גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חזקה אויף געוואלד אז ער ווייסט דאס אויך, מסתמא האט ער אבער געהאט עפעס א טיפערע כוונה כאטש לא זכיתי להבין
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
איך מיין איך האב עס געזען ביי אידישלעך, און ער האט עס עקטשועלי יא ריכטיג געשריבןווישוואש האט געשריבן:מ'האט שוין געענטפערט, דער וואס האט ארויסגעלייגט די נייעס'ל האט פשוט נישט גוט אפגעליינט דאס צעטל.אונגארישער האט געשריבן:ניין הונדערט אדער ניינציג? לויט די פאבליק רעקארדס. די גרעסטע פארליסט און FTX איז נישט מער ווי א נישטיגע 350 מיליאן טאלערThank you האט געשריבן:איינער פון די גרויסע היימישע אידישע ביליאנערן האט דערלייגט דארט 900 מיליאן דאלער!
איך ווייס נישט צו מ'מעג שרייבן א נאמען דא...
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- צולייגער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4128
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע:ערגעצוואו
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
תיקון טעות: עס איז געווען א ריזיגע שווינדל ממסד ועד הטפחות. סב"פ מיט זיינע פריינט האבן קלאר בזדון ארויסגעשלעפט ריזיגע סכומים צו זייער אייגענע קאנטעס, נישט נאר צו אלאמעדא. דער נייער סי אי או האט דאס היינט קלארגעשטעלט.Gevald Geshrigen האט געשריבן:בעצם לכתחילה איז עס נישט געווען אזוי ווייט א שווינדל ווי שלימזלותצעטל קלעבער האט געשריבן:איינער קען מסביר'ן דעם שווינדל?
ש'כויח
יעצט איז די שאלה ווער עאט עם געגעבן רשות צ אינוועסטן דאס געלט אין די צווייפלאפטיגע אינעוועסטמענטטס
דאס איז יעצט א חלק פונעם אינוועסטיגעשנס ערשטנס וואס איז פארגעגאנגען
צווייטנס צו איז געבראכן געווארן דער געזעץ
דריטנס ווי איז יעצט דאס געלט אויב מען קען נאך עפעס ראטעווען
קענסט נאר זאגן אז ווען נישט די מארקעט גייט פרקדן וואלט ער עס געקענט צוריקלייגן, הגם ער וואלט מסתמא גאר ארויסגענומען נאך מער געלט... אבער א שווינדל בלייבט עס.
א געשפעט האב איך
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
סעם בענקמען פריעד (סבפ פון דא און ווייטער) האט געהאט א העדזש פאנד, מיטן נאמען אלעמידיע ריסערשט גרופ. די העדזש פאנד האט געהאנדלט מיט קריפטאו, און געמאכט פארשידענע ריזיקאלישע אינוועסמענטס כדרך כל העדזש פאנדס.צעטל קלעבער האט געשריבן:איינער קען מסביר'ן דעם שווינדל?
ש'כויח
שפעטער האט סבפ געעפנט FTX. FTX איז אן עקסטשעינדזש, ענדליך למשל צו ראבין הוד, נאר ספעציעל פאר קריפטאו, נישט פאר סטאקס. מענטשן האבן געהאלטן דארט סיי דאלער גרייט צו אינוועסטירן, און סיי פארשידענע קריפטאו קארענסיס און אלעס איז געלעגן דארט ביי FTX.
דערווייל האלט מען נאך גארנישט אינטרעסאנט, פיל בענק האבן זיי העדזש פאנדס, סיי עקסטשעינדזשעס, און סיי פשוט'ע בענק אקאונטס. און דאס איז דערווייל גארנישט אנדערש.
למעשה וואס איז געשען איז אז אלעמידיע האט פיין אנגעזעצט, און כדי צו קענען ווייטער אנגיין האבן זיי "געבארגט" געלט פון FTX. און פון ווי האט FTX געהאט די געלט? פון זייערע קאסטומערס...
משל למה הדבר דומה, א באנק וואס האט א העדזש פאנד, און די העדזש פאנד זעצט אן, גייט די באנק און זיי נעמען געלט פון א פשוטער באנק אקאונט, און זיי לייגן עס אריין אין די העדזש פאנד...
