Re: רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"ב חשון תרפ"ז
אנא עבדא האט געשריבן:מגיד האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: תכלית נאך וועמען האט דער בעלזער רב געהייסן דוב?
ער האט געהייסן נאך די ערשטע רב'ס פעטער און שווער ר' ישכר דוב רמר'ז, און ר' שמחה ישכר בער האט אויך געהייסן נאך אים וויבאלד ער איז אויך געווען אן אייניקל פון אים.
שמחה וויס איך נישט נאך וועם ער האט געהייסן.
בנוגע אויב די עכטע נאמען איז דוב אדער בער איז אן אלטע מחלוקת, וואס איז קיינמאל ווי ווייט איך ווייס פעסטגעשטעלט געווארען.
ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז אלע ישכר דוב'ס איז די נאמען אמת'דיג בער אזוי פארשטייט מען וואס די שייכות איז ציווישן ישכר און דוב, (דודאים).
למעשה האט זיך די בעלזא רב זצ"ל קלאר גערופן דוב.
איינע פון די ראיות מכריעות אז די נאמען איז נישט בער, איז פון די נאמען פון בעלזא רב שליט"א - וואס זיין טאטע דער בילגורייא'ער רב און זיין פעטער די בעלזער רב ז"ל האבן געגעבן די נאמען, און ער הייסט נישט בער.
דא viewtopic.php?p=2376063#p2376063 שרייבט ער אז דער בעלזאער רב ז"ל פלעגט איהם רופן 'בערניו'.
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?