטגעפיל מיט שלומי.
א לייכטע רעגן איז געפאלן, נאס מאכנדיג אלעס מיט וואס ער איז געקומען אין בארירונג.

שלומי האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אינם רעגן, הנאה האבנדיג ווי די קליינע טראפעלעך פאלן אויף איהר.

פיס טריט האבן זיך דערטראגן צו זיינע אויערן. ווערנדיג נענטער האט שלומי דערקענט דעם משגיח'ס אופן פון גיין.
פאר וואס ווען איז דער משגיח געשטאנען אין פארנט פון שלומי מיט א שטרענגע פנים.

''געדענקסט וואס איך האב דיך נעכטן געזאגט''? האט ער שארפערהייט געפרעגט?
''נעכטן געווינט ער געימס און היינט גייט מען ליידיג אינדרויסן! נישט אזוי וואקסט מען א תלמיד חכם!''

''לאז מיך אפ!'' האט שלומי געטראכט, נישט כאפנדיג ווי זיין מויל טיילט מיט דער מחשבה.

דער משגיח'ס פנים האט קלאר געמאכט פאר שלומי אז ער איז געגאנגען צו ווייט.
''אלעס ביז חוצפה.'' האט דער משגיח שטרענג געגלעט זיין בארד. ''יעצט פאק פעק און גיי אהיים פאר א וואך.''

''איך האב עס נישט געמיינט צו זאגן'' האט ער זיך פרובירט צו פארענטפערן. דער משגיח איז שוין אבער נישט דארט געווען צו הערן.
'וואס האסטו געטראכט די קלאץ?!' האט שלומי זיך זעלבסט אנגעשריגן!

די לייכטע רעגן האט זיך פארשטארקערט צו א שטורעם מיט דינערן אין בליצן.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך וויל אנרייסן דעם משגיח די ביינער, ליידיגע פלוידערזאק, קיין ענגליש קען ער נישט, זיין ווייב לאזט איהם נעבעך נישט מאכן קיין לייסענס ווייל ספארשעמט די משפחה, לערנען האלט ער נישט דערביי, קומט ער דא מיט חכמה, מיט די גאנצע הארץ און געפיל, אויסלערנען בחורים וויאזוי צו ווערן א תלמיד חכם… פארן אויבערשטנס כבוד וועגן בלויז… מדארף איהם שיקן א שכח אום ג-טס נאמען, אפשר מיטלייגן א טשאקלעד פלעטער.

דרייעט ער זיך ארום, זיין שוואגער איז א דיין, זיין ברודער א מגיד שיעור, זיין אינגערע ברודער הארעוועט אין כולל, ער פילט זיך צוויי צענט, אן אנידערגעשלוגענע דורכפאל, טוט גארנישט מיטן טאג, זיין דזשאב איז צו רודפן די מענטשהייט, און טאמער א אינג קינד דערמאנט בטעות ברמיזה זיין שטאנד מוז ער פליען פאר א וואך, ווייל דער משגיח איז אין פעין.

@צד האסט אפשר דעם משגיח׳ס נאמבער? כ׳דארף מיט איהם וויכטיג רעדן…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:56 am
איך וויל אנרייסן דעם משגיח די ביינער, ליידיגע פלוידערזאק, קיין ענגליש קען ער נישט, זיין ווייב לאזט איהם נעבעך נישט מאכן קיין לייסענס ווייל ספארשעמט די משפחה, לערנען האלט ער נישט דערביי, קומט ער דא מיט חכמה, מיט די גאנצע הארץ און געפיל, אויסלערנען בחורים וויאזוי צו ווערן א תלמיד חכם… פארן אויבערשטנס כבוד וועגן בלויז… מדארף איהם שיקן א שכח אום ג-טס נאמען, אפשר מיטלייגן א טשאקלעד פלעטער.

דרייעט ער זיך ארום, זיין שוואגער איז א דיין, זיין ברודער א מגיד שיעור, זיין אינגערע ברודער הארעוועט אין כולל, ער פילט זיך צוויי צענט, אן אנידערגעשלוגענע דורכפאל, טוט גארנישט מיטן טאג, זיין דזשאב איז צו רודפן די מענטשהייט, און טאמער א אינג קינד דערמאנט בטעות ברמיזה זיין שטאנד מוז ער פליען פאר א וואך, ווייל דער משגיח איז אין פעין.

