Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
דאס אז ס'איז ארויסגעקומען די ענין פון ענערגיע האט א געוויסע פאטענציאל צו צעשאקלן די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אין העכערס. אבער עכט איז זיי נאכנישט געלונגען אינגאנצן אויפצואוווייזן - ביי אלע פעלער - וויאזוי ס'ארבעט. און דאס דרוקט זיי. קומען זיי אויף מיט טעאריעס.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:איך האב איין זאך צו זאגן.
תמים תהי' אים ה' אלקיך.
כוחות? איין כח!נשמה האט געשריבן:דאס אז ס'איז ארויסגעקומען די ענין פון ענערגיע האט א געוויסע פאטענציאל צו צעשאקלן די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אין העכערס. אבער עכט איז זיי נאכנישט געלונגען אינגאנצן אויפצואוווייזן - ביי אלע פעלער - וויאזוי ס'ארבעט. און דאס דרוקט זיי. קומען זיי אויף מיט טעאריעס.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:איך האב איין זאך צו זאגן.
תמים תהי' אים ה' אלקיך.
די סיבה פארוואס עס קען רוען א רוח טומאה אויף א מענטש ווען ער נעכטיגט אין בית הקברות מיט'ן חשבון צו באקומען געוויסע כוחות, איז נישט ווייל ס'קומט אויף אים געוויסע כוחות, נאר ווייל דער מענטש גייט אריין מער און מער אין אזא סארט מוד. ווייל ער שלאפט אין אזא ספוקי פלאץ. סאו, די מיינד האט א טבע אז ס'ווערט אזוי. אלעס זענען זיי מסביר מיט הסברים, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט דערמיט. אפילו אויב פון אויבנאויף קען זיך דאכטן אז יא, מן הסתם טאקע.
ס'איז נאר א וועג פון הסבר. אבער מיר יודן וואס גלייבן סייווי אז ס'עקזיסטירט כוחות, אונזער גאנצע ספרים שאנק רעדט פון כוחות, סאו, וואס דארף מען צוקומען צו זייערע הסברים. זאג פשוט. ווען איינער שלאפט אין א בית הקברות און ער איז מכוון צו ממשיך זיין אויף זיך כוחות הטומאה וואס הערשן דארט, גייט עס אים. ביי אונז זענען זאכן זייער פשוט. און להבדיל אין אינדיע אויך.
עס רירט אן זייער אסאך תחומים, עס איז באמת זייער האקל, און ווען א מענטש איז נישט משים לב - קען געהעריג זיין אז ער דינט עבודה זרה [עכ"פ בשותף].אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:אמת. ווען איך גיי ארויס פון הויז אז 'איך' גיי מאכן פרנסה. עבודה זרה פון יכולות.נשמת השכל האט געשריבן:זה נושא עמוק ודק מאד, א דינער ליניע צווישן אמונה און עבודה זרה, נישט נאר לגבי די כוחות רוחניים, נאר אויך ביי נאך אסאך זאכן, ואין כאן מקומו.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:איך גלייב אז יעדע אנדערע כח אין וואס מען גלייבט איז טומאה. אויב איך נעם א שטיין און איך זאג אז די שטיין קען מיך העלפן איז דאס ריכטיג עבודה זרה.
יעצט קען מען זאגן אז די קייטל איז מיין השתדלות אז דער אייבירשטער זאל מיך העלפן, איז עס נישט אזוי. אויב איך נעם מעדעצין אלס השטדלות איז עס פארשטענדליך. אבער פרעג עני קייטל מענטש אויב עס ארבערט אזוי. ניין, מען מיז גלייבן אינם קייטל.
אבער פארוואס א דינער ליניע? אדער גלייב איך אז ה' וועט מיר געבן פרנסה אדער אן אנדערן, ניין?
יאפ.נשמה האט געשריבן:פלאסיבאו מיינט אז דו עפנסט דיך אויף צו גלייבן, ווייל דאס אליין אז מ'גלייבט נישט, דאס אליין האלט אפ די כוחות. פלאסיבאו מיינט נישט אז ס'איז א פלאסיבאו. השי"ת האט באשאפן אז אמונה זאל ממשיך זיין, ווייל ס'איז באמת ממשיך. אבער ביסט ווייטער ממשיך. נישט די פלאסיבאו איז די זאך וואס היילט, נאר די כוח פון באשעפער, (סטרא אחרא איז אויך געטליכע כוחות) וואס עפנט זיך ווען דער מענטש גלייבט. זאג פאר די סייענטיסטן אז זיי טראכטן, אבער זיי טראכטן נישט גענוג טיף.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:איך ווייס פינקטליך וויאזוי די מענטש איז אויסגעהיילט געווארן.
