בלאט 1פון 4

עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 8:02 am
דורך כאפצעם
בינעך נייגעריג אויב איינער האט שוין עקספיריענס אין אזוינע פעלער אין ניו זשערזי

ס'איז אביסל א פאני קאמפליצירטע קעיס סאו כוועל עס אראפלייגן אין קורצן און נאכדעם צוקומען צום פראגע זעהן אויב איינער קען העלפן

האביך געהאט א טענענט וואס די ליעס איז אפגעלאפן, קיין רענט נישט באצאלט, איך האב יענעם געגעבן 2 חדשים נאטיס צו קוויטן. דאס איז געווען מיט איבער א יאר צוריק. לויטן הלכה קען איך גיין פאר עוויקשאן איינמאל די 2 חדשים לויפט אויס.

עס איז געווען דאן ענדע קאוויד, דעצעמבער 2021, ווען די עוויקשענס האבן זיך ממש דעמאלטס אנגעהויבן צוריק, און די וועיטינג ליסט פאר היערינגס איז געווען פון דא ביז קאנארסי. די קאורט האט מיר געזאגט אז ס'קען נעמען פון א האלבע יאר ביז א יאר מ'זאל בכלל אנקומען צום עפענונג פון מיין קעיס. בינעך געגאנגען און געפיילט פאר עוויקשאן, (מער פונקטליכער: א האלדאווער קעיס, דאס הייסט אז דער טענענט איז פארבליבן נאכן ליעס ענדע און איך וויל אקופירן פערזענליך דעם אפארטמענט), מיטן חשבון אז ביי די צייט די היערינג קומט וועט דאך שוין זיין לאנג נאך די 2 חדשים.

די טרייעל היערינג איז אנגעקומען אין יוני, דער טענענט האט זיך נישט באוויזן, האט דער ריכטער פארארדענט א דיפאולט זשאדזשמענט פאר פאזעשאן, דאס טייטש די עוויקשאן איז אין אין קראפט.

למעשה נאך א וואך האט זיך די טענענט אויפגעוועקט און געקומען צו לויפן און פארלאנגט אן עמערזשענסי מאשען אוו רעליעף. דא איז אנגעקומען א נייע ריכטערין, מער פון די אקטיוויסטישע קלאס וואס זיכן אלס צוצופאכענען די 'גרידי לענדלארדס' און זי האט אנגעהויבן שרייען דאס שטימט נישט יענץ שטימט נישט, היתכן האסט געפיילט אין קאורט די עוויקשאן בעפאר די 2 חדשים איז אפגעלאפן וכו', און זי האט געפסל'ט די פריערדיגע פסק און באשטימט א נייע טרייעל פאר א חודש דערנאך, ענדע יולי.

מה עשה הקב"ה, די זשאזשטע האט פארגעסן צו אינפארמירן די ריכטיגע קאנאלן אינערהאלבן געריכט אז די "ארדער טו וועיקעיט" איז געקענסלט און עס איז ווייטער געפארן. א וואך דערנאך רופט מיך אן דער קאורט אפיציר און זאגט אז ער האט אן ארדער פאר עוויקשאן, איך דארף דארט זיין מיט מיין געלט אפצאל. איך זאג אים, האלאו, כמיין עפעס א טעות איז דא דא, מהאט פארארענט א פרישע היערינג, דו ביזט זיכער דערין? יאפ %100! דאס איז א דירעקטע קאורט ארדער. אקעי. זאל זיין אזוי...

דער געריכט אפיציר איז אראפגעקומען, דער טענענט איז געווען דאן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן, ער האט געהייסן יענעמס חבר פאקן פעק, מ'האט געטוישט שלעסער, ארויפגעקלעבט דעם געריכט עוויקשאן ארדער אויפן טיר, און פארטיג.

פון מיין זייט האביך געמאכט א ברוך שפטרני, כהאב ב"ה שנעל געטראפן א פיינעם ערזאץ און שוין.

