מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי
די זייגער ווייזט 8:30 און אונזער פלייט פארט ארויס 9:20. מיר טשעקן נישט איין קיין פעקלעך. די סעקיוריטי איז דורך געשמירט און מיר גייען צום געיט וואו מען האלט שוין אינמיטן בארדן. מיר שטייגן אויף אויפ'ן פליגער און מאכן זיך באקוועם אויף די זיץ פלעצער.
די פלייט איז פון יונייטעד עירליינס נעמענדיג בערך א שעה צייט. נאך א קורצע צייט אויפ'ן ראנוועי זענען מיר אין די לופטן און מיר מאכן אונזער וועג צום נארפאלק עריפארט אין ווירדשיניע. נאך פאר וואס, ווען, וואו רופט שוין דער פיילאט אויס אז מען הייבט אן לאנדען... מיר קומען אן קיין ווירדשניע. מיר ריכטן אונזערע טריט צום הערץ קאר רענטל וואו מיר פיקן אויף א קרייסלער פעסיפיקע מיניווען. די וועג פונעם עירפארט צום האטעל נעמט 20 מינוט.
מיר קומען אן צום הייעט האטעל וואס געפינט זיך אין די Chesapeake געגנט. די האטעל האב איך געבוקט מיט פוינטס. זייענדיג א Category 1 האטעל האט עס געקאסט א קארגע 5000 פוינטס וואס מיט דעם האב איך מיר געשפארט אסאך געלט אין קעש. די האטעל איז אין א פארהאלטניסמעסיגע גוטע קאנדישען... מען עסט מלוה מלכה אין מען לייגט זיך שלאפן.
ויהי ערב ויהי בוקר. מיר שטייען אויף פרי לויט אונזער זונטאג'דיגע השגות. מיר דארפן כאפן די מנין שחרית וואס שטעלט זיך 8:00. די וועג פון האטעל צום ביהמ"ד נעמט 20 מינוט. מיר קומען אן צום ביהמ"ד בני ישראל ווען מען האלט שוין נאכן אנהייבן הודו. אינדרויסן הענגט א צעטל וואס מעלדט אז אויב מ'איז נישט וואקסענירט מוז מען אנהאבן א מאסק. (דאס איז געווען פאריאר אנהייב ווינטער) מיר איגנארירן דעם צעטל און מען גייט ווייטער. מיר זעצן זיך אין די בעק. געלייגט טלית ותפילין און מען שטעלט זיך דאווענען.
אין די זייט פונעם בנין הביהמ"ד איז דא א מקוה טהרה. איינער פון די מתפללים האט עס געעפנט לכבודינו און מיר האבן געכאפט א טבילה.
מען זעצט זיך אריין אין קאר און מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג צום Shenandoah national park. די וועג צום פארק נעמט ארום 3 שעה. מען פארט אדורך די הויפט שטאט פון ווירדשיניע, 'ריטשמאנד'. אלץ נענטער מען ווערט צום פארק אלץ שענער ווערט די וועג. מען איז ארומגענומען מיט הערליכע בערג.
די Shenandoah National Park איז א הערליכע פארק אויף די הויכע בערג פון די Blue Ridge Mountains. די פארק איז לאנג און שמאל. אינמיטן די פארק לויפט אדורך די Skyline Drive וואס ציט זיך פאר 105 מייל. יעדע פאר מייל זענען דא פלעצער וואו מען קען מען זיך אפשטעלן און באטראכטען די הערליכע וויא. די פארק פארמאגט אסאך הייקינג טרעילס און הערליכע וואסערפאלן. דורכאויס די מאנאט פון October איז די פארק זייער פאפולער. וויבאלד דאס איז די צייט וואס די קאלירן פון די בלעטער טוישט זיך צו געל און אראנדש אהערשטעלנדיג א הערליך בילד פאר די באזוכער.
די פארק געפינט זיך 75 מייל פונעם הויפטשטאט וואשינגטאן די סי וואס דאס ברענגט אסאך באזוכער צו די פארק.
נאך א לענגערע דרייוו קומט מען אן צום טויער פון די פארק. מיר צאלן די פרייז אריינצופארן אינעם פארק. די שומר הפתח גיט אונז א מאפע און מען לאזט זיך ארויס אויפן Skyline Drive. די ראוד איז א טו וועי ראוד און מיר הייבן אן אונזער דרייוו פון דרום זייט ביי מייל מארקער 105. לויט ווי איך פארשטיי הייבן רוב באזוכער אן די דרייוו פון די פארקערטע ריכטונג אויף צפון זייט וויבאלד עס איז נענטער צו וואשינגטאן די סי פון וואו רוב באזוכער קומען.
