2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

איז קאנגרעסמאן מייק גאלעגער פון וויסקאנסין א ריינאו אדער א מאגא אדער ערגעץ אינדערמיט?
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

אין אהייא וויל איך זעהן קאנגרעסמאן דזשים דזשורדען לויפן פארן סענאט
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

יונער האט געשריבן:

דערווייל פלאנט ער נישט זיין עתיד איז לכאורה פירערשאפט פאזיציעס און קאנגרעס און וועט גאנץ מעגליך ווערן ספיקער פון קאנגרעס און צוקונפט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

ר' משה האט געשריבן:
קאנגרעסמאן ווארען דעווידסאן (ר) פון אהייאוי וועלכער האט געווינען און 2022 זיין זיץ מיט 29.78% און א דיסטריקט וואס ווערט געשאצט דורך 538 אלס רעפובליקען +27 נעמט עהערנסט און באטראכט צו לויפן פאר סענאט און 2024 קעגן דעם דעמאקראטישן סענעטער שעראד בראוין
זעה איך יעצט אז דעווידסאן איז א מעמבער און די הויז פרידאם קאקוס האף איך אז ער וועט טאקע לויפן און געווינען
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

אין ווירדזשיניע וויל איך זעהן גאווערנער גלען יאנגקין לויפן פארן סענאט
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

אויב קומט אויף א שטארקע אפאזיציע צו מיטש מעקקאנעל א דוגמא אז ראן דזשאנסאהן וועט לויפן קעגן מיטש מעקקאנעל פאר רעפובליקאנע פארטיי סענאט פירער און 2024 און עס וועט קומען מיט א שטארקע מלחמה עס וועט געשטיצט ווערן דורך טראמפ און דיסענטיס און אפילו דורך מעקארטי (לאמיר אננעמען אז דער רעפובליקאנער וועלן געוואונען די ווייסע הויז טראמפ אדער דיסענטיס)שאץ איך פאר די פאלגענדע

די פאלגענדע וועלן זיכער שטימען פאר ראן דזשאנסאהן

1) טעד קרוז 2)ריק סקאט 3) מארקא רוביא 4)מייק לי 5)דזשאש האוילי 6)דזשאן קענעדי 7)דזשעי די ווען'ס 8)טעד באדד 9)טאממי טובערוויל 10)לינדזי גרעהעם

די פאלגענדע וועלן זיכער שטימען פאר מיטש מעקקאנעל

1)דזשאן קארנין 2)טאם טיליס 3)דזשאויני עהרענסט 4)מיטט ראמני(ער וועט שוין לכאורה נישט זיין און סענאט) 5)סוזען קאלין'ס 6)דזשאן טון 7)שעלי מאר קאפיטא 8)דזשאן באראסא 9)ראדזשער וויקער 10)ליסע מעקארווסקי

די איבריגע ווייס איך נישט אויף וועלכע זייט זיי וועלן זיין
לעצט פארראכטן דורך ר' משה אום דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

יונער האט געשריבן:
אין ווירדזשיניע וויל איך זעהן גאווערנער גלען יאנגקין לויפן פארן סענאט
גלען יאנגקין האט צייט צו לויפן און 2026
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

ר' משה האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
אין ווירדזשיניע וויל איך זעהן גאווערנער גלען יאנגקין לויפן פארן סענאט
גלען יאנגקין האט צייט צו לויפן און 2026
טאמער חלומט ער טאקע צי לויפן פאר דעם זיץ וואלט איך אים געראטן נישט צי ווארטן אויף 26'

1 ווייל טאמער געווינט א רעפובליקאנער די ווייסע הויז אין 24' וועט 26' ליכאורה זיין א שווערע יאר פאר די רעפובליקאנער

2 ווייל דעמאלט וועט ער שוין נישט זיין גאווערנער ממילא ווערט ער אויטאמאטיש א שוואכערע קאנדידאט
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