זייער זייער אסאך מחלות קען מען אויסהיילן דורך א זאך וואס הייסט פלאסיבא. איך גלייב אז מען רעדט דא פון א מענטש וואס איז שטארק פארגלייבט מיט אן אמונה שלימה אין דעם מענטש. איז אויב דער מענטש זאגט אים 'ביז א וואך גייסטו זיך אויסהיילן' און נאכדעם, 'די ביזט אויסגעהיילט', קען איך זעהן מ'זאל זיך טאקע אויסהיילן. די פאר מאל וואס עס ארבעט נישט איז עס פלעין א מיסטעיק, מ'האט זיך פארמישט מיט אנדערע כוחות.
איך האב אמאל דורך געטאן די נושא. סטאדיס ווייזן אז פלאסיבא קען אויך אריבערגיין פון א גלייבונג פון די מאמע צו א רפואה פארן קינד.
איך הארעווע דערווייל אויף מיר צו גלייבן אין איין איינציקסטן כח. אין עוד מלבדו.
גלייבטס מיר איך האב שוין דורך דעם געקענט שרייבן א אשכול פון 500 בלעטער מיט ניסים ונפלאות וואס זענען געקומען דורך זיך פארלאזן אינם אייבירשטן,און גלייבן אז ער וועט מיר געבן וואס איך דארף, מיט נארמאלע השתדלות. איך זאג אייך אידן, ס'איז סייווי די איינציגסטע כח.
עבודה זרה איז עס נאר אויב מען גלויבט דערין לכשעצמו, אויב אבער גייט מען צו דערצו מיט א אמונה שלימה דאן איז שוין די דעבאטע נאר צו טעכניש גייט דאס אריין אין די איסור פון כשפים - וועלעכע איז אינגאנצן אן אנדערער איסור פון עבודה זרה. עס איז א באזונדערע איסור לגמרי וואס הקב"ה האט געאסר'ט צוליב וואס מיט דיע סארט פעולות באנוצן זיך די עובדי ומאמיני עבודה זרה, ממילא האט דער אויבערשטער ממאס געווען אין דיזע פעולות און דאס געמאכט פאר א עצם איסור.נשמה האט געשריבן:אויב וואלט עס געווען א עבודה זרה, וואלטן אלע אוסרים געזאגט אז ס'איז עבודה זרה. נעמען א מעדעצין גלייבסטו אין באשעפער אז דער באשעפער וועט העלפן, במילא קומט די כוח פון באשעפער.
די עצם זאך זאך אז עס פארמאגט אין זיך א געטליכקייט מאכט עס נישט אנדערש, מיר אלע גלויבן אז יעדע זאך אין די וועלט פארמאגט א געטליכקייט.נשמה האט געשריבן:אויב דו גלייבסט אז די מעדעצין קען העלפן ווייל ס'האט אין זיך א געטליכקייט, איז שוין עפעס אנדערש.
נשמה האט געשריבן:דאס אז ס'איז ארויסגעקומען די ענין פון ענערגיע האט א געוויסע פאטענציאל צו צעשאקלן די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אין העכערס.
דו קומסט אריין אויסטערליש קלאר. א_ווי אלעמאל.נשמת השכל האט געשריבן:עס רירט אן זייער אסאך תחומים, עס איז באמת זייער האקל, און ווען א מענטש איז נישט משים לב - קען געהעריג זיין אז ער דינט עבודה זרה [עכ"פ בשותף].אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:אמת. ווען איך גיי ארויס פון הויז אז 'איך' גיי מאכן פרנסה. עבודה זרה פון יכולות.נשמת השכל האט געשריבן:זה נושא עמוק ודק מאד, א דינער ליניע צווישן אמונה און עבודה זרה, נישט נאר לגבי די כוחות רוחניים, נאר אויך ביי נאך אסאך זאכן, ואין כאן מקומו.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:איך גלייב אז יעדע אנדערע כח אין וואס מען גלייבט איז טומאה. אויב איך נעם א שטיין און איך זאג אז די שטיין קען מיך העלפן איז דאס ריכטיג עבודה זרה.