@צד האסט אפשר דעם משגיח׳ס נאמבער? כ׳דארף מיט איהם וויכטיג רעדן…
איך פיל זייער מיט מיטן בחור'ל, און איך מוז זאגן אז איך בין אויך געווען אין אזעלכע ענדליכע מצבים, איך האב מיך אסאך געטראפן אין אזעלכע סארט מחשבות ווי שלומי...
אבער. די אבער איז, אז ווען מ'לייגט זיך אריין אינעם משגיח'ס זייט, קען מען עס זייער קלאר פארשטיין, אויב דער בחור וואלט טאקע נישט געהאלטן ביים לערנען באמת, און ער האט טאקע יא באמת געמיינט צו זאגן פארן משגיח 'לאז מיך אפ', האט עס די משגיח געמעגט טוהן מיט אלע רעכטן.
ווען די משגיח וואלט זיך אבער אביסל מער פרובירט אריינצולייגן אין שלומי'ס מצב, וואלט ער געקענט פארשטיין ווי ס'שרייט זיך ארויס פון זיין הארץ, איך וויל לערנען, רבוש"ע איך וויל זיין וואויל, ס'גייט אבער נישט, טאטע העלף מיר..
און באמת אפי' אן אמת'ע מחוצף, אויב איז דער משגיח מער קלוג ווי גערעכט, וואלט ער אים אויך געקענט כאפן זיין הארץ, און אים אריינלייגן אהבת השי"ת וכו',
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:49 am
שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:56 am
איך וויל אנרייסן דעם משגיח די ביינער, ליידיגע פלוידערזאק, קיין ענגליש קען ער נישט, זיין ווייב לאזט איהם נעבעך נישט מאכן קיין לייסענס ווייל ספארשעמט די משפחה, לערנען האלט ער נישט דערביי, קומט ער דא מיט חכמה, מיט די גאנצע הארץ און געפיל, אויסלערנען בחורים וויאזוי צו ווערן א תלמיד חכם… פארן אויבערשטנס כבוד וועגן בלויז… מדארף איהם שיקן א שכח אום ג-טס נאמען, אפשר מיטלייגן א טשאקלעד פלעטער.

דרייעט ער זיך ארום, זיין שוואגער איז א דיין, זיין ברודער א מגיד שיעור, זיין אינגערע ברודער הארעוועט אין כולל, ער פילט זיך צוויי צענט, אן אנידערגעשלוגענע דורכפאל, טוט גארנישט מיטן טאג, זיין דזשאב איז צו רודפן די מענטשהייט, און טאמער א אינג קינד דערמאנט בטעות ברמיזה זיין שטאנד מוז ער פליען פאר א וואך, ווייל דער משגיח איז אין פעין.

@צד האסט אפשר דעם משגיח׳ס נאמבער? כ׳דארף מיט איהם וויכטיג רעדן…
איך פיל זייער מיט מיטן בחור'ל, און איך מוז זאגן אז איך בין אויך געווען אין אזעלכע ענדליכע מצבים, איך האב מיך אסאך געטראפן אין אזעלכע סארט מחשבות ווי שלומי...
אבער. די אבער איז, אז ווען מ'לייגט זיך אריין אינעם משגיח'ס זייט, קען מען עס זייער קלאר פארשטיין, אויב דער בחור וואלט טאקע נישט געהאלטן ביים לערנען באמת, און ער האט טאקע יא באמת געמיינט צו זאגן פארן משגיח 'לאז מיך אפ', האט עס די משגיח געמעגט טוהן מיט אלע רעכטן.
ווען די משגיח וואלט זיך אבער אביסל מער פרובירט אריינצולייגן אין שלומי'ס מצב, וואלט ער געקענט פארשטיין ווי ס'שרייט זיך ארויס פון זיין הארץ, איך וויל לערנען, רבוש"ע איך וויל זיין וואויל, ס'גייט אבער נישט, טאטע העלף מיר..
און באמת אפי' אן אמת'ע מחוצף, אויב איז דער משגיח מער קלוג ווי גערעכט, וואלט ער אים אויך געקענט כאפן זיין הארץ, און אים אריינלייגן אהבת השי"ת וכו',
גערעכט, מרעדט דאך פון א פיקטיווע געשיכטע.

