אגרעסיווע לענדלארדס

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

אסאך מער וואס עס באדערט מיר אז כ׳דריי זיך ארום מיט א דרייעניש אין קאפ פון ווי איך וועל נעמען אפאר טאלער צו באצאלן מיין לענדלאר, טוט מיר נאך מער באנג אז מענטשן זענען אזוי שלעכט מיט זיראו געפילן פאר יענעם, אזוי צו אינטערדריקן מענטשן? וועגן איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע דירה און כ׳בין אנגעקומען אונטער דיינע לאפעס קומט זיך מיר טויט שטראף? איך דארף ארומגיין מיט א דאגה אז אויב בין איך א טאג שפעט מיט די אויסגעהארעוועטע געלט פאר די רענט קומט שוין סטראשערייען, מ׳רעדט שוין נישט אז די פרייז הייבט זיך יעדע תענית בה״ב, ער שטעלט מיר סך הכל צו א לאך וואס די אינהאלט איז צוקראצע ווענט וואס אויב איך וויל קען איך עס איבערפעינטן… קיין דאלעער וועט ער נישט אריינלייגן וויבאלד עס איז דאך מיין דירה, פארשטייט זיך ביז עס קומט א טענה וויאזוי איך קען וואוינען אין א דירה וואס באלאנגט בכלל נישט פאר מיר אן באצאלן ווען איך באקום די פאון קאל ראש חודש צופרי פארן דאווענען ווען ער האלט שוין נאכן ברעכן לקח און זוכט וויאזוי צו דורך שטיפן דעם טאג, אזא שלעכטע אגריסיווע מענטש וואס מיט איין קליינע דירה׳לע וואס ער פארמאגט אונטער זיך שפירט ער ווי ער האט אונטער זיין אייגנטומערשאפט א גאנצע לאנד, רעב לענדלאר! איהר האט נישט וואס צו טוהן טוה עס נישט אויף מיר, צאפ מיר נישט מיין בלוט, און גיי טרעף דיר א דזשאב, יעדע סוף חודש טאנץ איך שוין ארום ווי די פראש אין די מצרי׳ס בויך, איך האב שוין מצליח געווען צו מאכן קשרים מיט א יעדע גמ״ח און מיט א יעדע וואוילע יוד וואס טראסט מיר נאך, ביסט גערעכט כ׳דארף דיר טאקע באצאלן אבער אז איך האב אזא דאגה דארפסטו עס פילפאכיג פארגרעסערן מיטן מיר פייניגן פאר דעם?
לעצט פארראכטן דורך איטשע חסיד אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: אגרעסיווע לענדלער׳ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

ר' איטשע

דאס איז א וועג פון צו זאמברויך... גמ"ח גוטע אידן וכו'

אויב ארבעט איר נאכנישט ביטע גייט זיכן א ארבעט... אבער יעצט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20544
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ר' איטשע! די מארקעט פרייז איז ליידער זייער הויעך.
ער בעהט מער ווי די מארקעט פרייז?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