א חודש דערנאך, דאס הייסט ענדע אוגאסט, קומט די פריערדיגע טענענט אהיים פון שפיטאל און טרעפט זיך אויסגעשפארט, מיטן גרויסן וועיקעיט נאטיץ אויפן טיר. זי גייט אריין אין קאורט און פיילט פאר אן "איליגעל לאקאוט". יענער א.ד. ריכטערן איז דאן געווען אויף זוממער אורלויב האט עס א צווייטער באקומען און אראנזשירט אן עמערזשענסי היערינג אויפן טעלעפאון צווישן דעם טענענט, איר לויער, און מיר.

איך האב געוויזן דעם ריכטער דעם שווארץ אויף ווייסן עוויקשאן ארדער, און אז איך האב גארנישט געטוהן אויף מיין האנט, ער זאל גיין שרייען אויף זיין קאורט. דער ריכטער איז געווען צעמישט און פארלוירן און צום סוף געפסקנ'ט ס'האט נישט מיט אים, ער עדזשורנד די קעיס און ווארפט עס צוריק צום פריערדיגן ריכטער פון וועם די טעות שטאמט. א דאטום איז דאן באשטימט געווארן אויף אקטאבער, אויף ווען דער ריכטער קערט זיך צוריק פון וואקאציע. עס איז אויסגעפאלן חוה"מ סוכות.

עטליכע טעג פארן היערינג האביך געפיילט א מאושען צו עדזשורן, היות ס'איז א רעליזשעס האלידעי.. נייע היערינג דאטומען געשעהט דאך נישט אזוי שנעל, וואס געווענליך נעמט דער טענענט פול עדווענטעדזש דערפון, אבער יעצט אז די טישן זענען איבערגעדרייט און איך בין גאר אינסייד און דער טענענט אינדרויסן האב איך זיכער געמאכט עס אויסצוניצן. א דאטום פארן טרייעל איז באשטימט געווארן אויף דעצעמבער 5. דאס הייסט אנהויב די וואך.

די טרייעל איז אנגעקומען, און ביידיוועי די איין געוואלדיגע זאך פון די קאוויד נאכווייען איז אז אלעס גייט היינט אויף זאאם, אפילו דער ריכטער זיצט ביי זיך אונדערהיים מיט א גרין סקרין און א פעיקע קאורט בילד אינעם הונטערגרונד, סאו שטייצעך דאס זיצן ביי מיר אין די באקוועמליכקייט פונעם אייגענעם אפיס נעמט אראפ א ריזיגע פרעשור פון די גאנצע פראצעדור. איז אלענפאלס, איך האב פארגעשטעלט מיינע עקזיבעטס, די טענענט ווידער האט געטענהט מדארף רחמנות האבן אויף איר און איך בין א חי' און א ליגנער, איך האב אנדערע הייזער צו וואינען וכו' אא"וו, די ריכטער איז ווי ערווארטעט געווען פולי אויף איר זייט, נאכאמאל איבערגעקייט אירע אלטע קשיות היתכן כבין געגאנגען אין געריכט בעפאר די 2 חדשים, איי מ'האלט שוין יעצט א יאר נאכדעם.. גוטע קשיא. אבער אז א דזשאדזש/לויער וויל וועט ער זיך ארויפכאפן אויף יעדע קליינע טעקניקאליטי און מאכן א ברייטל דערפון כנהוג.

