''איינע פון די ספיקות וואס מאכן מיך דאס מערסטע נערוועז, איז וויאזוי ווייס איך אז איך דארף עכט הילף? אפשר דארף איך מיך פלעין אנשטרענגן און ארבעטן שווערער?'' האט שלומי געוואלט פארשטיין.
''עס איז א ברייטע נושא אין וואס איך פלאן נישט אריינצוגיין אינגאנצן יעצט, אבער לאמיר דיר פרעגן, קענסט טראכטן פון א שווערע נסיון וואס די ביזט דורך לעצטנס און די האסט זיך געשטארקט?
שלומי האט נישט געדארפט ארבעטן צו שווער זיך צו דערמאנען. ''איך האב ממש פריער געהאט אזאנס.''
''געוואלדיג! די קענסט עס מיטטיילן מיט מיר?''
שלומי האט פארציילט וועגן די שפאציר צום רעסטעראנט, די נסיון וואס ער האט געהאט יא צו קויפן מיטן תירוץ אז עס איז זיין טאטע'ס געלט, און ווי ער האט זיך איינגעהאלטן אפילו עס האט געברענט אין איהם.
''לאמיר דיר ענטפערן זייער בקיצור'' האט איהם דער מגיד שיעור נישט געוואלט לאזן אינגאנצן אן א תירוץ. ''אויב די וועסט נישט פארשטיין וואס איך ענטפער דיר, וועט מען עס ענדיגן אויסשמועסן א צווייטע מאל.''
''נישט צו לאנג צוריק ווען די אייזענעם פורהאנג האט באדעקט דעם ראטן פארבאנד, זענען געווען מסירות נפש אידן אין רוסלאנד וואס האבן געהאלטן אידישקייט מיט ציין און נעגל. זיי האבן אבער אויך געזוכט א וועג ארויס פון דארט!'' האט דער מגיד שיעור צוגענדיגט זיינע ווערטער באטראכנדיג שלומי ווילנדיג זעהן אויב ער האט געכאפט צו ווי ער צילט.
שלומי'ס פאלגענדע שאלה האט געוויזן אז פיין האט ער געכאפט.
''אבער וויאזוי ווייס איך ווען איך שטרענג מיך אן ריכטיג? און ווען איך לאז מיך פון מיין פערפעקשעניזם?''
די קול תורה איז געווארן שטילער און שטילער, די בית המדרש ליידיגער און ליידיגער, לאזנדיג וויסן פאר דעם רבי און תלמיד אז דער זייגער איז בכלל נישט אויף וואקאציע.
''איך מיז שוין לויפן שלומי טייערע. לאמיר דיר אבער אויך אריינווארפן דאס וואס איך האב בעצם געוואלט אויסשמועסן.'' ''די וועלט פון טערעפי איז א פארצווייגטע. אונז האף מיר טאקע אז דער טערעפיסט צו וועם די גייסט אי''ה מארגן וועט זיין דער גוטער שליח. עס איז אבער גוט זאלסט וויסן אז עס מאכט זיך כסדר וואס מענטשן פרובירן מער ווי איינעם ביז מען טרעפט דער ריכטיגער.''
און דער מגיד שיעור האט זיך ארויסגעיאגט פון בית המדרש.
שלומי איז געבליבן זיצן אינם ליידיגן טינקעלער בית המדרש זייער אומצופרידן מיט וואס ער האט יעצט געהערט.
זיין סעקיורעטי די לעצטע פאר טעג איז געווען אז דער טערעפיסט וועט איהם קענען העלפן. און דא הערט ער אז עס קען אפשר זיין ער וועט דארפן א צווייטען!