ר' איטשע דעס איז א צרת הכלל, און איר וואלט געהאט די זעלבע פראבלעם מיט יעדע לענדלארד, איר דארפט טראכטן פון מופן אין א ביליגערע געגענט, אזוי ווי טויזענטער אידן האבן שוין געטון.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
איר וואלט געהאט די זעלבע פראבלעם מיט יעדע לענדלארד
אבי גערעדט, נישט יעדע לענדלארד פייניגט, און זיכער נישט גלייך די ערשטע טאג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ווישוואש האט געשריבן:
נישט קיין ספק האט געשריבן:
איר וואלט געהאט די זעלבע פראבלעם מיט יעדע לענדלארד
אבי גערעדט, נישט יעדע לענדלארד פייניגט, און זיכער נישט גלייך די ערשטע טאג.
ווי ער שרייבט איז דאס זיין איינציגסטע הייזקע וואס ער פארמאגט און ביי אזא פאל וועט יעדער לענדלארד שפרינגען אויפן טאג ווייל ער דארף אויך צאלן די מארדגיטש אויפן טאג און ער האט אויך נישט פון ווי צו קאווערן און זיין בויך דרייט זיך אויך איבער יעדע סוף חודש
א'מונה ב'טחון ג'עלט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איטשע חסיד האט געשריבן:
אסאך מער וואס עס באדערט מיר אז כ׳דריי זיך ארום מיט א דרייעניש אין קאפ פון ווי איך וועל נעמען אפאר טאלער צו באצאלן מיין לענדלאר, טוט מיר נאך מער באנג אז מענטשן זענען אזוי שלעכט מיט זיראו געפילן פאר יענעם, אזוי צו אינטערדריקן מענטשן? וועגן איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע דירה און כ׳בין אנגעקומען אונטער דיינע לאפעס קומט זיך מיר טויט שטראף? איך דארף ארומגיין מיט א דאגה אז אויב בין איך א טאג שפעט מיט די אויסגעהארעוועטע געלט פאר די רענט קומט שוין סטראשערייען, מ׳רעדט שוין נישט אז די פרייז הייבט זיך יעדע תענית בה״ב, ער שטעלט מיר סך הכל צו א לאך וואס די אינהאלט איז צוקראצע ווענט וואס אויב איך וויל קען איך עס איבערפעינטן… קיין דאלעער וועט ער נישט אריינלייגן וויבאלד עס איז דאך מיין דירה, פארשטייט זיך ביז עס קומט א טענה וויאזוי איך קען וואוינען אין א דירה וואס באלאנגט בכלל נישט פאר מיר אן באצאלן ווען איך באקום די פאון קאל ראש חודש צופרי פארן דאווענען ווען ער האלט שוין נאכן ברעכן לקח און זוכט וויאזוי צו דורך שטיפן דעם טאג, אזא שלעכטע אגריסיווע מענטש וואס מיט איין קליינע דירה׳לע וואס ער פארמאגט אונטער זיך שפירט ער ווי ער האט אונטער זיין אייגנטומערשאפט א גאנצע לאנד, רעב לענדלאר! איהר האט נישט וואס צו טוהן טוה עס נישט אויף מיר, צאפ מיר נישט מיין בלוט, און גיי טרעף דיר א דזשאב, יעדע סוף חודש טאנץ איך שוין ארום ווי די פראש אין די מצרי׳ס בויך, איך האב שוין מצליח געווען צו מאכן קשרים מיט א יעדע גמ״ח און מיט א יעדע וואוילע יוד וואס טראסט מיר נאך, ביסט גערעכט כ׳דארף דיר טאקע באצאלן אבער אז איך האב אזא דאגה דארפסטו עס פילפאכיג פארגרעסערן מיטן מיר פייניגן פאר דעם?
פון אײער דעסקריפטציע גיבט עס מיר דער אײנדריק אז מ׳רעדט דא פון א באנגעלו אין נישט פון א דירה, אין בײ באנגעלוס איז דאס די מהלך אין סדר, פרעג עני מענטש װאס האט א באנגעלו װען ס׳מיז זײן אױסגעצהאלט, כ׳עצה אײך צי מופען צי א דירה אדער צי א הױז אין לכאורה װעט אלע פראבלעימען אנטרינען װערן "דירה נאה מרחיבה דעתו של אדם"
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 10:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ווען א לענדלארד וויל זיך אהערשטעלן ווי א "גוטער" וועט ער דיר אנהייבן צו מסביר זיין אז ער איז אזוי שטארק געדרוקט און זיינע טשעקס קראכן אים שוין א.ד.ג.
און אויב עס איז א "ער" וועט ער זאגן אז זיין ווייב שטייט אים ממש אויפן קאפ און ער מוז נאדזשענען ער האט נישט קיין ברירה ער דערהייבט נישט די פרעשער פון זיין ווייב וואס קען ער נעבעך טוהן, (צו ס'איז אמת צו נישט)
און די זעלבע זאך פארקערט, אויב עס איז א "זי" וועט זי אלעס אנלייגן אויף איר "מאן" וואס פארלענגט דאס פון איר וכו' וכו'
אבער אייןם זאך פארגעסט מען אז אויסער די פיין וואס א מענטש קען האבן פון צאהלן אסאך רענט, קען אמאל די פיין זיין נאך אסאך מער אפילו ווען מען בעט נישט אזויפיל רענט, ווען מען "טרעט" אויף יענעמס געהירן און מען לאזט נישט דעם טענענט אביסל'ע אטעמען
און מען דארף שטענדיג געדענקן אז די וועלט איז נישט הפקר און "על הכל יביא אלוקים במשפט על כל נעלם"

