והוא פלאי האט געשריבן:
לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די ניגונים וואס זענען דערמאנט געווארן, און ווי מ'קען זיי געפונען. און ווער ס'קען מוסיף זיין אדער געבן א מראה מקום פאר די וואס זענען נאכנישטא, תבוא עליהם ברכה.
וויזניץ (לחיים טיש) באבוב (שבחין אסדר איז די בעסטע פארלעסליך) מעליץ, ספינקא, סקווירא (לחיים טיש ) בלאזוב, תולדות אהרן (לחיים טיש, אויך דא אויף א פנימי טעיפ פון תולדות אברהם יצחק) ניגון באבוב שני, יש לינק למעלה
ווער קען געבן א מראה מקום ווי מ'קען הערן די פאלגענדע דערמאנטע ניגונים? פיטסבורג מודזיץ טשארטקוב, מושר בבויאן (בן בוזי) 2 אמשינאווע ניגונים (זעליג) קרעטשניף (זעליג) ברעסלאוו (זעליג) קארליבאך (זעליג) ניגון ערבי, מפורסם בארץ ישראל (גד) 2 ניגונים פון ר' אביש מאיר (והוא פלאי)

דאאיז א קארלינער קה רבון. ולהעיר אז מ'זינגט עס אין חב"ד אן די ווערטער, בשם "ר' מיכאל דער אלטער'ס ניגון". (אפשר לשמועכאןמושר ע"י ר' שמואל זלמנוב, מחבר ספר הניגונים).
יהודה א. האט געשריבן:
דאאיז א קארלינער קה רבון. ולהעיר אז מ'זינגט עס אין חב"ד אן די ווערטער, בשם "ר' מיכאל דער אלטער'ס ניגון". (אפשר לשמועכאןמושר ע"י ר' שמואל זלמנוב, מחבר ספר הניגונים).
ביקסאד האט געשריבן:
וויזשניץאיז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דעררברביןוואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.
ביקסאד האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
וויזשניץאיז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם,
אלס אין משתמשין בשרביטו של מלך און דער י-ה רבון עלם איז די הימנע.
לעווי האט געשריבן:
די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.
הכל בכל מכל האט געשריבן:
סאיז טאקע א חבד"סקער ניגון וואו באוואוסט איז דא אין חב"ד 10 ניגונים פון דער אלטער רבי (דהיינו דער בעל התניא) וואס ער האט דאס געמאכט ע"ש די עשר ספירות סאיז דא ניגונים וואס איז באוואוסט אז דאס איז פון די 10 אין סאיז דא וואס מאיז מסופק אויף דער ניגון זאגט מען איז א ספק צו סאיז איינע פון די 10
דאכט זיך מיר אז מען רופט דאס אין חב"ד די ניגון פון ותורתך
ווארום האט געשריבן:
און ווי קומט די אמרי חיים קיין חב"ד?
זייער פשוט.
ער איז געווען א איידעם אין ראכמיסטריווקא, וואס דאס איז א מינוט אוועק פון חב"ד, און הערנדיג דארט ווי די חבד'סקע חסידים זינגן דאס, איז עס איהם געפאלן, און עס אדאפטירט צו די וויזניצע ק'ה רבון עלם.
לעווי האט געשריבן:
אינטרעסאנט אז אין חב"ד זינגט מען די תנועה פון די וויזניצער רברבין אויף א שנעלער טעמפאו.
לעווי האט געשריבן:
דא קענט איר הערן די ליובאביטשער רבי זצ"ל זונגען די תנועה פון די וויזניצער 'רברבין' מיט כמה שינוים. עס הייסט א 'ניגון לשבת ויו"ט'.