ר' משה האט געשריבן:
אויב קומט אויף א שטארקע אפאזיציע צו מיטש מעקקאנעל א דוגמא אז ראן דזשאנסאהן וועט לויפן קעגן מיטש מעקקאנעל פאר רעפובליקאנע פארטיי סענאט פירער און 2024 און עס וועט קומען מיט א שטארקע מלחמה עס וועט געשטיצט ווערן דורך טראמפ און דיסענטיס און אפילו דורך מעקארטי (לאמיר אננעמען אז דער רעפובליקאנער וועלן געוואונען די ווייסע הויז טראמפ אדער דיסענטיס)שאץ איך פאר די פאלגענדע

די פאלגענדע וועלן זיכער שטימען פאר ראן דזשאנסאהן

1) טעד קרוז 2)ריק סקאט 3) מארקא רוביא 4)מייק לי 5)דזשאש האוילי 6)דזשאן קענעדי 7)דזשעי די ווען'ס 8)טעד באדד 9)טאממי טובערוויל 10)לינדזי גרעהעם

די פאלגענדע וועלן זיכער שטימען פאר מיטש מעקקאנעל

1)דזשאן קארנין 2)טאם טיליס 3)דזשאויני עהרענסט 4)מיטט ראמני(ער וועט שוין לכאורה נישט זיין און סענאט) 5)סוזען קאלין'ס 6)דזשאן טון 7)שעלי מאר קאפיטא 8)דזשאן באראסא 9)ראדזשער וויקער 10)ליסע מעקארווסקי

די איבריגע ווייס איך נישט אויף וועלכע זייט זיי וועלן זיין
פליפ פלאפ לינדזי קענט איר ארויסנעמען פון די ליסטע קאנדידאטן וואס וועלן שטימען אקעגן מעקאנאל.

דער פליפער ווייסט אליינס נישט ווי ער שטייט..
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9106
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע:לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הכל הבל האט געשריבן:
ניו יארק רעפובליקאנע פארטיי פירער ניק לאנגווארטי שליסט זיך אן אין די סאנטאס רעזיגנאציע רופן

כ׳ווייס נישט אין וועלכע אשכול דאס אריינצושטעלן, אבער ס׳איז ממש הערליך צו זעהן די שווארץ אויף ווייס חילוק אינעם פארטיי אויסקוק. די פארטיי שטייט יעצט גענוי דארט ווי עס האט געשטאנען בעפאר טראמפ׳ס צייטן. פרינציפל, דיגניטי וכדו׳ שטייען בעפאר פארטיי אנגעלעגענהייטן. סעד.

קאנגרעס האט דערווייל נישט געפעסט קיין ״הכרת הטוב עקט״ פאר הבל, האב איך זיך נישט אנגעשלאסן אינעם אויסברוך נעכטן דארט אינעם טשעימבער, געב איך עס אפ דא אלטס אן עמענדמענט צו דעם תגובה.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
וואסערמאן קומט ארויס מיט זיין האוז רעיטינגס, לויט אים זענען פארהאנען 192 סעיף רעפ זיצן, 11 לייקלי רעפ, 9 לינינג רעפ. 174 סעיף דעם 16 לייקלי דעם 13 לינינג דעם, און 20 טאס-אפ זיצן.

די איינציגסטע אינקאמבענט רעפובליקען וואס באקומט לינינג דעם, איז וואו פארשטענדליך דזשארדזש סאנטאס.
איך האב אסאך הערות אויף זיינע רעיטינגס, עס איז קלאר אז ער געבט מאיזה סיבה - פשטות צוליב די לעכערליכע סברה אז קאנגרעס פליפט נישט אין פרעזידענט וואלן - פיל פיל מער קרעדיט פאר רעפאבליקאנער אינקאמבענטס ווי דעמאקראטישע. און עס איז נאנסענס צו לייגן עני דעמאקראטישע אינקאמבענט, מלבד די סטעיטס וואס גייען באקומען א נייע מאפע, אין עני שוואכערע פאזיציע ווי מייק גארסיע, עס איז אטער נאנסענס. ער מאכט גאנץ קלאר די דיסטריקט רעיטינגס לויט ווי ער וויל די מאקראו זאל אויסקוקן.