איך וואלט ח״ו קיינמאל אזוי געשריבן אויף א איד אין ריעל לייף.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פאר די וואס פרעגן אין אישי וואס איז געשעהן.

איך האף ווייטער צו גיין נעקסטע וואך בעזר הבורא.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

צד השוה האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:59 pm
חיים שטיין האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:30 am
Haklal האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:22 pm
יישר כח צד ביסט א מייסטער שרייבער
זייער לעבעדיג און ציענד, איך האב זייער הנאה..
איך קען רילעטן צו זייער אסאך וואס דו שרייבסט איך זעה שטארקע פערפעקשעניזם, אויך מוז ער זיין זייער זיכער וואס ער איז (איך בין יא א גיטע בחור? נישט א גיטע בחור) דעס אלעס
מאכט ענקזייעטי און או. סי. די
וואס נאך?
געהערט אמאל פון א מחנך אז ער האלט עס איז אן עוולה צו ניצען די ווערטער ''דו ביסט זייער א חשוב'ער יונגל/בחור'', מ'זאל ענדערש זאגן אויף די מעשים וואס דער קינד/בחור טוט אז זיי זענען חשוב'ע/גוטע מעשים, וויבאלד ווען מ'זאגט פארן קינד/בחור ''שמעון דו ביסט זייער א חשוב'ער יונגל'' ווייסט דער קינד/בחור אז ווען ער טוט גוט איז ער חשוב, אויב האט זיך געמאכט ער האט געטון אן עוולה, ביי אים אין קאפ איז ער יעצט געווארן אינגאנצן אויס חשוב, משא''כ ווען מ'זאגט עס אויף די מעשים וואס ער האט געטון. ודו''ק כי קצרתי.
אייזן שטארק. איך מייין איך האב געהערט אן ענליכע מעשה מיטן סטייפלער זצ''ל
יעצט געזעהן, בד"ו היינט די יארצייט זיעועכי"א

צד השוה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:32 pm

קען מיר קוים ווארטן
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

Haklal האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:16 pm
צד השוה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:32 pm
פאר די וואס פרעגן אין אישי וואס איז געשעהן.

איך האף ווייטער צו גיין נעקסטע וואך בעזר הבורא.
קען מיר קוים ווארטן
זעהט אויס אז ער וויל נישט אדער ער קען נישט יעצט שרייבן.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

Haklal האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:03 pm
צד השוה האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:59 pm
חיים שטיין האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:30 am
Haklal האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:22 pm
יישר כח צד ביסט א מייסטער שרייבער
זייער לעבעדיג און ציענד, איך האב זייער הנאה..
איך קען רילעטן צו זייער אסאך וואס דו שרייבסט איך זעה שטארקע פערפעקשעניזם, אויך מוז ער זיין זייער זיכער וואס ער איז (איך בין יא א גיטע בחור? נישט א גיטע בחור) דעס אלעס
מאכט ענקזייעטי און או. סי. די
וואס נאך?
געהערט אמאל פון א מחנך אז ער האלט עס איז אן עוולה צו ניצען די ווערטער ''דו ביסט זייער א חשוב'ער יונגל/בחור'', מ'זאל ענדערש זאגן אויף די מעשים וואס דער קינד/בחור טוט אז זיי זענען חשוב'ע/גוטע מעשים, וויבאלד ווען מ'זאגט פארן קינד/בחור ''שמעון דו ביסט זייער א חשוב'ער יונגל'' ווייסט דער קינד/בחור אז ווען ער טוט גוט איז ער חשוב, אויב האט זיך געמאכט ער האט געטון אן עוולה, ביי אים אין קאפ איז ער יעצט געווארן אינגאנצן אויס חשוב, משא''כ ווען מ'זאגט עס אויף די מעשים וואס ער האט געטון. ודו''ק כי קצרתי.
אייזן שטארק. איך מייין איך האב געהערט אן ענליכע מעשה מיטן סטייפלער זצ''ל
יעצט געזעהן, בד"ו היינט די יארצייט זיעועכי"א
זי''ע ועל כל ישראל.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

די שלאקס רעגן פאלט מיט אן אימפעט זיכער מאכנדיג אז קיינער וואס דארף נישט, גייט נישט ארויס אויפן גאס.