למעשה דאס אליין כאטש ס'איז פראוד האט נישט אונטערגעברענגט FTX. אויב וואלט געלונגען פאר אלעמידיע צו נעמען די געלט און צו מאכן רווחים און צוריק באצאלן, וואלט גארנישט געשען, נאר וואס דען? ס'איז ארויס אין פובליק אז אלעמידיע איז אויף געהאקטע צרות, און מען האט זיל געיאגט ארויסצוציען די געלט פון אלעמידיע, און איינוועגס שוין אויך פון די שוועסטער קאמפאני FTX. און ס'איז געווארן א ראן אן די בענקס. און ס'איז אויסגעלאפן פון געלט.
יעצט אז אלעמידיע איז אויסגעלאפן פון געלט, איז נישט געווען קיין חידוש, וויבאלד כך הוא דרכו של העדזש פאנד, אמאל מאכט מען און אמאל דערלייגט מען, אבער ווען FTX איז אויסגעלאפן פון געלט, איז דאס שוין געווען א חידוש, וויבאלד די געלט אין FTX איז נישט געמאכט געווארן אז FTX זאל דאס נעמען, נישט צו אינוועסטירן, און נישט צו פארבארגן. און ס'האט געדארפט דארט צו בלייבן אומבארירט, און דאן איז ארויסגעקומען אז מען האט געמישט די געלטער צעווישן די 2 קאמפאניס און אויף דער געלט איז מען יעצט דן סבפ פאר פראוד
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
ווי איך האב פארשטאנען האט סבפ גענומען די געלט פון FTX, אריבערגעפירט צו אלעמידיע, און דערנאך פון אלעמידיע אריינגעפאקט אין טאש. נישט דירעקט פון FTX אין זייַן טאש. אבער לא משנה.צולייגער האט געשריבן:תיקון טעות: עס איז געווען א ריזיגע שווינדל ממסד ועד הטפחות. סב"פ מיט זיינע פריינט האבן קלאר בזדון ארויסגעשלעפט ריזיגע סכומים צו זייער אייגענע קאנטעס, נישט נאר צו אלאמעדא. דער נייער סי אי או האט דאס היינט קלארגעשטעלט.
קענסט נאר זאגן אז ווען נישט די מארקעט גייט פרקדן וואלט ער עס געקענט צוריקלייגן, הגם ער וואלט מסתמא גאר ארויסגענומען נאך מער געלט... אבער א שווינדל בלייבט עס.
איך בין מסכים אז ס'איז געווען א שווינדל פון אנפאנג ביזן סוף. און די תירוץ פון סבפ אז ער האט פשוט נישט געוואוסט וואס טוהט זיך, און האט נישט קיין מושג וויאזוי די געלט איז "בטעות" אנגעקומען צו אלעמידיע איז לעכערליך ביז גאר. ביליאנער דאללערן רוקן זיך נישט "בטעות" פון אקאונט צו אקאונט.
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1755
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע:בני ברק
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
ש'כויח @געוואלד און @בבקשה.
זייער קלאר און מסודר.
זאל מען הערן גוטע בשורות
זייער קלאר און מסודר.
זאל מען הערן גוטע בשורות
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן דערויף, יענע גאנצע פאנדינג ראונד איז געווען א טאטאל פון $900 מיליאן צווישן אסאך אינוועסטירער.מי חכם האט געשריבן:איך מיין איך האב עס געזען ביי אידישלעך, און ער האט עס עקטשועלי יא ריכטיג געשריבןווישוואש האט געשריבן:מ'האט שוין געענטפערט, דער וואס האט ארויסגעלייגט די נייעס'ל האט פשוט נישט גוט אפגעליינט דאס צעטל.אונגארישער האט געשריבן:ניין הונדערט אדער ניינציג? לויט די פאבליק רעקארדס. די גרעסטע פארליסט און FTX איז נישט מער ווי א נישטיגע 350 מיליאן טאלערThank you האט געשריבן:איינער פון די גרויסע היימישע אידישע ביליאנערן האט דערלייגט דארט 900 מיליאן דאלער!
איך ווייס נישט צו מ'מעג שרייבן א נאמען דא...