אבער פאר א ספעציפישע שטארקע הערה, איך האלט אז די רעפאבליקאנער האבן א גרעסערע שאנס אנצוהאלטן סאנטאס' דיסטריקט, ווי ער וועט העכסט ווארשיינליך נישט זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט, ווי דעספאזיטא'ס שכנות'דיגע דיסטריקט. דעספאזיטא'ס דיסטריקט איז 6% צו לינקס, און זיין איין טערמיניגע אינקאמבענסי, איז נישט ווערט קיין 6%. (און אויב יא, שטימט ווייט נישט די גאנצע מאפע זיינע.)

שטייצעך אז א גרעסערע שאנס, מוז נישט מיינען העכער 50%.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג פעברואר 07, 2023 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

צל עובר האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
וואסערמאן קומט ארויס מיט זיין האוז רעיטינגס, לויט אים זענען פארהאנען 192 סעיף רעפ זיצן, 11 לייקלי רעפ, 9 לינינג רעפ. 174 סעיף דעם 16 לייקלי דעם 13 לינינג דעם, און 20 טאס-אפ זיצן.

די איינציגסטע אינקאמבענט רעפובליקען וואס באקומט לינינג דעם, איז וואו פארשטענדליך דזשארדזש סאנטאס.
איך האב אסאך הערות אויף זיינע רעיטינגס, עס איז קלאר אז ער געבט מאיזה סיבה - פשטות צוליב די לעכערליכע סברה אז קאנגרעס פליפט נישט אין פרעזידענט וואלן - פיל פיל מער קרעדיט פאר רעפאבליקאנער אינקאמבענטס ווי דעמאקראטיש. און עס איז נאנסענס צו לייגן עני דעמאקראטישע אינקאמבענט, מלבד די סטעיטס וואס גייען באקומען א נייע מאפע, אין עני שוואכערע פאזיציע ווי מייק גארסיע, עס איז אטער נאנסענס.

אבער פאר א ספעציפישע שטארקע הערה, איך האלט אז די רעפאבליקאנער האבן א גרעסערע שאנס אנצוהאלטן סאנטאס' דיסטריקט, ווי ער וועט העכסט ווארשיינליך נישט זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט, ווי דעספאזיטא'ס שכנות'דיגע דיסטריקט. דעספאזיטא'ס דיסטריקט איז 6% צו לינקס, און זיין איין טערמיניגע אינקאמבענסי, איז נישט ווערט קיין 6%. (און אויב יא, שטימט ווייט נישט די גאנצע מאפע זיינע.)

שטייצעך אז א גרעסערע שאנס, מוז נישט מיינען העכער 50%.
אלע שאצונגען יעצט זענען ווערטלאז אלעס ווענדט זיך ווער עס וועט זיין אויף די טאפ טיקעט וואס דאס וועט זיין די מכריע אזוי ווי מ'האט יעצט געזעהן און נוא יארק און פלארידע אויף די רעכטע זייט און פענסילוועניא און מישיגן אויף די לינקע זייט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז דא איבער גענוג דיסטריקטן וואס מען ווייסט וועלכער פרעזידענט קאנדידאט וועט עס געווינען.

דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט גייט געווינען דעספאזיטא'ס וואלאדעא'ס און גארסיע'ס דיסטריקטן, און דער רעפאבליקאנער וועט געווינען פעלטאלע'ס גאלדין'ס און העכסט ווארשיינליך אויך פערעז'ס.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס אויב וועט זיין א דיסענטיס-ביידן מעטשאפ וועט לכאורה זיין א רויטע צונאמי אלל אווער דאון די בעללאט

אויב וועט זיין א טראמפ-ביידן מעטשאפ וועט עס לכאורה זיין מער א נאנטע פארמעסט אלל אווער דאון די בעללאט

און אויב סאם האוי די דעמאקראטן קומען אויף מיט א שטארקע קאנדידאט ווי שפירא פון פענסילוועניא אדער אזא געדאנק דעמאלט'ס קעגן טראמפ וועט עס לכאורה זיין א בלויע צונאמי און קעגן דיסענטיס מער א נאנטע פארמעסט דאון די בעללאט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א רויטע צונאמי, איז בכלל נישט אויף די מעניו, ווער רעדט נאך דאון בעלאט, חוץ אויב די עקאנאמיע קראכט אינגאנצן.