איך רעד שוין אפילו פון אחריות'דיגע טענענטס וואס זיי וועלן טראגן די פרעשער פון די רענט נאכמער ווי די לענדלארד אליינס טראגט עס, און דאך פילן זיי פאר עפעס א מין "פליכט"
צו שטיין א מענטש אויפן קאפ די מאוסט עס פאסיבעל
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מפי השמועה האט געשריבן:
ווען א לענדלארד וויל זיך אהערשטעלן ווי א "גוטער" וועט ער דיר אנהייבן צו מסביר זיין אז ער איז אזוי שטארק געדרוקט און זיינע טשעקס קראכן אים שוין א.ד.ג.
און אויב עס איז א "ער" וועט ער זאגן אז זיין ווייב שטייט אים ממש אויפן קאפ און ער מוז נאדזשענען ער האט נישט קיין ברירה ער דערהייבט נישט די פרעשער פון זיין ווייב וואס קען ער נעבעך טוהן, (צו ס'איז אמת צו נישט)
און די זעלבע זאך פארקערט, אויב עס איז א "זי" וועט זי אלעס אנלייגן אויף איר "מאן" וואס פארלענגט דאס פון איר וכו' וכו'
אבער אייןם זאך פארגעסט מען אז אויסער די פיין וואס א מענטש קען האבן פון צאהלן אסאך רענט, קען אמאל די פיין זיין נאך אסאך מער אפילו ווען מען בעט נישט אזויפיל רענט, ווען מען "טרעט" אויף יענעמס געהירן און מען לאזט נישט דעם טענענט אביסל'ע אטעמען
און מען דארף שטענדיג געדענקן אז די וועלט איז נישט הפקר און "על הכל יביא אלוקים במשפט על כל נעלם"
קען דער לענדלארד אױך ניצן די װײב/מאן אױסרײד אױך װען ער רעדט צום מארגיטש לעקטער געז אין אינשארענס קאמפעני אדער דארט ער מיז באצאהלן די ביל׳ס צײטלעך?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20544
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

Amazing האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
נישט קיין ספק האט געשריבן:
איר וואלט געהאט די זעלבע פראבלעם מיט יעדע לענדלארד
אבי גערעדט, נישט יעדע לענדלארד פייניגט, און זיכער נישט גלייך די ערשטע טאג.
ווי ער שרייבט איז דאס זיין איינציגסטע הייזקע וואס ער פארמאגט און ביי אזא פאל וועט יעדער לענדלארד שפרינגען אויפן טאג ווייל ער דארף אויך צאלן די מארדגיטש אויפן טאג און ער האט אויך נישט פון ווי צו קאווערן און זיין בויך דרייט זיך אויך איבער יעדע סוף חודש
אויב איז דאס זיין איינציגסטע הייזקע וואס ער פארמאגט, קען גאר זיין אז די לענדלארד איז שילדיג מענטשען חובות פון $60,000 [חוץ פון די מארגעדזש]
וואס ער האט געבארגט כדי צו קענען קויפן די דירה.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

ר’ איטשע ס’איז זייער שווער, איך האב עכט נישט וואס צו צולייגן.
דער אייבערשטער זאל אייך אויפרעכטן מיט אן עשירות מופלגת.

אבער אייער לענדלארד פירט זיך דאס זעלבע וואו רוב ארבעטער וואלטן זיך געפירט מיט זייער בעה”ב, אדער מלוה צום לוה נאכן זמן הפירעון.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

אמאל ווערט א לענדלארד נאדשעדיג, ווייל די פריעדיגע טענענט האט ארויסגעמאפט מיט א חוב פון א יאר אדער צוויי רענט…..
וואס לע״ע קען(פלאנט) ער עס נישט צו באצאלן
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

געדענקסט נאך האט געשריבן:
גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
אמת, מען טאר נישט פייניגן, ב”ה מיין לענדלארד איז א פיינער.
דו אמת איז אז איך קען עס נישט פארשטיין.

