לב לילד - אן ארגענעזאציע פאר קינדער פון צוטיילטע שטובער, ממש ווי די נאמען זאגט - א הארץ פארן קינד. יעצט לויפט א קאמפעין צו שאפן געלט צו ווייטער קענען אויפטון פאר די לעכטיגע קינדער. דא איז די לינקצו דאנעיטן און ארויסהעלפן די הייליגע ארגענעזאציע.
צ/ק אלץ איינער וואס האט געדילט א שטיק צייט צריק מיט קינדער וואס האבן פראבלעמען איז אייך געווען צווישן די קינדער וואס קימען פין געטלעך שטיבער. האב איך געדילט אסאך מיט לב לילד. איך קען ענק נישט זאגן וואס אלץ זיי טיען אויף פאר די קינדער. א געוואלד! זיי מאכן פראגראמען אז די קינדער זאלן קענען זיך enjoy׳ען אין אויך אביסעל ארויס גיין פין שטיב ווען די מצב פארלאנגט. זיי האבן פראפעשענעל אינגלייט (מענטשן אין חינוך ווי מנהלים) וואס לערנען מיט די קינדער אין הערן אויס די קינדער אין העלפן זיי. איך ווייס דעס ממש פאר א פאקט. אויף יעדע קינד ווייסן זיי פינקטליך וואס ער גייט אריבער אין ווי אזוי מען זאל עם העלפן. זיי זענען קאנעטטעט אין די רבי׳ס אין מנהלים אין חדר צי מאכן זיכער אז די קינדער באקימען די ריכטיגע חינוך / העלפ. זיי האבן מענטשן וואס נעמען די קינדער שבת ויום טוב אין שול אז די קינדער זאלן פילן ווי א נארמאלע קינד ווען אויך זיי האבן א ״טאטע״ מיט וועם צי גיין אין שול אין צי צו דעקן מיט די טלית ביים דוכנים. זיי וועלן פייטען פאר די רעכטען פין די קינדער ווען מענטשן מיינען אז מען קען זיי ח״ו אויס ניצן אדער נישט ריכטיג דילען מיט זיי. זיי וועלן שיקן א ים מיט העלפ פאר די שטוב במקום הצורך. דעס איז אלעס וואס איך אליינץ האב געזען אין מיט געהאלטן! נישט עפעס וואס איך האב געהערט פין א שכן! *עס איז איינץ פין די וויכטיגע ארגענעזעשאנס וואס עס איז נאר דא!!* אסאך קינדער וואלטן אנדערש אויס געזען ווען נישט די ארג. !! אסאך קינדער וואלטן געווען טאטעלי נפש דעמיטש ווען נישט די ארג.! איז טייערע עולם דא. זיי מאכן א קאמפיין. ניין איך האב נישט קיין פעדש אבער די ארג. מיז מאכן די געלד! יעדע דאלער גייט צי ראטעווען דורות! דעס איז ליידער גארנישט קיין וויץ. זייטץ געזינט הק׳ אזוי.
אזוי זאג איךמיינט אזThat's just my opinion
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.