ווייטעמין נייעס- פון: "געזונט ניסל"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

געזונט ניסל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 12:05 pm

ווייטעמין נייעס- פון: "געזונט ניסל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזונט ניסל »

אין דעם אשכול וועל מיר אי"ה פראבירן שרייבן נייעס אין די וועלט פון וויטאמינען מינעראלן עמינא עסידס א.ד.ג.

ביטע לאזן דא נאר פאר די טרוקענע נייעס

קאמענטארן קען מען שרייבן דא

קאו קיו טען [CoQ10 -אדער איר לענגערע נאמען Coenzyme Q10] סופלעמענטס קען העלפן פאר שוואכקייט, סיי כראנישע, און סיי פאר געזונטע מענטשן וועלכע דארפן נאר א "שטופ".

א מעטא-אנאליז [איבערזיכט און פארזיכטיג- באטראכטע אריינבליק אין פילע שטודיעס אויף 1 נושא] אין די פארמאקאלאגיע מעדיצינישער זייטל, אויף 13 שטארקע "רענדאמייזד קאנטראלירטע טרייעלס" ווייזט אז עס קען שטארק העלפן פארן אלטן פרעבלעם פון "ווי נעמט מען אביסעלע כח.

נאך מער, די שטודיעס האבן געוויזן אז די רעזולטאטן זענען געווארן שטארקער לפי ערך פון וויפיל "קאקיו טען" מ'האט גענומען.


די שטודיע האט אריינגענומען סך הכל 1126 מענטשן מיט פריערדיגע שוואכקייט אישוס, מ'האט זיי געגעבן צווישן 60 און 500 מיליגראם טעגליך [געוואנדן אין וועלכע שטודיע]

די שטודיע שרייבער האבן געזען א פאזיטיווער פארבינדונג צווישן די טריטמענט- און שוואכקייט רעדוקציע

מקור
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: ווייטעמין נייעס- פון: "געזונט ניסל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ווייטאמינס איז נישט שייך צו זאגן איין כלל פאר א יעדן, פאר א יעדעם העלפט אנדערע וויטאמינען, און א יעדער דארף וויכטיג האבן באזונדערע וויטאמינען, און "אין חכם כבעל נסיון" די בעסטע איז אז מען פרובירט דאס אויס און מען איבערצייגט זיך וועלכע עס העלפט יא און וועלכע נישט
אויסער אויב אויף די בלאד-טעסט שטייט אז עס פעהלט אים
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: ווייטעמין נייעס- פון: "געזונט ניסל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

מפי השמועה האט געשריבן:
ווייטאמינס איז נישט שייך צו זאגן איין כלל פאר א יעדן, פאר א יעדעם העלפט אנדערע וויטאמינען, און א יעדער דארף וויכטיג האבן באזונדערע וויטאמינען, און "אין חכם כבעל נסיון" די בעסטע איז אז מען פרובירט דאס אויס און מען איבערצייגט זיך וועלכע עס העלפט יא און וועלכע נישט
אויסער אויב אויף די בלאד-טעסט שטייט אז עס פעהלט אים
די מישט אויס ווייטעמינען און הערבס און אנדערע איינרעדענישן. ווייטעמינען איז וואס א מענטש דארף האבן אין באקומט פונעם עסן וואס וואס ער עסט, און פון די זון אינדרויסן א.ד.ג. אויב איז ער דיפישענט קען עס ברענגען צו פראבלעמען. דערפאר איז ריכטיג צו פראבירן צו נעמען ווייטעמינען סייווי. אנדערע זאכן קענען אפשר העלפן, אבער מאסטלי העלפט עס געבן איינעם פרנסה און שוין.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: ווייטעמין נייעס- פון: "געזונט ניסל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:
די מישט אויס ווייטעמינען און הערבס און אנדערע איינרעדענישן. ווייטעמינען איז וואס א מענטש דארף האבן אין באקומט פונעם עסן וואס וואס ער עסט, און פון די זון אינדרויסן א.ד.ג. אויב איז ער דיפישענט קען עס ברענגען צו פראבלעמען. דערפאר איז ריכטיג צו פראבירן צו נעמען ווייטעמינען סייווי. אנדערע זאכן קענען אפשר העלפן, אבער מאסטלי העלפט עס געבן איינעם פרנסה און שוין.
דארפסט נישט אונטערהאקן הערבס צו ארויפברענגען ווייטעמינען, אנדערש ווי האמיאפעטי וכדו' וואס קיינער ווייסט נישט באמת וויאזוי עס ארבעט, האבן געוויסע הערבס אסאך סטאדיס צו ווייזן זייער אפעקטיוונעס, און אויך צו פארשטיין וויאזוי זיי ארבעטן. מ'דארף נאר וויסן ווי איין און ווי אויס
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”