יעצט קען מען זאגן אז די קייטל איז מיין השתדלות אז דער אייבירשטער זאל מיך העלפן, איז עס נישט אזוי. אויב איך נעם מעדעצין אלס השטדלות איז עס פארשטענדליך. אבער פרעג עני קייטל מענטש אויב עס ארבערט אזוי. ניין, מען מיז גלייבן אינם קייטל.
אבער פארוואס א דינער ליניע? אדער גלייב איך אז ה' וועט מיר געבן פרנסה אדער אן אנדערן, ניין?
עס איז נוגע ווען מען גלויבט אין טבע, גלויבן אין צדיקים - קברי צדיקים - התקשרות לצדיקים, גלויבן אין כוחות רוחניים לכשעצמם [אפילו שבקדושה] - אן די קשר צו גאט היחידי ופועל היחידי.
עס זאגט זיך זייער גרינג אז מען גלויבט טאקע נישט אין טבע אדער אין כוחות אדער וכו', אבער צו מען איז באמת טאקע אלעס מקשר צו גאט צו נישט - איז שוין גארנישט אזוי זיכער. א מענטש קען זאגן אז ער גלויבט אז דער אויבערשטער טוט אלעס, אבער למעשה אין וועם גלויבט ער 'באמת'?! אויף וועם און אויף וואס פארלאזט ער זיך באמת?!
און דאס איז בעצם די גרעסטע חלק פון אונזער עבודה אויפן וועלט - צו פארזיכערן אונזער גלויבונג טאקע נאר אין גאט און אין קיין אנדערן חלילה נישט. און צו נעמען אלע כוחות פון די וועלט אלע כוחות וועלעכע מיר פארמאגן און אלע כוחות וועלעכע די טבע פארמאגט און זיי מאחד זיין באיחוד גמור מיט גאט ב"ה וועלעכע איז דער בעל הכוחות כולם.
----
בעצם איז דאס געווען די ניסיון פון אידישע קינדער ביים ערשטן ביהמ"ק - די חטא פון עבודה זרה. עס איז נישט געווען עפעס אז אידן האבן געהאט א ריזיגע נסיון צו גלייבן אין האלץ און שטיינער.. אויך מיר א נסיון..
די נסיון איז געווען אז אידן אין יענע צייט זענען געווען זייער אויף הויכע מדריגה אין רוחניות'דיגע מושגים - ספיריטואל בלע"ז, און זיי זענען געווען זייער להוט נאך כל מיני דביקות'ן און התקשרות'ן אין כוחות רוחניים. און די פראבלעם איז געווען אז זיי האבן בדקות בדקות מקצץ געווען בנטיעות - נישט מקשר געווען אט דיע כוחות צו זייער שורש כראוי, וואס ווען א מענטש איז יא זוכה צו זיין דבוק אין גאט ב"ה מיט די אלע כוחות רוחניים איז קיין גרעסער'ס פון דעם נישט פארהאן, דאס ברענגט דעם מענטש צו רוח הקודש און נבואה. און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ביים ערשטן ביהמ"ק האבן זיך געיאוועט אזויפיל נביאים ובני נביאים אין די מאסן, ווייל די דור איז געווען זייער א הויכע, און דאס האט טאקע אויך געברענגט די פלייץ פון נביאי שקר, דהיינו הויעך איז יעדער געווען, נאר די וועלעכע האבן נישט ריכטיג זיך באנוצט מיט אט די הויכע מדריגות רוחניים האבן דאך געהאט די כוחות רוחניים און די ריינקייט און אמת'קייט פון איינציגן גאט, וממילא זענען זיי אדורכגעפאלן מיט זייער נבואה און נישט ריכטיג מכוון געווען. און דאס איז די עבודה זרה וועלעכע די אידן זענען דאן נאכגעלאפן.
און דאס איז עפעס וועלעכע איז עקטשולי א גרויסע נסיון דאס נאכצולויפן - פאר אזוינע וועלעכע גלייכן א ספיריטואלער און העכערער לעבן.