שלומי שטייט צושאקלטערהייט מיט זיין רענצל ביים ישיבה אריינגאנג, ווארטנדיג אויף די שאטל וואס דארף אנקומען איהם אהיימצונעמען און בערך 5 מינוט.

''עס רעגנט נאך?'' איז חיים ארויסגעקומען זעהן.
זיין בליק איז געפאלן אויף שלומי'ס רענצל. ''וואס איז היינט?''

''אה אהם איך האב א שמחה היינט.''
'זאל ער נאר נישט טראכטן אז איך בין געווארפן' האט שלומי געהאפט.

שלומי'ס מח ארבעט פיבערהאפטיג זוכנדיג א וועג וויאזוי אהיימצוקומען צו זיינע עלטערן. ער קען זיך בשום אופן נישט זעהן זאגן פאר זיינע עלטערן אז מען האט איהם געווארפן פון ישיבה.

'איך וועל זיי זאגן איך פיל נישט גוט אין פארטיג' האט ער דעם סעלושען פאר איין מינוט.
'וואס טוסטו אבער אויב דער מנהל וועט קאלן דיין טאטע?' טענה'ט א לאגישער קול אין איהם.

א טרערעלע האט זיך באוויזן אין זיינע אויגן, זיך פארשטעלענדיג די אנטוישנדע בליק מיט וואס זיין געטרייע מאמע וועט אויפנעמען די נייעס.

'לאז מיך אפ' 'איך בין נישט קיין בעבי' האט שלומי אוועקגעשטיפט דעם געפיל פון זיך. 'עס גייט מיר נישט גארנישט אן!'
'ווער דארף א ישיבה!?'

מיט א גוטע זעץ האט ער א שטויס געטוהן דער נענסטער שטיינדל. די שטיינדל איז געפלויגן מיט אן אימפעט אריינגעפאלנדיג אין א וואסער פאדל מיט א ספלעש.

לוי האט זיך באוויזן ביים טיהר מיט זיין רעגן מאנטל. ''ענדליך האב איך א חתונה צו וואס איך קען גיין'' האט ער גוטמיטיג מיטגעטיילט מיט שלומי. די האסט אויך א שמחה?''
''מיין שמחה איז, אז איך בין געווארפן פאר א וואך פון דעם נארישע ישיבה!'' האט ער גענפערט מיט א געמאכטע שטאלץ.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

קודם שרייבט ער שוין קומט איהם זיך שוין

באלד נאכן ליינען גייט קומען קאמפלימענטס
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

זייער שיין געשריבן זייער גוט אראפ געלייגט א טיפיקעל סצענע אין ישיבה אבער פון די שטיקל פון די מעשה זעה איך נישט עפעס מורא'דיגע שטארקע שטורעמישע געפילן וכו'
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

די צד השוה פין דעם אלעם איז אז דער צד השוה איז גאר גיט
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

א פארנדיגע אויטא האט זיך דערזעהן פון דערווייטנס.

''אט קומט דער שאטל און מען פארט אהיים'' האט זיך לוי געפרייט הויעך אויפן קויל.

דערנענטערנדיג זיך האט זיך דערקענט דער נאכט מגיד שיעור ר' ישראל'ס קאר.

''שיק א מזל טוב פאר דיין טאטע'' האט דער מגיד שיעור פריינטליך באגריסט לוי.

''די האסט אויך א שמחה שלומי?''

די טיפע קליגע אויגן האבן דורכגעשניטן שלומי'ס שטאלצע מויער. ''מען האט מיך אהייםגעשיקט פאר א וואך'' האבן זיינע ליפן געמורמלט מיט א קוים הערבארע שטימע.
דער מגיד שיעור ר' ישראל'ס ווארימע אויגן האבן זיך ברייט צועפנט. ''אהיימגעשיקט שלומי קליין? אפילו אויב די זאלסט ווען מאכן א טעות, זאל מען אהיימשיקן אזא טייערע בחור!?''

