זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אסאך אידן האבן צו דערציילן זיסע זכרונות פון מלמדים אדער מגי''ש ומנהלים וואס זענען שוין ליידער נישטא מיט אונז.

דיסקלעימער: ביטע זיך האלטן בלויז מיט אן עובדא אדער הנהגה טובה וואס דו וואלסט אויך געקענט באשטיין צו לייענען אמאל וועגן דיין זיידע.. ס'איז זייער נישט געשמאק פאר אן אייניקל צו לייענען ווי געוויסע טרייבן שפאס פון זייער קרוין אין די משפחה.. אמת אסאך פון אונז האב מיר באגאדזשן מיט ווייטאג אויף געוויסע מלמדים, וואס קען זיין זיי האבן געמאכט טעותים ביים מחנך זיין די קינדער, אבער דא איז נישט דאס פלאץ עס אויסצוגיסן, דאס קען מען טוהן ביי א טערעפיסט אין אפיס.. שטייצעך וועסט באצאלן דערפאר קודם מיט מזומן..

איז אריין אין די ארבייט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

כ'וועל אנהויבן מיט ר' יודל ראזענבערג.. פארוואס פונקט פון אים, ווייל ער ליגט מיר גוט אין די ביינער..

כ'האב מיטגעהאלטן עטליכע מאל ווען ער האט אויסגעצאלט פאר קינדער/בחורים צו אהיימפארן מיט די שארמאשער באס ווען ס'האט אויסגעפעלט, ווייל די טאטע האט עס נישט געקענט באצאלן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ר' יודל פלעגט דערציילן מיט אזא פרישקייט סיפורי צדיקים, קיינמאל זיך באנוצט מיט די געדאנק פון באקן מעשיות לשמה שטייצעך, כדי צו האלטן די קינדער אונטער קאנטראל.. די סיפורים זענען דאך געווען מלא טעם.. מיטן אלטן אידיש.. די אמאליגן חן.. א טשוואק ווייסט עטץ וואס עס מיינט?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

זייער א שיינע געדאנק...
אבער פארוואס אין פארברענגען? דאס קען רואיג גיין אין קרעטשמע.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

Masmid האט געשריבן:
זייער א שיינע געדאנק...
אבער פארוואס אין פארברענגען? דאס קען רואיג גיין אין קרעטשמע.
כ'ווייס נישט, כ'האב יעצט א שעה צוויי ליידיג, און כ'האב געקלערט מה נעשה, און באשלאסן אז לערנען גייט סייווי נישט, זאל זיין פארברענגען.. נו וואס זאל מען פארברענגען, איז מיר אריין אזא בליץ טראפ צו עפענען דעם שניר.. אויב די מנהלים האלטן עס באלאנגט ערגעץ אנדערש, זאלן זיי אים פירן אונטער די חופה געזונטערהייט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ר' ישעי יעקב שרייבער, דענק איך אין קעמפ ווי די אידענע פלעגט אים אזוי שיין באדינען, געהאט א ספעציעלע קאווע גלעזל פון גלאז, און מ'איז געקומען דערמיט אין וואלד לערנען מיט די קינדער..

אוי ווען די אינספעקטערס פלעגן קומען, האט מען זיך געברויכט באהאלטן אין א קליינעם קאמער'ל לעבן די לאנדרי, עס האט אריינגעפיעט בלויז איין טיש, און אלע 25 קינדער האט מען אריינגעשיקט דערין.. אזא נס חנוכה בחינה..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ר' יעקב אליעזר בערקאוויטש, א צדיק פון א איד.. מ'פלעגט זיך גיין פארהערן ביי אים די קנין תורה דאכטצעך האט מען עס גערופן.. ער האט פיין פארהערט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
לאנג איילענד
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 10:46 pm

Re: זיסע זכרונות פון מלמדים שהלכו לעולמם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנג איילענד »

ר' מענדל בער וויינבערגער, א טייערע מלמד, זיין איידלקייט איז מיר שטענדיג איינגעקריצט אין מח,
א העכטע פארצייטישע הערליכע איד, געהאט א טאטש פין באלבאטישקייט, זייער א קארעקטער, אבער א שטארק אפגעהוטענער,
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”