עין ערך די אקארשט פארלאפענע מידטערם וואלן.

(ביידן איז אדער טייד אדער פאראויס אין די אנקעטעס פון ראן דעסאנטיס.)
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

מיין שאצונג יעצט איז נישט געבויעט אויף אנקעטעס ווייל די אנקעטעס יעצט זענען ווערטלאז עס איז געבויעט אויף מיין אייגענע מיינונג און שאצונג און מען קען עס דעבאטירן און מען וועט עס נישט וויסן ביז 2 יאר ארום אדער אפשר קיינמאל אויב וועט נישט בכלל פארקומען אזא פארמעסט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

וואס איז זיין סברה אז קאנגרעס פליפט נישט אין פרעזידענט וואלן?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווייל עס האט במציאות נישט געפליפט אין פרעזידענט וואלן זינט 1952 למס'.

און דער הסבר/די סברה גייט, אז צוליב דעם וואס דער עולם געבט זיך שוין אויס אויפן פרעזידענט, שטימט מען מער פאר אינקאמבענט קאנגרעסלייט.

אבער די סברה איז פרוץ מרובה על העומד.

קודם כל, קאנגרעס האט בכלל נישט געפליפט פון 1954 ביז 1994, אויך נישט אין מידטערם'ס. עס האט געפליפט בסך הכל אין 94 צו די רעפאבליקאנער, אין 06 צו די דעמאקראטן, אין 2010 צוריק רעפאבליקאנער, 18 דעמאקראטן און אין 22 צוריק צו רעפאבליקאנער. סוי דער סעמפל סייז איז פשוט צו קליין.(בכלל מערק אז לעצטנס פליפט עס מער און מער.)

צווייטנס, זייט ווען רעכנט מען סטאטיסטיקס אין פליפן "קאנטראל"? מען רעכנט אלץ סטאטיסטיקס אין "זיצן", און עס האט שוין געפליפט אין די לעצטע יארן פיל מער זיצן ווי מען דארף יעצט פאר א קאנטראל פליפ.

אין 08 למס' האבן די דעמאקראטן געיגענט איבער 20 זיצן, אין 12 למס' האבן זיי געגעינט 8 זיצן, געווינענדיג די פאפולער וואויט, אבער טראץ וואס זיי האבן געווינען די פאפולער וואויט, און זיך געשטארקט מיט כמעט 8% האבן זיי געגעינט בלויז די אכט זיצן, צוליב דעם מעכטיגן רעפאבליקאנער דזשערימענדער דעמאלטס, אבער בנוגע היינט, אויב וויל מען טראכטן סטאטיסטיקלי, א דעמאקראטישע פאפולער וואויט געווינס טייטש געווינען דעם הויז אויף די יעצטיגע מאפע, דהיינו אז די האוז וואלט געפליפט אין 2012 אויף די יעצטיגע מאפע. אין 2016 האבן די דעמאקראטן געיגענט 7 זיצן, און אין 2020 געדענק מען אז די רעפאבליקאנער האבן געגעינט 12 זיצן.

ממילא איז פשט אז די טעאריע איז מיסט, ובפרט מאכט קיין סענס צו ריגן אינדיווידועל זיצן אומקאנסיסטענט צווישן ביידע פארטייען, בלויז צוצוקומען צו א בילד ווי די האוז וועט ווארשיינליך נישט פליפן, צוליב די סברה. סתם אזוי איז אומגערעכט צו רעיטן זיצן לויט ווי מען עסומט דעם סך הכל, אפילו געבויט אויף עכטע הארטע סברות, און טאקע מיט דעם האבן די חברה געמיסט 2022, זיץ ביי זיץ איז נישט געווען געפערליך קעגן פונדאמענטעלס.

איך בין מאריך אין 2012, ווייל דאס איז די מערסטע ענליך לענינינו. א אינקאמבענט דעמאקראטישער פרעזידענט לויפט פאר ווידערוויילונג אן האוז קאנטראל.