שלומי'ס הערצעלע האט זיך פארברייטערט מיט די ווערטער.
''איך האב נישט געקענט לערנען און ארויס אביסל אויף די פרישע ליפט'' האט זיך שלומי גענומען דערציילן ווען די מגיד שיעור'ס ווארימע האנט ליגט אויף זיין פלייצע.

שלומי האט זיך געשפירט אביסל אומבאקוועם ווען זיין קול האט זיך געשטיקט בשעת'ן רעדן. די פארשטענדליכע בליק און זיין ריכטונג האבן איהם אבער געגעבן צו פילן אז עס איז נארמאל.

''חז''ל זאגן אונז אין אבות ווערטער וואס זענען א יסוד אין יהדות. לא עליך המלאכה לגמור! די הערסט שלומי?! איך האב געזעהן ווי די לייגסט אריין שווערע כוחות צו לערנען טראץ דיינע שוועריקייטן.

איז ווען די גייסט אהיים יעצט זאלסטו וויסן אז די גייסט נישט אהיים ווי א שוואכע בחור, די גייסט אהיים ווי א העלדישע בחור וועם דער באשעפער האט געטרויעט מיטן נסיון צו ווערן געווארפן נאכן אריינלייגן שווערע כוחות צו לערנען!

''איך וועל קאלן דיין טאטע מסביר זיין וואס גייט פאר,'' האט דער מגיד שיעור צוגענדיגט זעהנדיג ווי די שאטל קומט צופארן.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

סאו אימאושענעל.....
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

דעיס איז די משגיח וואס מען האט אייביג געטראכט אז בעצם האט ער פיינט וואס די מנהל טוט און ער פלעגט באהאלטענערהייט געבן חיזוק פאר די צובראכענע בחורים נאך א שווערע פסק פון די מנהל....
יאפ איך געדענק עס אסאך מאל האט עס ממש אויפגעלאכטן און געמאכט איך זאל וועלן בלייבן אין ישיבה נאך א חודש
אפס סארי די אשכול איז פאר שלומי נישט פאר מיך...
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

אינבי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 9:35 pm
דעיס איז די משגיח וואס מען האט אייביג געטראכט אז בעצם האט ער פיינט וואס די מנהל טוט און ער פלעגט באהאלטענערהייט געבן חיזוק פאר די צובראכענע בחורים נאך א שווערע פסק פון די מנהל....
יאפ איך געדענק עס אסאך מאל האט עס ממש אויפגעלאכטן און געמאכט איך זאל וועלן בלייבן אין ישיבה נאך א חודש
אפס סארי די אשכול איז פאר שלומי נישט פאר מיך...
דיין שפראך איך זאג דיך...
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

די באקאנטע האלצענעם 'משפחת קליין טאוול' האט זיך באוויזן פאר זיינע אויגן. שלומי איז אט אט אינדערהיים.

די שירעם האלטער איז געווען ליידיג, 'אפשר איז מאמי נישט אינדערהיים יעצט?' האט ער געהאפט, ווילנדיג אפשטיפען דעם אומאנגענעמע באגעגעניש.

שלומי איז געשטאנען א וויילע אינדרויסן נישט קענענדיג זיך ברענגן צו עפענען דעם טיהר.

''איז ווען גייט שלומי זיין אינדערהיים'' האט ער געהערט זיין מאמע רעדן אויפן טעלעפאון.
''אזוי האט ער געזאגט!?'' איז זיין מאמע'ס קול ארויף א טאון.

שלומי איז געשטאנען מיט זיין אויער צוגעשמידט צום טיהר איינהאלטנדיג זיין אטעם.

''און ווער איז געווען דער צווייטער פאון קאל? אה זיין מגיד שיעור, אהא.''
''די מגיד שיעור האלט אז עס מען דארף עס טוהן מער פארזיכטיג איהם נישט צו צוברעכן, אבער דער מנהל וויל נישט ווארטן. איך פארשטיי.''
''אקעי איך בין דא ביזי מיט די קינדער, גיי מיר רעדן, הצלחה.'' און זיין מאמע האט אויפגעהאנגן דעם קאל.

שלומי איז געשטאנען דארטן מיט געמישטע געפילן. פון איין זייט האט ער הנאה געהאט אז ער דארף נישט ברעכן די נייעס פאר זיינע עלטערן. פון די אנדערע זייט איז ער עפעס געווען זייער אומבאקוועם.