עניוועי, די מכשיפה האט ווי ערווארטעט געלאזט הערן איר מיינונג אז די עוויקשען קעיס דארף ווערן דיסמיסד, אבער דא איז אריינגעקומען דער גרויסער אבער! וואס טוט מען דא אין מציאות.. דער לענדלארד זיצט שוין אינעם דירה איבער 4 חדשים, דער טענענט איז שוין אינדרויסן, גייט מען יעצט הייסן מאכן אן עוויקשאן אויפן לענדלארד??!! די ריכטערין האט פאאקנייטשט די שטערן, שפעקולירט אהער אהין, איינמאל און נאכאמאל איבערגעפרעגט וויאזוי די לאקאוט איז צוגעגאנגען און אויפגעברענגט אז אפשר זאל די טענענט אנהויבן אן איליגעל לאקאוט קעיס.. איך האב מיך דאן אויפגעריסן אויפן ריכטער און געווארענט זי זאל סטאפן עס צו רופן "איליגעל לאקאוט" ווייל די קאורט אליינס האט דאס געטוהן און איך האב די מעגליכקייט צו סוען דעם קאורט און עניבאדי אינוואלווד אויב באקריג איך עני שאדנס דערפון.

זי האט זיך פארענטפערט אז זי רופט עס נישט אזוי נאר אז פאטענציאל קען דער "טענענט" מאכן אזא קעיס..

עניוועי, די טרייעל האט זיך געצויגן פאר קרוב צו 3 שעה! און זי האט נישט געקענט קומען צו קיין שום החלטה. זי האט פארענדיגט אז זי וועט עס איבערקלערן און אדער ארויסגעבן אן ארדער אנליין, אדער פאררופן א פרישע היערינג, אדער פאררופן א היערינג מיט די אלע אינוואלווד אינעם לאקאוט. אצינד עטליכע טעג דערויף האב מיר נאכנישט געהערט קיין פיפס..

למעשה אויב און ווען זי קראצט זיך צאם צו דעצידירן עפעס א פסק געב איך שוואכע שאנסן אז ס'זאל לטובתי, איז דא עניוואן מיט עוויקשאנס עקספיריענס? וואס האלט די עולם זאל איך טוהן אין פאל זי ארדערט אן עוויקשאן אויפן לענדלארד. גיין פאר א הארדשיפ רעליעף? (דאכצעך קען גיין פאר 6 חדשים), גלייך אפיעלן צו א צווייטן ריכטער? פיילן מאושענס? שוין עניוועי דערווייל ווארט מיר צו הערן וואס זי האט צו זאגן.

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 8:13 am
דורך בדרך אפשר
וואוו וואט עי סטארי, וועלעכע קאונטי? איך אין דיין קעיס וואלט איך געקאלט די טענעט מיט עפעס א נארישע סיבה פארוואס איך האב שוין נישט קיין כח צו ממשיך זיין די קעיס, אין געאפערט אפאר דאללער צו דיסמיסן די קעיס.

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 8:43 am
דורך Iphone
Please keep us updated

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 8:56 am
דורך כאפצעם
בדרך אפשר האט געשריבן:
וואוו וואט עי סטארי, וועלעכע קאונטי? איך אין דיין קעיס וואלט איך געקאלט די טענעט מיט עפעס א נארישע סיבה פארוואס איך האב שוין נישט קיין כח צו ממשיך זיין די קעיס, אין געאפערט אפאר דאללער צו דיסמיסן די קעיס.
גוטע איידיע, כגעדענק אנהויב האביך געהאט אזא מחשבה אמאל, למעשה סיי כהאב געהאלטן אז סהאט שוואכע שאנסן זינט זי זיצט אין אן אפארטמענט פאר פרי וואס איז סאך מער ווערד, און סיי סהאט מיר נישט געפאסט זיך צו ביקן פאר איר.. אבער אפשר טאקע אויב ס'ווערט כלו כל הקיצין וועל איך עס דארפן פרובירן