אונזער ערשטע סטאפ איז ביי די McCormick Gap Overlook. די וויו איז הערליך. מען קריכט ארויס פון די קאר, מען כאפט בילדער און מען לאזט זיך ווייטער אין וועג צום קומענדיגע סטאפ. מיר האבן נאך אפאר מאל זיך אפשטעלן איינגעזעהן אז מיר רוקן זיך זייער שטאט, והיום קצר. די ספיד לימיט אויף די ראוד איז 35 און מען קען במציאות נישט פארן שנעלער וויבאלד די ראוד איז שמאל און געדרייט. אויב ווילן מיר אריינכאפן די גאנצע פארק אדער כאטש א גרויס חלק דערפון דאן קענען מיר נישט סטאפן ביי יעדע Overlook. מיר האבן מחליט געווען אז מען וועט זיך נאר אפשטעלן ביי די גאר אינטערעסאנטע פלעצער.
פארענדיג ווייטער האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי פארשידענע אינטערסאנטע אווערלאקס. די וויוס זענען הערליך! די ראוד וואס לויפט אדורך די פארק איז ארומגענומען מיט ביימער און עס גיט א געשמאקע געפיל געפינענדיג זיך אין שויס פון נאטור. איינע פון די אפשטעל פלעצער איז געווען ביי די Byrd Visitor Center וואס געפינט זיך נעבן מייל מארקער 50. אריינגייענדיג האט א שומר ביים טיר פארלאנגט אנצוטוהן א מאסק. די וויזיטער סענטער פארמאגט אן אויסשטעלונג פון פארשידענע זאכן פון די פארק וואו די באשעפענישן וואס לעבן אין די פארק און איבער די היסטאריע.
פון דארט האט מען ממשיך געווען די וועג צו אונזער קומעדיגע סטאפ ביי דיStony Man Overlook. פון דארט הייבט זיך אן די טרעיל וואס פירט ארויף צום צווייט העכסטן בארג פון די פארק, Stony Man. די טרעיל איז פון די גאר פאפולערע טרעילס אין די פארק זייענדיג א רעלאטיוו גרינגע הייק. די לענג פון די טרעיל איז 1.5 מייל.
די קאר האט מען געפארקט אויף די זייט פון די ראוד וויבאלד די פארקינג לאט איז געווען איבערגעפולט. אויפן וועג ארויף צום שפיץ האב איך באגעגנט א הייקער וואס איז געווען אויפן וועג אראפ און איך האב אים אויסגעפרעגט איבער וואס איך האב צו ערווארטן. ער זאגט מיר אז נאך א האלבע מייל קומט מען אן צו א פונקט וואו מען קען זיך אפשטעלן און באטראכטן די הערליכע וויו. פון דארט איז דא א פרשת דרכים וואס טראגט ווייטער ארויף צום שפיץ. אזוי ווי מיר זענען געווען באגרעניצט אין צייט האמיר מחליט געווען אז מען וועט נאר הייקן ביז אהין און דערנאך זיך צוריקדרייען.
מיר שפאצירן ארויף די בארג אויפן טרעיל צווישן די ביימער. פון צייט צו צייט באגעגענען מיר מענטשן אונז אנטקעגנקומען. אין געוויסע פלעצער איז די טרעיל אזוי שמאל אז ווען א מענטש קומט אנטקעגן דארף מען זיך אפשטעלן יענעם אדורכלאזן. ענדליך זעהט מען שוין די סיין וואס צייגט אז אט קומט מען אן צום ציל.
מיר קומען אן צו אן אפענע פלאכע פלאץ ווי מען באקומט א 180 דעגרי וויו פון די הערליכע וועלדער און פעלדער. מיר רוען זיך אפ אביסל און מען כאפט אפאר בילדער. מיין שותף האט געכאפט א שטיקל שמועס מיט א הייקער. ער פרעגט אים אויס איבער די הייקינג שטעקענס מיט וואס ער שפאצירט. ער פארציילט אז ער וואוינט אין די וואגשינטאן די סי געגענט און ער איז א לויער וואס זיין ארבעט איז צו געבן עדווייס פאר די איי אר עס. איך פרעג אים צו די נייע געזעץ פון ריפארטן $600 טרענזעקשנס איז געווען זיין איידיע... (עס איז דעמאלט'ס געווען א רעדע פון איינפירן אזא געזעץ), ער טענה'ט אז זיין ארבעט איז איבער די לעגאלע חלקים און איז נישט אינוואלווד אין פאליסיס. נאכן שמועסן איבער פון וואו אונז קומען, שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר אויך א איד וואס פלעגט וואוינען אין וועסטשעסטער קאונטי אין ניו יארק.
מיר זעטיגן זיך אן מיט די שיינע וויוס און מיר מאכן אונזער וועג אראפ פון בארג.