וואסערמאן וואלט ארויסגעפוינט 96, ווען די רעפאבליקאנער האבן אנגעהאלטן מאסן העווי קלינטאן זיצן, אבער עס איז פשוט אז אין די היינטיגע וועלט פון פאולעריזעישן און א מאנגל אין ספליט טיקעטס איז 2012 פיל מער רעלעוואנט ווי 96 למס'.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איך בין שטארק מסכים מיט ביידע נקודות פון @צל (סיי וועגן סאנטאס, און זיי בכלל אז וואסערמאן'ס רעיטינגס זענען היבש נישט אויסגעהאלטן).

אבער אזויפיל וואלט איך יא געזאגט. לויט וואו עס קוקט אויס רעכענט ער אז 2022 איז נישט געווען קיין רויטע כוואליע, מילא קען ממען דאס רעכענען פאר א שטיקל בעיסליין וויאזוי 2024 גייט אויסקוקן. און איך ווייס אז ליבעראלס אויף טוויטער זוכן שוין א נייע דזשאב פאר מייק גארסיע, איז אבער כדאי צו געדענקען אז ער האט געוואונען אין 2022 מיט 6.7% וואס דאס לייגט אים אריין אין גאנץ א פיינעם פאזיציע פאר 2024.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

און אינדיענע איז שוין כמעט פארזיגלט אז קאנגרעסמאן דזשים בענקס איז די רעפובליקאנע קאנדידאט פאר סענאט און 2024 דאס קומט נאך וואס די איינציגסטע עהערענסטע קעגנער געוועזענער גאווערנאר פון די סטעיט מיטש דעניעלס האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר די זיץ

קאנגרעסמאן בענקס איז א שטארק קאנסערוואטיווער פון די טראמפ חדר ער האט די אינדארסירונג פון די געוועזענע פרעזידענט טראמפ אזוי אויך פון 5 סענעטארן מארקא רוביא,דזשעי די ווען'ס, טאם קאטטאן, דזשאן באראססא, סטיוו דעין'ס

די מעקקאנעל לאגער האט זייער געוואלט אז מיטש דעניעלס (אגב ער הייסט אויך מיטש אזוי ווי מיטש מעקקאנעל) זאל לויפן אזוי צו אריינריקן נאך לאזער'ס און די רעפובליקאנע סענאט און אזוי צו פארזיכערן אז די סענאט רעפובליקען'ס בלייבן ווי ביז יעצט מיט מעקקאנעל אלט'ס פירער און אזוי ווייטער

אבער מלאך רע בעל כרחו יענה אמן די רעפובליקאנע סענעטאריעל קאמפיין האט אומאפיציעל געמאלדן אז זיי וועלן שטיצן בענקס

נאך איין מעגליכע ערענסטע קאנדידאט איז די יעצטיגע גאווערנאר פון די סטעיט עריק האלקאמב וואס טראכט מעגליך צו לויפן אבער יעצט קוקט שוין אויס ווי בענקס האט זיך פארזיכערט

די זיץ איז א סעיף רעפובליקען זיץ וואס ווערט יעצט געהאלטן דורך סענעטער מייק בראוין וועלכע רעטייערט צו לויפן פאר גאווערנאר
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

און אריזאנע איז נאך זייער אומקלאר וואס די מצב איז אויפן רעפובליקאנער זייט האט נאך קיינער דערווייל נישט געמאלדן אז זיי נעמען אונטער א סענאט פארמעסט אבער א רייע קאנדידאטן האבן זיך געלאזט הערן אז זיי קוקן אריין דערין דאס רעכענט אריין די געוועזענער 2022 רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאט קעררי לעיק די געוועזענע 2022 רעפובליקאנע סענטא קאנדידאט בלעיק מעסטערס אזוי אויך נאך א 2022 גאווערנאר קאנדידאט קערין טעילאר ראבסאן און נאך א 2022 סענאט קאנדידאט דזשים לעמאן

די גרעסטע שאנסן צו געווינען א פריימערי האט לכאורה קעררי לעיק די מעקקאנעל לאגער וויל ענדערשט קערין טעילאר ראבסאן אדער דזשים לעמאן אבער דערווייל איז נאכנישט קלאר ווער עס לויפט בכלל מען לייגט אויך א שטיקל אויג אויף עטליכע קאנגרעסלייט א שטייגער ווי ענדי ביגס אדער דעוויד שווייקורט אדער דזשאן קיסקאמאני אז זיי וועלן מעגליך לויפן