די טעיפ איז ארויס און יאר תשל"א נאך בחייו פונ'ם אמרי חיים, דורך ר' משה שטעקל הי"ו
תיקון טעות - עס איז ארויס נאך אלס א רעקארד (record)אין יאר תשכ"הבהסכמת ובעידוד פונעם אמרי חיים זצוקל"ה דורך להבלח"טהרה"ח ר' קלמן שטעקל שליט"אלאורך ימים ושנים טובים
קלאר צי מאכען דעם גאנצען בילד: דער ארגינעלער ניגון וואס דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט צאמגעשטעלט (ווי ר' קלמן שרייבט אויפן דעקל, אין דער אמרי חיים האט באשטעיטיגט אלעס וואס דארט שטייט), האט נישט פארמאגט די אנדערע ניגון אויף רברבין, נאר מהאט ממשיך גיוועהן דער ניגון פון די ערשטע צוויי שטיקלעך, אויך ביי רברבין (ווי עס ריפט זיך ביי מאנכע מענטשען דער חופה ניגון), נאר דער סדר איז געוועהן אז דעם אלטען רעבינס קינדער ווען זיי פלעגען פאהרען אין די פרעמד, פלעגען זיי זיך פירען ווי רעביס אין פירען טיש, אין אזוי אויך זינגען דעם ניגון 'קה ריבון' חזן וקהל, אבער דער אמרי חיים האט נישט געוואלט זינגען דעם גאנצען ניגון פונקט ווי זיין טאטען, ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז שרביטו של מלך, אין ווי דער ניגון ווערט אנגערופען אין וויזניץ, 'דער ויזניצע העמנע', ממילא וועגען דעם האט ער געטוישט, אין געזינגען דעם שטיקל רברבין מיט א צווייטער ניגון, וואס ער האט גיהערט בצעירותו, זייענדיג אויף קעסט אין רוסלאנד ביי זיין שווער רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקער, אין דעמאלטס איז ער ארים געפארען צו אסאך רעביס אין רוסלאנד, ביניהם דער רש"ב פון ליובאוויטש, אין דארטען האט ער גיהערט דעם ניגון, אין ציגעלייגט זיינע קנייטשען, אין מיט דעם געזינגען דעם רברבין, די אנדערע חלקים, פריער אין שפעטער האט ער געזינגען ווי זיין טאטען, דער אלטער רבי, דער אהבת ישראל. שפעטער אלץ רבי, האט ער ווייטער ממשיך געוועהן, זינגען מיט דעם ניגון דער חלק פון רברבין, אזוי ווי פאר ווען ער איז געווארען רבי, נאר יו"ט (וואס עס איז דא א ענין צו זינגען קארצער די שבת'דיגר ניגונים) האט ער געזינגען ווי זיין טאטענס ניגון, וואס איז עטוואס קארצער. דער ישועות משה, האט נאר געזינגען די רברבין ווי זיין טאטען, אין בכלל נישט ווי דעם זיידען, דאס הייסט אויך שבת אין אויך יו"ט האט ער געזינגען דעם לענגערען ליובאוויטשער ניגון אויף רברבין, דער קדושת מרדכי האט געזינגען נאר ווי דעם זיידען, נאר די קארצע ניגון. די קינדער פון דעם ישועות משה, דער עלטערער ר' ישראל זינגט ווי דעם זיידען דער אמרי חיים (שבת דער לאנגער ניגון, יו"ט דעם קארצען) דער יונגערער ר' מנדל, זינגט ווי דעם טאטען (אלמעאל סיי שבת אין סיי יו"ט דער לאנגער).
היות אז דער ניגון ארגינעל איז נישט געמאכט געווארען מיט דעם לאנגען רברבין, וועגען דעם האט ר' קלמן נישט אריינגעלייגט די שטיקעל אין דעם פלאטע וואס ער האט ארויסגעגעבען אין די יאהרען (וואס דער אמרי חיים האט נאך געלעבט) מ'דארף נעמען אין באטראכט, אז יו"ט האט מען בכל מקרה געזינגען אזוי.