שקר רח״ל, אין שום מקור לזהאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:יאשקע האט געקענט מחייה מתים זיין, און זאכן וואס נבאו שקר האבן פאראויס געזאגט האבן עכט געקענט געשען.
גוט געזאגט, צוקער יעדעס ווארט. איך האב הנאה פון אייערע דיבורים.נשמת השכל האט געשריבן:און אה"נ, ווען א מענטש גלויבט אז טיילענאל זאל האבן א כוח ע"פ טבע לכשעצמו קען דאס פונקט אזוי זיין פראבלעמאטיש. נאר די טבע'דיגע מציאות איז אזוי מצומצם און מוגבל אז אמאהל איז די טבע'דיגע כוחות ממש נישט געווען קיין ארטיקל, מען איז נישט פארבלענדעט געווארן פאר די טבע'דיגע יכולת אז מען זאל ממש גלויבן אז דאס איז די בעל היכולת ובעל הכוחות כולם.
נאר היינט ווען די וועלט איז אזוי מאטריאליסטיש געשטימט און די פאלנע טבע איז פארוואנדלט געווארן אין א עבודה זרה ממש אויף די זעלבע דרגא אוואו די עבודה זרה פון רוחני פון אמאהל, איז דאס פונקט אזוי [און נאכמער] א פראבלעם אוואו די אמאהל'יגע אסור'דיגע גלויבונגען.
נשמה האט געשריבן:גוט געזאגט, צוקער יעדעס ווארט. איך האב הנאה פון אייערע דיבורים.נשמת השכל האט געשריבן:און אה"נ, ווען א מענטש גלויבט אז טיילענאל זאל האבן א כוח ע"פ טבע לכשעצמו קען דאס פונקט אזוי זיין פראבלעמאטיש. נאר די טבע'דיגע מציאות איז אזוי מצומצם און מוגבל אז אמאהל איז די טבע'דיגע כוחות ממש נישט געווען קיין ארטיקל, מען איז נישט פארבלענדעט געווארן פאר די טבע'דיגע יכולת אז מען זאל ממש גלויבן אז דאס איז די בעל היכולת ובעל הכוחות כולם.
נאר היינט ווען די וועלט איז אזוי מאטריאליסטיש געשטימט און די פאלנע טבע איז פארוואנדלט געווארן אין א עבודה זרה ממש אויף די זעלבע דרגא אוואו די עבודה זרה פון רוחני פון אמאהל, איז דאס פונקט אזוי [און נאכמער] א פראבלעם אוואו די אמאהל'יגע אסור'דיגע גלויבונגען.
איך וויל נאר צולייגן ווייטער, אז צומאל קען אויסקוקן אז די אמאליגע זענען געווען פאנאטיש ווען זיי האבן גערעדט פון שדים, רוחות, קליפות, כוחות, דיבוקים, היינט פארשטייט מען שוין דעם "אמת" אז די אלע זאכן זענען סתם געשעענישן מיט די מיינד. נישט ווייל באנאכט הערשט שטערקער די שליטת החיצונים, נאר ווייל ס'איז באנאכט און די טבע איז אז ס'מאכט אזוי און אזוי פילן, אזוי "ביינאכט'יש". נישט ווייל פרייטאג זענען זיי שטערקער, נאר פשוט ווייל מ'איז אנגעצויגן פון ערב שב"ק. אמאל האט מען זיך ערלויבט צו גלייבן.
סייענטיסטן האבן אזא "נאטור" אויסצורייסן גאנצעטע שטיקער פאקטן וואס שטומט נישט מיט זייערע הסברים. אויב ס'שטומט נישט מיט זייערע הסבר וויאזוי די וועלט ארבעט, עקזעסטירן מער נישט די יעניגע פאקטן. ס'איז פשוט נישט אין עקזיסטענץ מער. אזוי האט מען אויסגעריסן פון די בריאה פארשידענע געפילן וואס מענטשן האבן וואס האט מיט העכערע כוחות. מענטשן פילן עס מער נישט. און איך קלער אז אפילו אפשר ביי יודישקייט איז אויך אזוי. און יעצט ווען מ'הערט אז ס'דא אזעלכע העכערע זאכן ווערט מען פארקויפט דערפאר.