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:11 am
דורך achtov
#כאפצעם

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:24 am
דורך איש האשכולות
כאפצעם האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
וואוו וואט עי סטארי, וועלעכע קאונטי? איך אין דיין קעיס וואלט איך געקאלט די טענעט מיט עפעס א נארישע סיבה פארוואס איך האב שוין נישט קיין כח צו ממשיך זיין די קעיס, אין געאפערט אפאר דאללער צו דיסמיסן די קעיס.
גוטע איידיע, כגעדענק אנהויב האביך געהאט אזא מחשבה אמאל, למעשה סיי כהאב געהאלטן אז סהאט שוואכע שאנסן זינט זי זיצט אין אן אפארטמענט פאר פרי וואס איז סאך מער ווערד, און סיי סהאט מיר נישט געפאסט זיך צו ביקן פאר איר.. אבער אפשר טאקע אויב ס'ווערט כלו כל הקיצין וועל איך עס דארפן פרובירן
ווען אפפערסט געלט זאל עס בשום אויף נישט זיין בתורת דעספערטי, ווען זיי שמעקן אז די ביזט דעספערט גייען זיי פרובירן צו רייטן אויף דיר.

ווער איז געווען דיין אטוירני אוייף דעי קעיס?

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:28 am
דורך כאפצעם
איש האשכולות האט געשריבן:

איך האב נישט גענימען קיין אטורני, אן אטורני וואלט שטייצעך נישט געטוהן קיין שאורטקאטס און געפיילט הערשט נאך די פולע 2 חדשים

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:45 am
דורך בדרך אפשר
איך בין זייער נייגעריג וועלכע קאונטי דאס איז, שמעקט פון עססעקס, (אדער ערגעץ אין סאוט?) אין יוניען וואט דאס לכאורה נישט געשען (אבער דו שרייבסט אז א קארט אפעציר האט געקאלט אין נישט די שעריף סאו ס’שטימט אויך נישט מיט עססעקס)

אין בכלל, אין יוניען האמיר געקענט עוויקטן אינמיטן קאוויד אויך אין געוויסע פעלער

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:55 am
דורך כאפצעם
בדרך אפשר האט געשריבן:
איך בין זייער נייגעריג וועלכע קאונטי דאס איז, שמעקט פון עססעקס, (אדער ערגעץ אין סאוט?) אין יוניען וואט דאס לכאורה נישט געשען (אבער דו שרייבסט אז א קארט אפעציר האט געקאלט אין נישט די שעריף סאו ס’שטימט אויך נישט מיט עססעקס)

אין בכלל, אין יוניען האמיר געקענט עוויקטן אינמיטן קאוויד אויך אין געוויסע פעלער
האדסאן

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 10:02 am
דורך שאינו יודע
פעלט אינפארמעישאן. א ריכטער קען נישט פסל׳ן אן אנדערע ריכטערס פסק חוץ אין אפעלאט געריכט

מאראל אף די סטארי. נעם אייביג א לויער

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 10:21 am
דורך יידישע קהילות
כאפצעם האט געשריבן:
.. די מכשיפה האט ווי ערווארטעט געלאזט הערן איר מיינונג אז די עוויקשען קעיס דארף ווערן דיסמיסד, אבער דא איז אריינגעקומען דער גרויסער אבער! וואס טוט מען דא אין מציאות.. דער לענדלארד זיצט שוין אינעם דירה איבער 4 חדשים, דער טענענט איז שוין אינדרויסן, גייט מען יעצט הייסן מאכן אן עוויקשאן אויפן לענדלארד??!! די ריכטערין האט פאאקנייטשט די שטערן, שפעקולירט אהער אהין, איינמאל און נאכאמאל איבערגעפרעגט וויאזוי די לאקאוט איז צוגעגאנגען און אויפגעברענגט אז אפשר זאל די טענענט אנהויבן אן איליגעל לאקאוט קעיס.. איך האב מיך דאן אויפגעריסן אויפן ריכטער און געווארענט זי זאל סטאפן עס צו רופן "איליגעל לאקאוט" ווייל די קאורט אליינס האט דאס געטוהן און איך האב די מעגליכקייט צו סוען דעם קאורט און עניבאדי אינוואלווד אויב באקריג איך עני שאדנס דערפון.

זי האט זיך פארענטפערט אז זי רופט עס נישט אזוי נאר אז פאטענציאל קען דער "טענענט" מאכן אזא קעיס..
...
גאר אינטערסאנט!!
סערשטע מאל איך הער אז מ'קען סוען א קארט? אידאס ריכטיג?

