שווערע טענענטס..
עס איז א שווערע מסכתא, מיט אסאך מפרשים, ווען איינער ליגט אין דעם שווערן פעקל, אויב ער האט אריינגעביסען אין א ביטערן טענענט, וויאזוי דראפעט ער זיך ארויס דערפון, וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?
מיינס א ידיד האט געקויפט א דירה, ער האט געמיינט אז ער גייט מופן אהין, ביז דערווייל האט ער נאך אריינגעפאסט אין זיין אלטע געדינגענע דירה'לע, האט ער פארדינגען זיין נייע דירה פאר א טענענט אויף בלויז 3 יאר, און ער האט זיך אויסגענומען אינעם שטר ברחל בתך הקלענערע, אז אפילו אן קיין מעלדונג פון פאראויס דארף דער טענענט פונקטליך אויף דריי יאר זיין אינדרויסען..
דער לענדלארד האט געזאגט פאר'ן טענענט אז ער זוכט נישט קיין אכטער, ווייל ער וויל נישט בלייבן סטאק אין דריי יאר ארום, מיט די טרענספער מערכה, דער טענענט האט געזאגט אז ער לאזט די אכטער ווי ס'איז, קיין פראבלעם..
ער האט באצאלט א חודש סעקיוריטי, און א חודש רענט, די צוווייטע חודש האט ער באצאלט, נישט אויף דער ערשטער, אבער עס איז נאך געווען יענע חודש, די צווייטע חודש איז שוין דורך אן קיין פעימענט, דער לענדלארד האט אויסגעלייגט די מארגעדזש פעימענט פון טאש, אבער ער האט נישט געוואוסט וויאוזי מ'קאנפראנטירט א נייע טענענט ווען שוין מאכט ער קונצן, ער איז נישט געשלאפן עטליכע נעכט פאר ער האט געדארפט רופן דעם טענענט, ענדליך נאך זיך אנגארטלען מיט קוראזש האט ער געמאכט דעם טעלעפאן קאל, ער האט עס נישט ערווארטעט, אבער ער איז געווארן ווארעם באגריסט מיט א וואויסמעיל, ער לאזט א שיינעם מעסעדזש, און ווארט דער חשוב'ער טענענט זאל צוריק רופן, אבער ווען דאס איז נישט געשען, האט ער פרובירט עטליכע שעה שפעטער, און דער וואויסמעיל האט נאכאמאל בריייטהארציג אויפגעהויבן, אין אווענד האט ער נאכאמאל פרובירט רופן, און דער אלט באקאנטער וואויסמעיל הייבט נאכאמאל אויף, ער לאזט דעם דריטן מעסעדזש, שוין נישט אזוי געדולדיג ווי די ערשטע, אבער שיין און קורץ, קיין קאל אויף צוריק האט ער נישט באקומען..
נאך אפאר פרואוון, עטליכע פיינפולע טעג, און נאך רופן אהיים פון אנדערע טעלעפאנען, האט ער געטראפן א שטיקל אוזן קשבת ביי די ווייב, ביז א שוואגער האט צוריקגערופן, און איינגעמאלדן אז אויב ער הייבט נישט אן צו נעמען זיין סעקשאן אכט, וועט ער לכאורה נישט זען קיין פרוטה שחוקה פון אים..
בלית ברירה האט ער זיך געבויגן, ער האט באקומען די אכטער טשעקל, (נאך אויסלאזן דריי חדשים), און אזוי ווי דער "נביא" האט אים געזאגט אזוי איז געווען, חוץ פון דעם טשעק האט ער קיין גרייצער נישט באקומען פון דעם טענענט, ער האט זיך געפרייט אז עס דעקט זיין מארטגעדזש און אינושרענס, אבער די מעינטענענס האט דער לענדלארד (ווייט פון א גביר) געמוזט ארויסלייגן פון קעשענע יעדן חודש, ער האט געציילט די חדשים ביז דריי יאר, ווען ער וועט ענדליך אליין אריינמופן אין זיין דירה וואס ער האט געקויפט מיט זיינע אפגעשפארטע עטליכע הונדערט טויזנט דאלער דאון פעימענט, קלאוזינג קאסטס און צו ענדיגן די פינישיגס אין די דירה, זיין אויסגעהארעוועטע לייף סעיווינגס איז אריין דארטן, ער גייט עס דורכשוויצן..
ביי 24 חדשים האט ער געשיקט א בריוו פאר דעם טענענט, אז ער וויל נאר דערמאנען דעם הסכם צווישן זיי, און בעוד י"ב חודש דארף די דירה זיין ליידיג, ווייל ער פלאנט דארט אריינצומופן..