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
- באקסער בוים
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
שכח בבקשה פארן אזוי קלאר מסביר זיין!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
נו ער האט עס אויך אזוי באשריבן, און עמיצער מיט א מאנגל אין זיץ פלייש אפצוליינען א גאנצער זאץ, אדער הבנת הנקרא האט ארויסגענומען פון דעם די טעות'דיגע ווערסיעווישוואש האט געשריבן:ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן דערויף, יענע גאנצע פאנדינג ראונד איז געווען א טאטאל פון $900 מיליאן צווישן אסאך אינוועסטירער.מי חכם האט געשריבן:איך מיין איך האב עס געזען ביי אידישלעך, און ער האט עס עקטשועלי יא ריכטיג געשריבןווישוואש האט געשריבן:מ'האט שוין געענטפערט, דער וואס האט ארויסגעלייגט די נייעס'ל האט פשוט נישט גוט אפגעליינט דאס צעטל.אונגארישער האט געשריבן:ניין הונדערט אדער ניינציג? לויט די פאבליק רעקארדס. די גרעסטע פארליסט און FTX איז נישט מער ווי א נישטיגע 350 מיליאן טאלערThank you האט געשריבן:איינער פון די גרויסע היימישע אידישע ביליאנערן האט דערלייגט דארט 900 מיליאן דאלער!
איך ווייס נישט צו מ'מעג שרייבן א נאמען דא...
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
ביז יעצט האט מען געשריבען ווען א גוי האט געלט...שטומפיג האט געשריבן:גענומען פון די אינטערעסאנטע קליפס אשכול
א הייסע קאווע האט געשריבן:חלק ב"...קראקע שמש האט געשריבן:
NAS DAILY. PART 2
פאר די נטפרי באנוצער!◄ ווייז ספוילערThe Bahamas seizes digital assets from
bankrupt FTX unit for ‘safekeeping’New York (CNN Business) — Authorities in the Bahamas have taken control of cryptocurrency assets held by a unit of
bankrupt exchange FTX.
The Securities Commission of The Bahamas announced Thursday night it has directed the transfer of all digital
assets of FTX Digital Markets, The Bahamas-based FTX unit that filed for Chapter 15 bankruptcy protection on
Tuesday.
The regulator said those assets are being transferred to a digital wallet controlled by the Bahamas regulator for
“safekeeping.”
“Urgent interim regulatory action was necessary to protect the interests of clients and creditors” of FTX Digital
Markets, the agency said.
The move comes hours after the former Enron lawyer overseeing FTX’s bankruptcy made a series of alarming
revelations in a court filing about the chaos at the crypto exchange.
The filing painted the picture of a crypto empire that was massively mismanaged and potentially fraudulent,
including unreliable financial statements, the mishandling of confidential data and the use of corporate funds to
buy homes for employees in the Bahamas.
Last weekend, the Royal Bahamas Police Force announced it is investigating potential criminal misconduct
surrounding the implosion of FTX, which moved its headquarters to The Bahamas last year.
The Securities Commission of the Bahamas said it will consult with other regulators and authorities around theworld to get the “best possibleoutcome” for the creditors, clients and stakeholders of FTX.
אבער יעצט ווען ער האט אנגעזעצט און באגאנבעט די גאנצע וועלט פלוצלינג ווער ער א יוד
היינט אין בחדרי חרדים האבן זיי א גאנצע באשרייבינג ווען דעם פריעד א יוד פאר וואס האט מען נישט געוויסט ווען ער האט די בליאנען נאר ווען ער זעצט אהן ?
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
בנוסף צו די סקעם פון סבפ ארויסצורוקן געלט פון קאסטומערס צו אלימידע (און זיין טאש), איז דא נאך אן אינטרעסאנטע נקודה. וואס כאטש ליגאל איז עס נישט אזוי הארב וואו נעמען די געלט פון זיינע קאסטומערס אין רוקן אין טאש, אדער צו זיין העדזש פאנד, איז דאס אין א וועג ערגער.
FTX האט געהאט געמאכט זייער אייגענע קריפטאו מיט'ן נאמען FTT, נאכאמאל דאס איז נישט אזוי מאדנע, פיל קאמפיניס האבן געמאכט אייגענע קריפטאוס, און אז א קריפטאו קאמפיני מאכט איינס איז נישט מאדנע. אבער דא קומט אריין די סקעם, אלימידע און FTX האבן צוזאמען געהאלטן רוב רובם פון FTT. דאס האט באדייט אז זיי האבן געקענט געהעריג קאנטרילירען די פרייז פון FTT, דאס איז שוין א מאדנע זאך פאר זיך.