די סייענטיסטן וואלטן געזאגט אז די הייליגקייט וואס א מענטש פילט שב"ק האט צו טון מיט association, אדער מיט א placebo affect. איינער זאגט מיר איינמאל אז די געפיל נאך א מקווה איז סתם א 'הרגש', סתם א 'דמיון', האב איך אים געפרעגט "ווער זאגט דיר אז ס'איז נישט קיין פאקטישע קדושה וטהרה?" ווען ווערט עס אויס 'פאקטיש'?
לאמיר אריינטראכטן. איך געדענק אלץ קינד פלעגט מען אלעמאל שמועסן פון 'כישוף', 'שדים', אז היינטיגע צייטן עקזיסטירט עס שוין נישט. ווען מיר פלעגן לערנען די פסוקים פון "קסם קסמים מעונן ומנחש ומכשף, וחובר חבר, דורש אל המתים" האב מיר אלע געטראכט, אלטע מאדנע זאכן. פלוצלינג ווערט מען געוואויר אז ס'עקזיסטירן מאדנע זאכן.
די כלל איז אז מ'פילט נישט אז ס'עקזיסטירט נישט, מיינט דאס נאכנישט אז ס'עקזיסטירט נישט. די סיבה פארוואס מ'פילט נישט איז, ווייל מ'האט זיך צוגעמאכט די אויגן, די עיני השכל, די עיני ההרגש, פון די אלע זאכן.
ב"האנעים זמירות האט געשריבן:וואס מ'שרייבט אויף סייענטיסטען איז פשוט נישט ריכטיג. סייענס אנערקענט פיהל זאכען וואס מ' פארשטייט נישט וויאזוי עס ארבעט (צבש דער גאנצע וועלט פון קוואנטום). נישט דאס איז דער פראבלעם.
סייענס (בעסער געזאגט דער סייענטיפישע מעטאד) באדייט אז מ'קען עס מעסטען און אויפווייזען.
אלף בית האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 3:18 pmהרב פארשלאפן!
לויט דיר, ווי מעג מען בכלל רעדן דורפן טעלעפאון?
עס איז דאך זיכער כישוף? ניין? איך שטיי אויף עק וועלט אין איך רעד אריין אין עפעס א קליינע כ'ווייסנישוואס, און עפעס מיט כישוף יענער אין אנדערע עק וועלט הערט?
און א מעדיקעל דאקטער איז - לויט דיר - נישט קיין כישוף? ער נעמט ארויס בלוט פון מיין האנט לייגט עס אריין א כלי נאך א טאג צוויי זאגט ער מיר פונקטליך וועלכע קרענק איך האב צו נישט, כישוף ניין?
הרב פארשלאפן ביטע ווייז מיר אויף אז דו ווייסט וויאזוי די חכמה ארבעט און די ווייסט ואס ס'מיינט כישוף, דערנאך וועל איך דיר גלייבן, נישט יעדע זאך וואס דו פארשטייסט נישט איז כישוף, אקעי?
נישט ווייל איך האלט א ס'איז 100% כשר כ'בין נישט באקאנט אין די פאקטן רעדט איך נישט, איך גיי נישט צו זיי, כ'בין ב"ה געזונט אן זיי אויך, און אפילו איך זעה ביי זיי גאנץ אינטערסאנטע זאכן, האב איך שוין געזעהן מער מענטשן וואס זענען געהאלפן געווארן דורך פשוט'ע מעדיקעל דאקטורים.
חוץ פון דעם זיי זאגן נישט קיין עתידות.
עס איז צו גרויס...
viewtopic.php?p=4358694#p4358694leadership האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 23, 2023 11:38 amאיך זוך א קלארער שיעור וועגן די הלכה
להיתר און אויך לאיסור
ווייסט איינער?
אויב שוין פאראן אזאן אשכול ביטע שמעלצן
ר' יצחק שטיין דומ"ץ פאלטישאן האט א חיבור אויף דעם, איך געדענק נישט די נאמען.leadership האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 23, 2023 11:38 amאיך זוך א קלארער שיעור וועגן די הלכה
להיתר און אויך לאיסור
ווייסט איינער?
אויב שוין פאראן אזאן אשכול ביטע שמעלצן