א וואך דערנאך האט ער ערהאלטן פון דעם טענענט א טשעקל פון צוויי טויזנט דאלער, (ווינציגער ווי א צענטל פון דעם חוב), מיט א קורצן בריוול, היות ער האט יעצט באקומען זיין טעקס ריטורן, ווארפט ער אים אריין אביסל אויף דעם חשבון.. דער לענדלארד האט נאך א ריי פרווואונגען געכאפט דעם טענענט, און אים קלאר געמאכט אז ער מוז האבן די איבעריגע געלט, ספעציעל יעצט אז די מענעדזשמענט האט אים מודיע געווען אז ער צאלט נישט קיין וואסער, וואס איז געווען אויסגענומען אז ער גייט צאלן..
- כדאי צו באמערקן, יענעם זומער איז דער לענדלארד געבליבן אין שטאט, ווייל ער האט זיך עס נישט געקענט ערלויבן, דער טענענט איז יא געפארן אין קאנטרי..
פעסט פארווערד דריי יאר..
ביי 22 חדשים, דער לענדלארד שיקט א בריוו אז דער טענענט זאל אים איינמעלדן וועלכע טאג מ'קען גיין קוקן די דירה, וואס מ'דארף פארריכטן, און אפשמועסן וועגן איבערנעמען די דירה ככלות הליעס, דער טענענט רופט זיך נישט אן, דער לענדלארד הייבט אן ווערן נערוועז און דערשראקן, ער רופט אים און קאלט אים, ווארט אים אפ אין ביהמ"ד וואו ער דאווענט, און ווי געווענליך איגנארירט ער די קאל, און גייט אריבער די גאס ווען ער זעט זיין לענדלארדס שאטן, און זעלבסט פארשטענדליך אז ווען ער האט אים געטראפן אויף די גאס און געווארן געקארנערט, האט ער געזאגט פאר'ן לענדלארד אז ער האט נישט וואו צו גיין, און ער מוז בלייבן דא אין די דירה, זהו, דער לענדלארד האט געמיינט ער כאפט א הארץ אטאקע, ער האט קוים געטראפן די ווערטער, אבער ער פרעגט אים האסט מיר דאך געזאגט קלאר אז דו מופסט קיין מאנסי, און איך באקום צוריק מיין דירה פונקט ביי דריי יאר, דאס איז געווארן זייער קלאר אויסגעשמועסט, ענטפערט ער, איך האב נישט וואו צו גיין, און איך בלייב דא, אויב דו ווילסט קענסטו העכערן די רענט.. (העכערן די וואס? דעם חוב?)..
טו מעיק די לאנג סטארי שארט, מ'האלט שוין ביי 5 יאר! דער לענדלארד האט געמוזט ריפיינענסן דעם דירה, און צוגעבארגט אביסל, און געקויפט א אנדערע דירה, שוין פאר היפש טייערער, און דערווייל ליידט ער זיך ווייטער אן פון דעם גנב דער סקוואטער..
נאך אפאר יאר איז דורך, אינצווישן האט דער לענדלארד זיך פארבינדן מיט דעם גנב'ס משפחה און פריינט, און די מערסטע וואס ער האט באקומען איז געווען איין טויזנטער איין איינציגע מאל! די איבעריגע צייט האבן זיי ארויסגענומען דעם ספר התירוצים און געשאנקן איינס נאכ'ן אנדערן..
ווען דער גנב טענענט האט פארנאכלעסיגט זיין אכטער און דאס אויך פארלוירן, (צייטווייליג) האט דער לענדלארד מיט א שוואגער זיינער וועלכער איז אינצווישן אונטערגעוואקסן, גערופן דעם באנדיט צו דין תורה, און נאך לאנגע חדשים וואס דער טענענט האט נישט געפאלגט, האט בי"ד געגעבן רשות צו גיין אין קאורט און אים ארויסשטעלן מיט מארשאלס..
פלוצלינג זענען ארויסגעוואקסן וואוילטעטיגע עסקנים און גענומען דערקוטשענען דעם לענדלארד'ס ביינער, מיט גוטן און מיט בייזן, ב"ה דער לענדלארד האט שוין היינט א שוואגער א אינגער מחוצף, און האט גערעדט צו זיי זייער שפראך, און נאך לאנגע חדשים איז דער גנב ארויס איבערלאזנדיג א צומזיק'טע דירה, מיט א חוב פון איבער הונדערט אלפים, פלאס דעמעדזש צו די דירה, און זיין משפחה גייט נאך ארום בארעדן דעם רשע לענדלארד..
די מעשה האב איך מיטגעהאלטן פון גאנץ נאנט, און איך קען ביידע גוט..
בדרך אגב איז דאס מיין טויזנט'סטע תגובה..