וואס למעשה האט סבפ געטוהן מיט דעם? ווען אלימידע האט געהאט פארלוסטען, האט ער אויפגערוקט די פרייז פון FTT, און היות אלימידיע האט געהאט אסאך FTT, איז די "ווערט" פון זייערע אינוועסטמענטס "ארויף", און דאס האט פארדעקט די פארלוסוטען, און זיי האבן געקענט ווייזן "פארדינסטען" אדער "קלענערע" פארלוסטן פאר אלימידע, נאך מער, אויף דעם ארויף אז זייער FTT איז "ווערט מער" זענען זיי געגאנגען צו די בענק, און גענומען הלוואות, און געגעבן אלץ משכון FTT... טאמער האט מען געדארפט נאך אן הלוואה, קיין פראבלעם, העכער די פרייז פון FTT, מער משכון, גרעסערע הלוואה...
באמת איז דאס ווייטער א זאך וואס מען האט דאס געוואוסט, סיי אז ער קען מאנפילערען די פרייז פון FTT, און סיי אז אלימידע האט גרויסע קוואנטומס פון FTT, מען האט אבער נישט געוויסט וואו ווייט דאס גייט. און למעשה, דאס האט זיי צום סוף אונטערגעברענגט, איינער פון די קריפטאו נייעס האט אויפגעדעקט אז גאר א גרויסע פערצענט פון אלימידיע באשטייט פון FTT, פיל מער פון וויפיל די עולם האט געמיינט, און דאס האט אויפגעשאקלט אינוועסטירער.
די סתימת הגולל איז געקומען ווען די פירער פון ביינענס, די גרעסטע קריפטאו עקסטשטענדזש וועלעכע איז געווען א שותף אין FTX, וועלעכע האט געהאט אסאך FTT פון ווען סבפ האט אויסגעקויפט זיין חלק אין FTX, האט מודיע געווען אז ער גייט פארקויפן אלע זיין FTT, און דאס האט גורם געווען א קראך אין FTT, און פארשטייט זיך אז מיט די קראך פון FTT איז געגאנגן קראכן די גאנצע house of cards פון אלימידע, און דאס האט גורם געווען די ענדגליטיע טויט קלעפ פאר אלימידע און FTX.
לכתחילה האבן מענטשען געמיינט אז CZ (וואו די פירער פון ביינענס ווערט גערופן) האט בדווקא געוואלט אונטערברענען FTX (רגלים לדבר, ווייל סבפ האט געאפפערט א סעט פרייז פאר CZ פאר אלע זיינע FTT, וואס איז פיל מער פון וואס CZ האט באקומען אויף די מארקעט, און מיט דעם אלעם האט CZ זיך אנטזאגט פון נעמען די געשעפט.) כדי צו קענען אפקויפן FTX פאר ביליג, און אזוי ארום בויען ביינענס. עס האט טאקע אויסגעקוקט אז דאס גייט פאסירן, ווען הארט נאך די אלימידע-FTX קראך האט סבפ געבעטן פון CZ אז ער זאל אפקויפן FTX, און CZ האט געשלאסן געשעפט, און זיך אונטערגענומען בלי נדר (non binding) צו אפקויפן FTX, אבער וואו נאר CZ האט געזען די פיינענסען פון FTX, האט ער זיך גראד אפגשאקלט, און דאן איז מען געוואר געווארן אז די גאנצע זאך איז בלויז געווען איין שטיק שווינדל.

וואוו!
ש'כויח @בבקשה
ש'כויח @בבקשה
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
גוט מסביר געוועןבבקשה האט געשריבן:בנוסף צו די סקעם פון סבפ ארויסצורוקן געלט פון קאסטומערס צו אלימידע (און זיין טאש), איז דא נאך אן אינטרעסאנטע נקודה. וואס כאטש ליגאל איז עס נישט אזוי הארב וואו נעמען די געלט פון זיינע קאסטומערס אין רוקן אין טאש, אדער צו זיין העדזש פאנד, איז דאס אין א וועג ערגער.
FTX האט געהאט געמאכט זייער אייגענע קריפטאו מיט'ן נאמען FTT, נאכאמאל דאס איז נישט אזוי מאדנע, פיל קאמפיניס האבן געמאכט אייגענע קריפטאוס, און אז א קריפטאו קאמפיני מאכט איינס איז נישט מאדנע. אבער דא קומט אריין די סקעם, אלימידע און FTX האבן צוזאמען געהאלטן רוב רובם פון FTT. דאס האט באדייט אז זיי האבן געקענט געהעריג קאנטרילירען די פרייז פון FTT, דאס איז שוין א מאדנע זאך פאר זיך.
וואס למעשה האט סבפ געטוהן מיט דעם? ווען אלימידע האט געהאט פארלוסטען, האט ער אויפגערוקט די פרייז פון FTT, און היות אלימידיע האט געהאט אסאך FTT, איז די "ווערט" פון זייערע אינוועסטמענטס "ארויף", און דאס האט פארדעקט די פארלוסוטען, און זיי האבן געקענט ווייזן "פארדינסטען" אדער "קלענערע" פארלוסטן פאר אלימידע, נאך מער, אויף דעם ארויף אז זייער FTT איז "ווערט מער" זענען זיי געגאנגען צו די בענק, און גענומען הלוואות, און געגעבן אלץ משכון FTT... טאמער האט מען געדארפט נאך אן הלוואה, קיין פראבלעם, העכער די פרייז פון FTT, מער משכון, גרעסערע הלוואה...
באמת איז דאס ווייטער א זאך וואס מען האט דאס געוואוסט, סיי אז ער קען מאנפילערען די פרייז פון FTT, און סיי אז אלימידע האט גרויסע קוואנטומס פון FTT, מען האט אבער נישט געוויסט וואו ווייט דאס גייט. און למעשה, דאס האט זיי צום סוף אונטערגעברענגט, איינער פון די קריפטאו נייעס האט אויפגעדעקט אז גאר א גרויסע פערצענט פון אלימידיע באשטייט פון FTT, פיל מער פון וויפיל די עולם האט געמיינט, און דאס האט אויפגעשאקלט אינוועסטירער.
די סתימת הגולל איז געקומען ווען די פירער פון ביינענס, די גרעסטע קריפטאו עקסטשטענדזש וועלעכע איז געווען א שותף אין FTX, וועלעכע האט געהאט אסאך FTT פון ווען סבפ האט אויסגעקויפט זיין חלק אין FTX, האט מודיע געווען אז ער גייט פארקויפן אלע זיין FTT, און דאס האט גורם געווען א קראך אין FTT, און פארשטייט זיך אז מיט די קראך פון FTT איז געגאנגן קראכן די גאנצע house of cards פון אלימידע, און דאס האט גורם געווען די ענדגליטיע טויט קלעפ פאר אלימידע און FTX.
לכתחילה האבן מענטשען געמיינט אז CZ (וואו די פירער פון ביינענס ווערט גערופן) האט בדווקא געוואלט אונטערברענען FTX (רגלים לדבר, ווייל סבפ האט געאפפערט א סעט פרייז פאר CZ פאר אלע זיינע FTT, וואס איז פיל מער פון וואס CZ האט באקומען אויף די מארקעט, און מיט דעם אלעם האט CZ זיך אנטזאגט פון נעמען די געשעפט.) כדי צו קענען אפקויפן FTX פאר ביליג, און אזוי ארום בויען ביינענס. עס האט טאקע אויסגעקוקט אז דאס גייט פאסירן, ווען הארט נאך די אלימידע-FTX קראך האט סבפ געבעטן פון CZ אז ער זאל אפקויפן FTX, און CZ האט געשלאסן געשעפט, און זיך אונטערגענומען בלי נדר (non binding) צו אפקויפן FTX, אבער וואו נאר CZ האט געזען די פיינענסען פון FTX, האט ער זיך גראד אפגשאקלט, און דאן איז מען געוואר געווארן אז די גאנצע זאך איז בלויז געווען איין שטיק שווינדל.
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
@ש'כח בבקשה פאר'ן נעמען די מי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
@ש'כח בבקשה
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
גא"מ.גרשון האט געשריבן:@ש'כח בבקשה פאר'ן נעמען די מי.
זייער שיין צולייגט אז אפילו אזא עם הארץ ווי איך קען פארשטיין.
גוט מארגן אמעריקע!