דערווייל קוקט אויס ווי עס גייט זיין א 3 שפיציגע פארמעסט צווישן אינקאמבענט דעמאקראטישע סענעטער קירסטין סינעמא וועלכער פלאנט צו לויפן אויף די אינדיפענדינט ליין און קאנגרעסמאן ראווען גאיעגא וועלכער האט אפיציעל שוין געמאלדן אז ער גייט לויפן אויף די דעמאקראטישע ליין און א רעפובליקאנע קאנדידאט

לעצטערע אנקעטעס האבן געוויזן אז אויב קומט טאקע פאר א 3 שפיציגע פארמעסט און אויפן רעפובליקאנע זייט געפינט זיך קעררי לעיק וואלט לעיק געוואונען די פארמעסט אבער אויב קומט פאר א 2 שפיציגער פארמעסט צווישן לעיק און גאיעגא וואלט גאיעגא געווינען אזוי צו אזוי איז נאך גארנישט קלאר

די זיץ ווערט באטראכט און א 2 שפיציגער פארמעסט אלט'ס טאסאפ און א 3 שפיציגער פארמעסט אלט'ס ליען רעפאבליקען (פיקאפ)
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיינע אנאליזן איבער אינדיענע און אריזאנע.

אויב איך בין די רעפאבליקאנער, וואלט איך נישט געלאזט כואן סיסקעמאני לויפן פאר סענאט בשום אופן, און דוד שווייקארט אויך נישט. זיי זענען זייער וויכטיג אנצוהאלטן זייערע ביידן קאנגרעס זיצן. ובפרט אויב סינעמע לויפט, וואס אין אזא פאל קענען די רעפאבליקאנער געווינען דעם סענאט זיץ אויך מיט שוואכערע קאנדידאטן ווי א סיסקעמאני. (ענדי ביגס וואלט איך אויך נישט געלאזט לויפן, ווייל מיט אים איז עס לכאורה טאסאפ אויך אין א דריי שפיציגע...)
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

צל עובר האט געשריבן:
שיינע אנאליזן איבער אינדיענע און אריזאנע.

אויב איך בין די רעפאבליקאנער, וואלט איך נישט געלאזט כואן סיסקעמאני לויפן פאר סענאט בשום אופן, און דוד שווייקארט אויך נישט. זיי זענען זייער וויכטיג אנצוהאלטן זייערע ביידן קאנגרעס זיצן. ובפרט אויב סינעמע לויפט, וואס אין אזא פאל קענען די רעפאבליקאנער געווינען דעם סענאט זיץ אויך מיט שוואכערע קאנדידאטן ווי א סיסקעמאני. (ענדי ביגס וואלט איך אויך נישט געלאזט לויפן, ווייל מיט אים איז עס לכאורה טאסאפ אויך אין א דריי שפיציגע...)
ענדי ביגס וואלט געווען שוואכער ווי לעיק?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קערי לעיק האט קוים פארלוירן מיט א פיצי.

זי איז אויסנאם טאלאנטירט.

און יא, איך מיין אז ביגס איז היפש מער עקסטרעם, על כל פנים די פרעסעפשן וואס ער געבט. (ווי @מי חכם האט לעצטענס מסביר געווען לענין אחר, עס איז מער ווי אזוי מען זאגט ווי וואס מען זאגט.)

עס זעהט מיר נישט אז ביגס זאל בכלל זיין טויגליך.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2024-למספרם קאנגרעס-סענאט און גאווערנאר פארמעסטן שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:
קערי לעיק האט קוים פארלוירן מיט א פיצי.

זי איז אויסנאם טאלאנטירט.

און יא, איך מיין אז ביגס איז היפש מער עקסטרעם, על כל פנים די פרעסעפשן וואס ער געבט. (ווי @מי חכם האט לעצטענס מסביר געווען לענין אחר, עס איז מער ווי אזוי מען זאגט ווי וואס מען זאגט.)

עס זעהט מיר נישט אז ביגס זאל בכלל זיין טויגליך.
אוי וואו גוט די זאגסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”