אבער באמת דארף מען באצאלן, און מען דארף אויך באצאלן אין צייט וואס מען האט זיך אויסגענומען, און ווען איינער בעט וואס עס קומט אים ע”פ דין, איז אויך שווער דן צו זיין
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

געדענקסט נאך האט געשריבן:
גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
דער עולם איז געװארען זײער ליבעראל אין סענסעטיװ אזש אז װען א אײנער בעהט װאס קימט זיך אים הײסט שױן פייניגען אין צאפן בלוט
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 11:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

לא יגוש איז פאר ווען ס'קומט זיך עפ"י דין.

בעטן/דערמאנען איינמאל איז נישט די זעלבע ווי פייניגן און לייגן דרוק.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

געדענקסט נאך האט געשריבן:
גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
אפשר קענסטו מסביר זיין וואס איז א חילוק פון א לענדלארד מיט א גראסערי מאן וואס לאזט נישט ארויס נעמען די עסען ביז איך צאל עהם אויפן פלאץ כאטשיק עס קען זיין יענעמס קינדער גייען אויס פאר הונגער וואו איז די אידישע געפיל ? און די גראסערי ביל איז ארויף די לעצטע יאר צייט כמעט א דריטעל מער ווי פאר יאר ? פשוט ווייל ער האט פאוער ניצט ער עס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איטשע האב אפגעשריבן אלעס אין איין לאנגע פאראגראף און ס'איז שווער אלעס אויפצוכאפן סאו יעדעם קלינגט עפעס אנדערש

איך האב ב"ה זייער א גוטער לענדלארד, מיין קליינע האצעך נעכטן אנגערופן פאר מיין ווייב אונז האבן 3 זיידיס און 3 באביס

כ'ווייס נישט וואס איטשע מאכט מיט מיט זיין לענדלארד אבער כ'האב שוין געהערט שוידערליכע מעשיות וואס כ'וויל נישט שרייבן כדי נישט צו געבן קיין איידיעס פאר אנדערע רשעים

פון די אנדערע זייט איז ליידער איינגעפירט ביי אונז געוויסע זאכן און כאטש די געזעץ זאגט אנדערש איז דא א מעגליכקייט אז ע"פ איז דער לענדלארד גערעכט. למשל פעינטן וכדומה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

העלאו האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
אפשר קענסטו מסביר זיין וואס איז א חילוק פון א לענדלארד מיט א גראסערי מאן וואס לאזט נישט ארויס נעמען די עסען ביז איך צאל עהם אויפן פלאץ כאטשיק עס קען זיין יענעמס קינדער גייען אויס פאר הונגער וואו איז די אידישע געפיל ? און די גראסערי ביל איז ארויף די לעצטע יאר צייט כמעט א דריטעל מער ווי פאר יאר ? פשוט ווייל ער האט פאוער ניצט ער עס
פאר מ'גייט ענטפערן דיין פראגע

דער לענדלארד האט אויך געוויסע התחייבות'ער. האלט ער עס אזוי ערליך?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װאספארא התחייבות'ער? האט בכלל יענער געסײנט א ליגאלער לעיס?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

העלאו האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
גארנישט גארנישט איז א תירוץ צו פייניגן א מענטש !!!

לא יגוש איז א לאו אין די תורה אפי' ווען דער מלוה איז 100% גערעכט.

יא מען מוז באצאלן , אבער די power וואס די לענדלארס האבן בלויז ווייל יענער האט נישט בעסערס איז נישט נארמאל ! מען רעדט נישט דא פון נישט באצאלן, מען פון צאלן אפאר טעג שפעט.

אין די עקעלדיגע ווערטער פון א געוויסע ניק דא, "כגלייב נישט אז ער וועט האבן עגמות נפש אז איר פאקט פעק" איז רשעות צו זאגן פאר א איד וואס איז פארווייטאגט, און ווי עס שיינט האט דער ניק נישט טועם געווען דעם טעם פון זיין א טענענט. גערעדט ווי א גוי אן געפיל.

אין די גויש'ע וועלט האט אפט די טענענט די מאכט, עס זענען דא אגענטורן וועלכע נעמען זיך אן פארן טענענט, אבער מיר טארן דאך נישט מסר'ן דעריבער נעמט מען עדווענדיש פון איז .

