סאדאם חוסעין האט געשריבן: https://copy.com/LY741IA6jVUF7tqq
ווייסעך נישט וואס דאס איז, אבער אין וויזניץ זינגט מען אן אנדערן נוסח אויף 'רברבין'....
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קנאק יאנקעל האט געשריבן: אזוי ווי דער עולם בעט שוין דא עטליכע מאל
דעם אלבום
לויט ווי איך ווייס איז דאס שוין לאנג נישט דא צובאקומען
לכבוד חידש אדר א' הממשמש ובא דא האט איר
http://www.upf.co.il/file/302371201.html
http://www.myfile.co.il/view/3ba1550ef2
דוד משה האט געשריבן: נאט אייך פיילס וואס ארבעטן בעז"ה
https://www.dropbox.com/sh/vold9w2so1zp ... NVFZa?dl=0
שואל כענין האט געשריבן:דוד משה האט געשריבן: נאט אייך פיילס וואס ארבעטן בעז"ה
https://www.dropbox.com/sh/vold9w2so1zp ... NVFZa?dl=0
ווי קען מען הערן די אנדערע רברבין?
דוד משה האט געשריבן:שואל כענין האט געשריבן:דוד משה האט געשריבן: נאט אייך פיילס וואס ארבעטן בעז"ה
https://www.dropbox.com/sh/vold9w2so1zp ... NVFZa?dl=0
ווי קען מען הערן די אנדערע רברבין?
https://www.dropbox.com/s/z9a104mgym5ov ... n.mp3?dl=0
אביסל פארדרייט כמנהג יוסף משה כהנא
שואל כענין האט געשריבן:דוד משה האט געשריבן:שואל כענין האט געשריבן:דוד משה האט געשריבן: נאט אייך פיילס וואס ארבעטן בעז"ה
https://www.dropbox.com/sh/vold9w2so1zp ... NVFZa?dl=0
ווי קען מען הערן די אנדערע רברבין?
https://www.dropbox.com/s/z9a104mgym5ov ... n.mp3?dl=0
אביסל פארדרייט כמנהג יוסף משה כהנא
יישר כח
אויפגעכאפט האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
די טעיפ איז ארויס און יאר תשל"א נאך בחייו פונ'ם אמרי חיים, דורך ר' משה שטעקל הי"ו
תיקון טעות - עס איז ארויס נאך אלס א רעקארד (record) אין יאר תשכ"הבהסכמת ובעידוד פונעם אמרי חיים זצוקל"ה דורך להבלח"ט הרה"ח ר' קלמן שטעקל שליט"אלאורך ימים ושנים טובים
משה חובב האט געשריבן:אויפגעכאפט האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
די טעיפ איז ארויס און יאר תשל"א נאך בחייו פונ'ם אמרי חיים, דורך ר' משה שטעקל הי"ו
תיקון טעות - עס איז ארויס נאך אלס א רעקארד (record) אין יאר תשכ"הבהסכמת ובעידוד פונעם אמרי חיים זצוקל"ה דורך להבלח"ט הרה"ח ר' קלמן שטעקל שליט"אלאורך ימים ושנים טובים
קלאר צי מאכען דעם גאנצען בילד:
דער ארגינעלער ניגון וואס דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט צאמגעשטעלט (ווי ר' קלמן שרייבט אויפן דעקל, אין דער אמרי חיים האט באשטעיטיגט אלעס וואס דארט שטייט), האט נישט פארמאגט די אנדערע ניגון אויף רברבין, נאר מהאט ממשיך גיוועהן דער ניגון פין די ערשטע צוויי שטיקלעך, אויך ביי רברבין (ווי עס ריפט זיך ביי מאנכע מענטשען דער חופה ניגון), נאר דער סדר איז געוועהן אז דעם אלטען רעבינס קינדער ווען זיי פלעגען פאהרען אין די פרעמד, פלעגען זיי זיך פירען ווי רעביס אין פירען טיש, אין אזוי אויך זינגען דעם ניגון 'קה ריבון' חזן וקהל, אבער דער אמרי חיים האט נישט געוואלט זינגען דעם גאנצען ניגון פונקט ווי זיין טאטען, ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז שרביטו של מלך, אין ווי דער ניגון ווערט אנגערופען אין וויזניץ, 'דער ויזניצע העמנע', ממילא וועגען דעם האט ער געטוישט, אין געזינגען דעם שטיקל רברבין מיט א צווייטער ניגון, וואס ער האט גיהערט בצעירותו, זייענדיג אויף קעסט אין רוסלאנד ביי זיין שווער רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקער, אין דעמאלטס איז ער ארים געפארען צו אסאך רעביס אין רוסלאנד, ביניהם דער רש"ב פין ליובאוויטש, אין דארטען האט ער גיהערט דעם ניגון, אין ציגעלייגט זיינע קנייטשען, אין מיט דעם געזינגען דעם רברבין, די אנדערע חלקים, פריער אין שפעטער האט ער געזינגען ווי זיין טאטען, דער אלטער רבי, דער אהבת ישראל.
שפעטער אלץ רבי, האט ער ווייטער ממשיך געוועהן, זינגען מיט דעם ניגון דער חלק פון רברבין, אזוי ווי פאר ווען ער איז געווארען רבי, נאר יו"ט (וואס עס איז דא א ענין צו זינגען קארצער די שבת'דיגר ניגונים) האט ער געזינגען ווי זיין טאטענס ניגון, וואס איז עטוואס קארצער.
דער ישועות משה, האט נאר געזינגען די רברבין ווי זיין טאטען, אין בכלל נישט ווי דעם זיידען, דאס הייסט אויך שבת אין אויך יו"ט האט ער געזינגען דעם לענגערען ליובאוויטשער ניגון אויף רברבין, דער קדושת מרדכי האט געזינגען נאר ווי דעם זיידען, נאר די קארצע ניגון.
די קינדער פין דעם ישועות משה, דער עלטערער ר' ישראל זינגט ווי דעם זיידען דער אמרי חיים (שבת דער לאנגער ניגון, יו"ט דעם קארצען) דער יונגערער ר' מנדל, זינגט ווי דעם טאטען (אלמעאל סיי שבת אין סיי יו"ט דער לאנגער).
היות אז דער ניגון ארגינעל איז נישט געמאכט געווארען מיט דעם לאנגען רברבין, וועגען דעם האט ר' קלמן נישט אריינגעלייגט די שטיקעל אין דעם פלאטע וואס ער האט ארויסגעגעבען אין די יאהרען (וואס דער אמרי חיים האט נאך געלעבט) מ'דארף נעמען אין באטראכט, אז יו"ט האט מען בכל מקרה געזינגען אזוי.