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 10:24 am
דורך talmid
שאינו יודע האט געשריבן:
פעלט אינפארמעישאן. א ריכטער קען נישט פסל׳ן אן אנדערע ריכטערס פסק חוץ אין אפעלאט געריכט

מאראל אף די סטארי. נעם אייביג א לויער
עגרי
די לויער מעג מאכן א טעות אבער די נישט
סאיז סדום ווען סקומט צי לענלארד אין טענעט קעסעס
די לויערס ווייסן וואס די דשאדעס ווילן הערן

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 2:33 pm
דורך כאפצעם
שאינו יודע האט געשריבן:
פעלט אינפארמעישאן. א ריכטער קען נישט פסל׳ן אן אנדערע ריכטערס פסק חוץ אין אפעלאט געריכט
קען זיין אין געהעריגן געריכט. אין לענדלארד טענענט קאורט האט דער טענענט 7 טעג נאך אן עוויקשען פסק צו אפיעלן/לייגן א סטעי, ס'הייסט "ארדער טו שאו קאוז".

קוק דא די ריכטערס פסק

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 3:01 pm
דורך שאינו יודע
Ok. That’s not voiding previous judgment it’s giving a chance for the tenant to reargue

But a OSC (in NY at least) can only be filled within 30 days of eviction

Check when this was filed and what the statue in NJ is. The. You can file a motion to reargue on the OSC

PS by “you” I refer to your attorney….

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 3:03 pm
דורך כאפצעם
שאינו יודע האט געשריבן:
Ok. That’s not voiding previous judgment it’s giving a chance for the tenant to reargue

But a OSC (in NY at least) can only be filled within 30 days of eviction

Check when this was filed and what the statue in NJ is. The. You can file a motion to reargue on the OSC

PS by “you” I refer to your attorney….
פון דעם רעדט מען. א גענצליך נייע טרייעל.

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 3:22 pm
דורך מטעמים
אין זכות פון מיר (און מן הסתם א סך אנדערע) מהנה זיין מיט דיין באשרייבונג זאל די גאנצע פראבלעם זיך ענדיגען שנעל און צום גוטען - נאך א סך שנעלער און בעסער ווי געראכטען.

איך קען זיך נישט אויס אין די נושא.

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 4:00 pm
דורך כאפצעם
מטעמים האט געשריבן:
אין זכות פון מיר (און מן הסתם א סך אנדערע) מהנה זיין מיט דיין באשרייבונג זאל די גאנצע פראבלעם זיך ענדיגען שנעל און צום גוטען - נאך א סך שנעלער און בעסער ווי געראכטען.

איך קען זיך נישט אויס אין די נושא.
אמן

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 5:08 pm
דורך שאינו יודע
כאפצעם האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
Ok. That’s not voiding previous judgment it’s giving a chance for the tenant to reargue

But a OSC (in NY at least) can only be filled within 30 days of eviction

Check when this was filed and what the statue in NJ is. The. You can file a motion to reargue on the OSC

PS by “you” I refer to your attorney….
פון דעם רעדט מען. א גענצליך נייע טרייעל.

עס איז א נייע טרייעל אויף די אלטע קעיס. און דאס איז לימיטעד

יתכן אז א לויער וואלט עס גראד געפסלט

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 8:21 pm
דורך עולם האמת
גאר אינטערעסאנטע מעשה דאס

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 9:10 pm
דורך איש האשכולות
א גוטע לויער וואלט געדארפט קענען דיסמיסען די קעיס אינסטענטלי.

געלט פאר א "גוטע" לויער איז מאני וועל ספענט, שוין אפאר מאל געלערנט אויף די אייגענע ביינער (אויך אין האדסאן קאונטי).