ווען דער לענדלארד זאל ווען וויסן אז איך קען רופן 311 ווען ער טוט נישט זיין מינומם התחייבות, וואלטן זיי איינגערוט.
אפשר קענסטו מסביר זיין וואס איז א חילוק פון א לענדלארד מיט א גראסערי מאן וואס לאזט נישט ארויס נעמען די עסען ביז איך צאל עהם אויפן פלאץ כאטשיק עס קען זיין יענעמס קינדער גייען אויס פאר הונגער וואו איז די אידישע געפיל ? און די גראסערי ביל איז ארויף די לעצטע יאר צייט כמעט א דריטעל מער ווי פאר יאר ? פשוט ווייל ער האט פאוער ניצט ער עס
א נארמאלע גראסערי וועט לאזן זיין קאסטומער וואס ער קען און ווייסט אז ער וועט באצאלן איינקויפן אויף בארג, אפי' די ביל איז אביסל הויך, ער וועט אים טראסטען, היות ער האט באצאלט בז היינט.

משא"כ לעדלארס וועלן פייניגן אפי' דער טענענט איז בלויז שולדיג אפאר טאג, ווי ערווענט מען רעדט נישט פון א טענענט וואס באצאלט בכלל נישט, מען רעדט פון צאלן אפאר טעג צו אפי' א וואך שפעט. איי ער האט דיר באצאלט די לעצטע דריי יאר יעדעס פעני, אפשר נישט אויפן טאג, אבער באצאלט, וואס ווערסטו ווילד ? וואלסטו געוואלט אז דיין גראסערי זאל זיך אזוי אויפירן צודיר און פארלאנגען 0 בעלענס יעדע חודש ?
שמואל הלוי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:04 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל הלוי »

ר' איטשע,

לאמיר זאגען צוזאמען "ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי"

דער לענדלער קען אייך נישט מצער זיין ער איז סך הכל דער שטעקן, יכול ליהות ער איז אינעם כלל פין מגלגלין חוב על ידי ...
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

מיין ערשטע לענדלאדעקע איז געווען גאנץ א פיינע (רייכע) אלמנה, אבער שרעקליך געלט גייציג, כמעט גארנישט אריינגעלייגט, און ווען זי האט געוואלט האבן א רעיס (אפילו שלא ביושר) האט זי איבערגעדרייט א וועלט, גע'רודפ'ט מיך, מיין ב"ב, מיין שוויגער, מיין באבע, נאך געשריגן אויף די גאס, געקאלט רבנים וכו' גערופן צום בי"ד (און זי האט פארלוירן...)וכו'

למעשה האב איך זיך גאנץ פיין ארייגעפיפן, ביז כהאב געקויפט א אייגענע הויז ב"ה.

ווען איך קוק צוריק, זע איך אז סאיז געווען א טובה, אגב, ווען זי וואלט גע'רודפ'ט אביסל שטערקער, וואלט איך ארויס אביסל פריער, און געקויפט א דירה פאר ביליגער, א שאד אז זי האט נישט גע'רודפ'ט גענוג.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

abeg האט געשריבן:
װאספארא התחייבות'ער? האט בכלל יענער געסײנט א ליגאלער לעיס?
גראסערי, שכ"ל, לעקטער, געז וכדו,

האט ער זיראו בעלענס "אייביג" איבעראל ? אויב נישט פארוואס דארף דיין טענענט האבו 0 בעלענס "אייביג" ?

און מיר גייען נישט אריינגיין אין די רשעות און עדווענדש די לענדלארס נעמען מיטן צושטעל זילטש פארן טייערסטן פרייז.

נישט קיין סטארידזש, נישט קיין קערידזש ספעיס, נישט קיין ריפעירס.

גוישע טענענטס רופן דעם לענדלארד צו ריפלעיסן א באלב פון 75 סענט, אבער אונזערע לענדלארס וועלן ניטאמאל קיין מעידזשר ריפעירס נישט טון אבער פארלאנגען די מערסטע, און דאס אלעס האט איין תירוץ, ניין נישט ווייל ער "מעג" טון וואס ער וויל, נאר ער "קען" טון וואס ער וויל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”