''מען דארף זיין פארזיכטיג איהם נישט צו צוברעכן'' האבן איהם די ווערטער נישט געוואלט אפלאזן.
שלומי האט געפילט ווי דער שטאט רחמנות געפיל וואס די ווערטער האבן איהם געגעבן צו שפירן, איז דיינאמייט וואס פרובירט איהם אויפצורייסן מיט אן אויפרייס.

'איך פארשטיי אז עס טוט וויי, אבער וואס איז די נערוועזקייט וואס איך פיל וועגן דעם?' האט שלומי נישט פארשטאנען

א גוטן טאג, האט ער געפנט דעם טיהר און אריין.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

''ווילסט עסן נאכטמאל?'' האט זיין מאמע זיך באוויזן אין שפיל צימער.

שלומי האט געהאלטן אינמוטן ליינען זיין באליבטע בוך 'אתהלך' פון ר' אהרן מרגליות שעפנדיג חיזוק.
זייענדיג פארטיפט אינם ליינען האט שלומי נישט אויפגעכאפט אז זיין מאגן בעהט זיך פאר אביסל שפייז. ''יא מאמי, שכח, איך קום שוין.''

די קאך טיש איז געווען שיין צוגעגרייט מיט זיין מאמע'ס געקעכצן. זיין טאטע איז געזיצן ביים טיש אין געשמייכלט אין זיין ריכטונג.
''וואס מאכסטו שלומי?''

''ב''ה''

''וואס ברענגט דיך אהיים?'' איז זיין טאטע גלייך צוגעגאנגען צו פוינט.

די וואלנערבל מצב האט אריינגעברענגט אין שלומי א שטארקע נערוועזקייט אין ווידערגעפיל.

''מיין מנהל האט נישט גערעדט מיט דיר?'' האט ער אפגעשטיפט דעם זיך דארפן מסביר זיין.
א דינע שמייכל האט זיך באוויזן אויף זיין טאטע'ס פנים.
''דיין מנהל האט יא גערעדט צו מיר, איך וויל אבער הערן פון דיר.''

''איך בין א פיינע בחור טאטי!'' האט שלומי געפילט וויכטיג מסביר צו זיין.

''א פיינע בחור וואס ווערט געווארפן פון ישיבה?'' האט זיין טאטע סערקאסטיש געפרעגט?

שלומי האט אוועקגעקוקט אין אויפברויז, זיך באגעגנדיג מיט זיין מאמע'ס ווארימע בליק. 'די ביזט א פיינע בחור' האבן אירע אויגן איהם שווייגנדיג מחזק געווען.

''נעקסטע וואך האסטו אן אפוינטמענט ביי א טערעפיסט'' האט איהם זיין טאטע געמאלדן.
''עס איז באמת א שאד מיין צדיק'ל, קיינער קען דיר נישט טוישן נאר די אליינס. די טערעפיסט איז אבער עפעס וואס די ישיבה פארלאנגט.''

שלומי האט אויפגענימען די נייעס מיט א שטארקע האפענונג. 'אפשר וועט א טערעפיסט מיך קענען אויסקלארן וואס גייט פאר מיט מיך?' האט ער געוואלט גלייבן.

ער האט אבער נישט ארויסגעוויזן זיינע געפילן.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

צד השוה איז איינס אין דער וועלט
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

די צד השוה איז אז די ביסט פיינע נייעס!!!
די שאלה איז נאר צו די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער צו נישט
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

האסטו וועסטו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:49 am
צד השוה איז איינס אין דער וועלט
באמת א דאנק!

די גוטע ווערטער גיבן די שטופ ווייטער צו גיין.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פארצייטישער חכם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:32 am
די צד השוה איז אז די ביסט פיינע נייעס!!!
די שאלה איז נאר צו די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער צו נישט
שכח!

צו די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער? יא און ניין.

עס איז אפשר אויסגעזויגן פון פינגער, דער פינגער האט שוין אבער געזעהן א שיינע פאר אזאנע מעשיות. פארשטייסט?

אזעלכע מעשיות פאסירן יעדן טאג א שיינע פאר מאל און א צווייטע ישיבה - היים.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”