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 10:38 pm
דורך בשעה טובה
Wow! איך האב שוין מיט געהאלטן אסאך Evictions אבער אזא מעשה מאכט זיך נישט א יעדע טאג.....
I would take a lawyer in such a case, it's not the typical story and might be that the judge will act totally different if she knows that an attorney is involved

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 1:23 am
דורך ליבי ובשרי
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
אין זכות פון מיר (און מן הסתם א סך אנדערע) מהנה זיין מיט דיין באשרייבונג זאל די גאנצע פראבלעם זיך ענדיגען שנעל און צום גוטען - נאך א סך שנעלער און בעסער ווי געראכטען.

איך קען זיך נישט אויס אין די נושא.
אמן
אויב איך מעג צולייגן, אויך אין זכות פון מיין הנאה צו זעהן די פאפולערע דעמעקראטישע ניק לייגט אראפ אזוי שיין די טונקעלע זייט פון די לינקע ביוראקראטיע....
(ח"ו צו טראכטן אז איך פריי מיך מיט א איד'ס פראבלעמען, בלויז א ווערטל...)
המקום ימלא חסרונך.

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 7:18 am
דורך כאפצעם
איש האשכולות האט געשריבן:
געלט פאר א "גוטע" לויער איז מאני וועל ספענט, שוין אפאר מאל געלערנט אויף די אייגענע ביינער (אויך אין האדסאן קאונטי).
כוואלט געווען נייגעריג צו הערן בערך וואס איז געווען

לגבי לויערס פלעג איך אמאל נעמען, ביז כאב געזעהן זיי טוען גארנישט ביי רוב קעיסעס חוץ שיקן די נאטיצן און פיילן פעיפערס. כאב שוין געמאכט כמה עוויקשענס אליינס, ע"פ רוב ווערט דער טענענט מיד און גייט, דא האביך צו טוהן מיט א הארטע ניסל + כאב דאך געמאכט א שטיקל דריידל שארטקאוט וואס בייסט צוריק

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 8:29 am
דורך קרייסלער
דארף מיר אריינברענגען דעם יורידשן קארעספאדענט
הכל הבל האט געשריבן:
*
צו געבן זיין געשמאקע אנאליז איבער דעם גאר אינטערסאנטער קעיס, ווער ווייסט אפשר קען דאס נאך אנקומען צום סופרים קאורט

Re: עוויקשאן - האלדאווער קעיס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 10:09 am
דורך כאפצעם
אפדעיט:

דער ריכטער האט אפלאודעד איר ארדער וואס זאגט אז די קעיס איז דיסמיסד "מיט פרעזשורעס" (דאס איז א שטארקערע פסק ווי אן פרעזשורעס).

אין די קאמענטס לייגט די ריכטער צו א וויכטיגע נאטיץ: אצינד ביים טאג פון טרייעל איז די טענענט אויסגעשפארט און די לענדלארט איז אין פאזיציע פונעם אפארטמענט פאר איבער 3 חדשים. סייוואספארא טענות די טענענט האט דערוועגן מוז זי מאכן א באזינדערע אפליקאציע/קאמפלעין ביי די דעזיגנירטע דאקעט.

אין אנדערע ווערטער, זינט דער לענדלארד איז אין פאזעשאן איז ידו על העליונה און אויב דער טענענט וויל צוריקגיין און אים ארויסווארפן, ברויך זי אנהויבן א נייע עקסטערע אפליקאציע און די בורדען אוו פראוו ווערט געשיפט צו איר.

לאמיך זעהן וואס איר נעקסטע מאוו גייט זיין. גייט זי אנהויבן אן איליגעל לאקאוט קעיס? דאס גייט זיין זייער שווער צו ארגיוען זינט ס'איז געקומען פונעם קאורט, ספעציעל אז מרעדט שוין חדשים נאכדעם און א לאקאוט קעיס איז געווענליך א זאפארטיגע זאך. גייט זי פיילן אן עוויקשאן? איז די שאלה צו ס'איז בכלל דא אזא סעיף קעגן א לענדלארד.. עניוועי לאמיר זעהן.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: