covfefeהאט געשריבן:↑מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:47 pm
שמעון משההאט געשריבן:↑מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:54 pm
צופיל אישי'ס אריינבאקומען פון פערטיסאפענטס אין די פראגראם ווי שטארק זיי עגריען צו מיינע ווערטער כ'גיי אביסל מאריך זיין.
פאר איך הייב אן גיי איך עס איבערשרייבן דאס איז זיכער אז זי געט איבער די ריכטיגע געזונטע לייפסטייל און ס'איז זיכער אז מיט ענערגיע און קאמאן פראבלעמען וואס קומען פון נישט לעבן געזונט גייט מער נישט קומען די פראבלעמען. צו ס'גייט אוועקגיין געהעריגע פראבלעמען א שטייגער ויי דיקקייט צוקער וכו קען איך נישט זאגן אבער מיין ווייב האט צוויי פרענדס און שכנים וואס זענען געגאנגען צו אירע שיעורים און ביידע האט עס זילטש געהאלפן מיט די פראבלעם וואס מ'קען אנזעהן, און איינע פון דיע האב איך פריער געשריבן האט צום סוף ביים ענדע פון די שיעורים געזאגט פאבליק אז ס'האט איר געהאלפן... און בד''וו די צווייטע פרוי איז דאס יאר געגאנגען צו עלייוו-הומינגבוירד קאמפאטישאן...
איבער די לייף סטייל איז קלאר נישט ווערד 2500 צו צאלן פאר די שיעור איך גיי עס שפעטער איבערשרייבן קלארער אויב וועסטו זאגן אז זי זאגט גניבה קען מען עס רעכענען ווי איך שרייב נאך פון איר קאמפאטישאן. וואס איר קאמפאטישאן זאגט אלעס די זעלבע ווי איר, און בעט א נארמאלע פארשטענדליכע פרייז, און זאגט ביי די שיעורים אז נישט מ'מעג איבערזאגן די שיעורים נאר 'מ'זאל' איבערזאגן קענסט דארט פרעגן אלע שאלות. (כ'וויל קלאר מאכן מיין ווייב האט קיינמאל נישט געהערט אירע שיעורים נאר נאכגעהערט פון געשוויסטער וואס האבן יא געהערט).
נאך א נקודה די שטערקסטע מעלה וואס יעדער רעדט פון עלייוו שיערים איז אז זי צווינגט נישט נאר אלעס איז רואיג. כ'וויל אויסשמועסן די קארופשאן פון דעם. דער פרוי איז געקומען צוליב איר עכטע פראבלעם עס צו העלפן ווי למשל ענקזייעטי, דיקקייט, עקזימע.. וכו און די זאגסט אז כדי צו ווערן געהאלפן דארף מען אויסהערן אלע שיעורים. און בו בזמן זאגסטו 'מ'מוז' נישט אלעס טון נאר אויב... נאר אויב וואס. מ'וויל געהאלפן ווערן...??? נו אוודאי אזוי כ'בין דאך וועגן דעם געקומען??? שטעלט אייך פאר קומסט צום דאקטאר און זאגט אלעס איז רואיג אן קיין פרעשור מוזט נישט נעמען דעם מעדעצין נאר אויב דו ווילסט דיך העלפן...
ס'ליגט צוויי פראבלעמען איינס אז מענטשן כאפן עס נישט און טוען טאקע גרינגשעצען אין די געזונטע לייפסטייל ווייל ס'איז נישט באצווינגען... און נאכדעם העלפט עס נישט.. און מ'בלעימט זיך ווייל כ'בין עס נישט נאך הונדערט פראצענט. איי זי האט געזאגט אלעס איז נישט געצויינגען... און נאך א זאך ס'איז פלעין געדרייט א קאפ מיט די מענטשהייט.
כ'ווייס נישט וואס איז דאס יאר אבער צוויי יאר צוריק האט זיך יעדן טאג געטוישט די ראללס פון שאלות, אלעס זיך גרינגער מאכן, נאך וואס מ'האט געצאלט די 500 דאלער על דעת זי גייט ענטפערן די שאלות. אנטשולדיגט פארן עס זאגן אבער ווען א מענטש געט א קורס דארף עס זיין א האבי יענע זאך, אז א דאקטאר איז נאר דא פאר זיין פעי טשעק קען מען עס שפירן ווען מ'פרעגט א קשיא חוץ פון די דזשאב איז מען נישט דא. אז זי איז נאר דא פאר די דזשאב און קען נישטםגעבן פאר די טייער באצאלטע קליענטן אביסל ענטפערן שאלות אויף ריזיגע טוישונגען אין מיין פרישע לעבנסשטייגער אדאנק דיינע שיעורים איז זי נישט דא צו העלפן. איך גיי עס נאכאמאל קעמפערן צו איר קאמפאטישאן וואס איז דזשאסט די אפאסיט.
אויב איינער גייט יעצט מיינען אז איך האב עפעס מיט די קאמפאטישאן. כ'האב נישט קיין פראבלעם. איך האב גארנישט מיט די גאנצע זאך אחוץ אז מיין ווייב איז געווען א פערטיסעפענט. יכול להיות כ'בארים צופיל די קאמפאטישאן ווען כ'האב איר אפילו נישט אויסגעהערט אבער כ'שרייב לויט וויאזוי מיין ווייב האט געהערט פון אירע געשוויסטער.
איך שרייב עס נאר נאכן צוריק אויפוועקן מיין ענגער פון א יאר צוריק וואס כ'האב געהאט אויף דעם קורס. געספענד די פאר דאלער מיין ווייב האט געספענד שעות פאר די שיעורים געשריבן אויסגעהערט איבערגעהערט, איך האב געספענד טויזענטערס פאר די אלע קרימס אוילס און זאכן ..
איין זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן ס'איז געווען אנפאנג פון די שיעורים האט א פרוי געזאגט אז איר טאכטער האט א גרויסע געשווילעכטס אויפן גוף און וועגן דעם קומט זי צו די שיעורים צו ווערן געהאלפן און זי וויל וויסן צו זי זאל קודם גיין צום דאקטאר אדער ווארטן ביז מ'ענדיגט די שיעורים. און זי האט געענטפערט הונדערט פראצענט אז ס'גייט געהאלפן ווערן. און דער תמימה האט געפאלגט. נאך א חודש זאגט זי מיט א געוויין אז ס'איז געווארן ערגער וואס זאל זי טון. זי זאגט פאלגן אלעס וואס מ'זאגט. און פארשטייט זיך טראכטן פאזעטיוו... לאל. און אלעס וועט זיין גוט.