מען זעצט זיך אריין אין קאר. די זייגער ווייזט אז ס'איז שפעט. אויב ווילן מיר נאך מאכן מנחה בזמנו דארפן מיר שוין פארלאזן די פארק. בערך ביי מייל מארקער 30 דרייען מיר זיך אראפ פון די פארק ראוד און מען פארט צום אידישן ישוב אין סילווער ספרינגס מערילענד וואס געפונט זיך א האלבע שעה פון וואשינגטאן די סי.
די וועג נעמט קרוב צו צוויי שעה. די ערשטע חלק וועג פארט מען אדורך פארמס און פעלדער. יעדע שטיק צייט זעט מען סיינס Vote For Youngkin אדער Vote For Mcauliffe. עס איז דעמאלטס געווען א וואך פאר די ווירדשיניע גאווערנער עלעקשן. אין יענע געגנט האט מען געזעהן מער סיינס פאר Youngkin.
מיר קומען אן צום ביהמ"ד יאנג איזריעל-שומרי אמונה. מנחה האט מען שוין געהאלטן אינמיטן האבן מיר זיך בלית ברירה מיטגעכאפט. נאך מנחה זענען מיר צוגעפארן צום דערנעבענדיגע גיגאנטישער 'שלום קאושער' סופערמארקעט. די סופערמארקעט קען פארשעמען מערערע פון אונזער היימישע לאקאלע סופערמארקעטס. עס פארמאגט גרויסע איילס מיט א ברייטע אויסוואל פון פראדוקטן.
מיר האבן איינגעקויפט וואס מיר האבן געדארפט און זיך ארויסגעלאזט אין וועג צום עיר הבירה וואשינגטאן די סי.
די זון איז צוביסלעך אונטערגעגאנגען. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין וואשינגטאן די סי איז שוין געווען טונקל. צום ערשטן מאל האב איך מיר באגעגנט מיט די געביידעס פון וואו גאנץ אמעריקע ווערט געפירט. די פעדערעל ריזערוו, די NIH, די סופרים קאורט און נאך. צום ערשט האט מען זיך אפגעשטעלט ביים וואשינגטאן מאנומענט. עס איז נישטא קיין סאך צו טון דארט חוץ ארומשפאצירן די מאנומענט און נעמען בילדער. אין יענע צייט דאכט זיך מיר איז די מאנומענט געווען פארמאכט צוליב קאוויד.
פון דארט איז מען צוגעפארן צום ווייסען הויז. מיר האבן פארקירט די קאר א גאס ארויפצו ביי א נאו פארקינג זאנע. דערנאך וואס א האומליס פארשוין אויפ'ן ארט האט אונז פארזיכערט אז די פאליציי טיילט נישט קיין טיקעטס אין די צייט.
מיר האבן אדורך שפאצירט Lafayette Square פארנט פונעם ווייסן הויז. אנקומענדיג צו פענסילוועניע עוועניו האבן מיר געזעהן ווי די גאס איז פארמאכט אויך פאר פיסגייער. מען האט נאר געקענט צוגיין ביז צו די באריקאדעס וואס די סיקרעט סערוויס האט אוועקגעשטעלט קעגן איבער דעם ווייסן הויז. די סיקרעט סערוויס אגענטן זענען דארט געשטאנען און באוואכט. די אגענטן זענען געווען זייער פריינטליך און געשמועסט מיט די באזוכער. זיי האבן מסביר געווען אז די אוועקשטעלן די באריקאדעס איז א סעקיוריטי רוטין וואס זיי טוען יעדע שטיק צייט.
נאכן וויילן אפאר מינוט ביים ווייסן הויז האט מען זיך געלאזט אין וועג אין ריכטונג פונעם קעפיטאל געביידע. עס האט געדויערט א שטיק צייט ביז מיר האבן געטראפן די ריכטיגע פלאץ. למעשה האבן מיר זיך באגנוגנט מיט'ן אדורכפארן די געביידע וויבאלד מען האט סייווי נישט געקענט צוגיין אין רעזולטאט פון January 6.
פון דארט איז מען אריבערגעפארן די פאטאמיק ריווער ווען אונזער GPS האט אונז באגריסט מיט א וועלקאם טו ווירדשיניע. (וואשינגטאן די סי זיצט ביים גרעניץ פון ווירדשיניע) מען האט צוריקגעטראגן די קאר צו הערץ און גענומען די שאטעל צוםHyatt Regency Crystal City האטעל מען האט זיך געלייגט שלאפן פרי וויבאלד די פלייט צוריק פארט 7:00 אינדערפרי.
דעם נעקסטן צופרי 7:00 האבן מיר זיך געהויבן אין די לופטן אויפ'ן וועג אהיים. מיר זענען געפלויגן פונעם ראנאלד רעיגן עירפארט מיט אמעריקן עירליינס אויפן וועג צו לאגווארדיע עירפארט.