- לקדש שם שמים
- שר האלף
- תגובות: 1516
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
- לאקאציע:גלילות
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
רעגענדיג האט געשריבן:גא"מ.גרשון האט געשריבן:@ש'כח בבקשה פאר'ן נעמען די מי.
זייער שיין צולייגט אז אפילו אזא עם הארץ ווי איך קען פארשטיין.
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
שכח @בבקשה
שיין צולייגט כשולחן הערוך
שיין צולייגט כשולחן הערוך
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4257
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
מי חכם האט געשריבן:חזקה אויף געוואלד אז ער ווייסט דאס אויך, מסתמא האט ער אבער געהאט עפעס א טיפערע כוונה כאטש לא זכיתי להבין
די כוונה איז געהריג על פי נגלה אן סודות.
איך האב פטרשטאנען די שאלה אז ווען עס איז דא אן אינוועסטיגעשן פון די פעדס אויף טראמפ קומט גארלענד אדער זיין ספאוקסמען דירעקט צו שיסן סטעיטמענטס
דא קומט די כבוד פונעם ניו יארקער סאטערן אפיס און נישט דירעקט פון די איבערהארן אין די סי
פארווא ס זאל א סיוויל קאורט דזשאדזש אין ניו יארק סיטי אנפירן א קעיס וואס באלאנגט פאר די סופרים קאורט ? פעס אזא בחינה
ועל זה השבתי אז זיי קומען אריין צוליב וואל סטריט און פארוואס זאל דר אפיס עס איבעגעבן פאר די הויפטקווארטיר ווען ער קען אליינעס האבן די אטענשן
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
קרימינאלע קעיסעס קומען כמעט אלעמאל פון די יו עס אטוירני מיט יוריסדיקציע, אפילו ווען עס האט נאציאנאלע אימפליקאציעס ווי שפיאנען א.ד.ג. דער קעיס קעגן סנאודען איז דוכט זיך אויך געווען אינעם ווירזשיניע / די סי סירקוט
די או זשעי עיזש קיו באפאסט זיך בעיקר מיט לאוסוטס קעגן סטעיטס, סיטיס און גרויסע קאמפאני'ס א.דג. און איז בעיקר געשטעלט צו פאראויסרוקן די פאליסי אגענדע פון די אדמיניסטראציע, אדער פאר פאליטישע היי פראפיל אינוועסטיגעישאן'ס (צב"ש די אויספארשונג אויף די קלינטאן אימעיל, טראמפ קאמפיין, א.א.וו).
די או זשעי עיזש קיו באפאסט זיך בעיקר מיט לאוסוטס קעגן סטעיטס, סיטיס און גרויסע קאמפאני'ס א.דג. און איז בעיקר געשטעלט צו פאראויסרוקן די פאליסי אגענדע פון די אדמיניסטראציע, אדער פאר פאליטישע היי פראפיל אינוועסטיגעישאן'ס (צב"ש די אויספארשונג אויף די קלינטאן אימעיל, טראמפ קאמפיין, א.א.וו).
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5413
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע:אין מיין גוף
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
שכויעך @בבקשה..
זייער שיין אויסגעלייגט כשלחן ערוך המוכן...

אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
דער שיעור שטיבל
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
אידישליך האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:
א רויטערס באריכט געבט אן אז סעם בענקמען-פריעד וועט ערשיינען אין געריכט אין די באהאמעס קומענדיגע מאנטאג וואו ער פלאנט אויפצוגעבן זיין קאמף און איינגיין צו ווערן ארויס געליפערט קיין אמעריקע.
פעדעראלע פראקורארן האבן אין די לעצטערע טעג געשיקט פארלאנגען צו מערערע דעמאקראטישע און רעפובליקאנער פאליטיקאנטן פאר מער אינפארמאציע איבער די קאמפיין געלטער וואס זיי האבן ערהאלטן פון בענקמען-פריעד און זיינע פארבינדעטע פירמעס.
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9977
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
ישר כח בבקשה.
יעצט זיי ביטע מסביר וויאזוי קריפטא ארבעט...

.
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1755
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע:בני ברק
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
פופציגער האט געשריבן:ישר כח בבקשה.
יעצט זיי ביטע מסביר וויאזוי קריפטא ארבעט...
הלואי!
וועסט מהנה זיין פילע אידן!!!
Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט
סבפ גייט ווערן ארויסגעליפטערט קיין אמעריקא.
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)