צוזאמען גענומען דאס אויבענדערמאנטע פון דעם אשכול, לאור די שמועס וואס איז געווען געדרוקט די וואך איןקול התאחדותינו (לעצטע עמוד)מיטן וויזשניצער רבי פון לאנדאן:
האדמו"ר מוויזניץ:כ'בין געווען ביים ברית פאר אפאר חדשים צוריק ביי ר' אלעזר(בנו של הגה"צ רב דקהלתינו בוומסב"ג שליט"א)דארט אין לאנדאן, כ'האב געגעבן דעם נאמען אויך דארט. ביים פדיון הבן בין איך אויך געווען. ער קומט אסאך אריין צו אונז פרייטאג צונאכט'ס ביים זינגען שירות ותשבחות, כ'האב אים איינמאל מכבד געווען מיט רברבין, ער האט עס געקענט אזוי גוט... רבינו:דער טאטע(האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ז"ל)האט אנדערש געזינגען רברבין ווי זיין פאטער(האדמו"ר האמרי חיים ז"ל). האדמו"ר מוויזניץ:טאקע דעם זיידן'ס רברבין האט אלעזר געזינגען. רבינו:אה, דאס יא... האדמו"ר מוויזניץ:איך קען עס טאקע נישט אזוי גוט. רבינו:כ'געדענק ווען כ'בין געווען דארט אין מאנסי(בשנת תשל"ג), דער טאטע האט אנדערש געזינגען. האדמו"ר מוויזניץ:יא, דער אהבת ישראל האט געזינגען אנדערש ווי דער אמרי חיים. רבינו:דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געזינגען, איז נישט קיין וויזניצער ניגון, די תנועה שטאמט ערגעץ פון ליובאוויטש, סאיז נישט וויזניץ. האדמו"ר מוויזניץ:מ'האט געהערט דעם אמרי חיים זינגען אמאל רברבין? רבינו:אוודאי האב איך געהערט. דעם טאטן אויך, כ'האב טאקע געהערט אז ער האט אנדערש געזינגען. ווען איך בין דארט געווען האט ער געזינגען אשת חיל אויך אן אנדערן ניגון, אזא קורצע ניגון. האדמו"ר מוויזניץ:מסתמא דער יו"ט'דיגע ניגון. ס'איז געווען א יו"ט דעמאלט'ס? רבינו:ניין, ס'איז אים גרינגער געווען, שנעלער געווען. אזוי האט עס אויסגעזעהן, כ'האב אזוי פארשטאנען.
ונפרד רבינו ממנו ברב ברכות
משמע אז מ'רעדט דא פון דריי רברבין'ס: של האהבת ישראל, של האמרי חיים (מחב"ד), ושל הקדושת מרדכי.
אפשר וועל מיר זוכה זיין הרב סטאוו זאל אונז דא אביסל אויסקלארן מיט מער פרטים און רעקארדינגס, אדער גאר מאכן א לאנגס און א ברייטס אינעם קומענדיגן "עתיקין"...
ווי זעהסטו אזא משמעות? כ'מיין אז ס'קלאר נאר געווען 2 רברבין'ס, 1) די וואס גייט פינקט ווי קה רבון וואס דער מאנסי רבי זצ"ל פלעגט זינגען ווי זיין זיידן דער אהבת ישראל (שמעתי ממנו כמה פעמים) און 2) די חב"ד'סקע ניגון פון אמרי חיים.
וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צי אויסשמועסן די פינקטליכע היסטאריע פונעם ניגון.
די אריגינעלע ניגון וואס יעדער זינגט אויף די ערשטע צוויי פעלער, קה רבון און שבחין אסדר איז מקורו קדוש פון הייליגן צמח צדיק זי"ע, ער פלעגט אזוי זינגען די גאנצע קה רבון ביז נאך למקדשך. יש אומרים אז ס'קומט נאך פון זיין שווער דער הייליגער רוזשינער זי"ע.
די ניגון אויף אלקא דילי' און למקדשך האט דער אהבת ישראל זי"ע מחבר געווען, און דער חב"ד'סקער ניגון אויף רברבין האט דער אמרי חיים זצ"ל ציגעלייגט ווי געברענגט אויבן.
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ווי זעהסטו אזא משמעות? כ'מיין אז ס'קלאר נאר געווען 2 רברבין'ס, 1) די וואס גייט פינקט ווי קה רבון וואס דער מאנסי רבי זצ"ל פלעגט זינגען ווי זיין זיידן דער אהבת ישראל (שמעתי ממנו כמה פעמים) און 2) די חב"ד'סקע ניגון פון אמרי חיים.
וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צי אויסשמועסן די פינקטליכע היסטאריע פונעם ניגון.
די אריגינעלע ניגון וואס יעדער זינגט אויף די ערשטע צוויי פעלער, קה רבון און שבחין אסדר איז מקורו קדוש פון הייליגן צמח צדיק זי"ע, ער פלעגט אזוי זינגען די גאנצע קה רבון ביז נאך למקדשך. יש אומרים אז ס'קומט נאך פון זיין שווער דער הייליגער רוזשינער זי"ע.
די ניגון אויף אלקא דילי' און למקדשך האט דער אהבת ישראל זי"ע מחבר געווען, און דער חב"ד'סקער ניגון אויף רברבין האט דער אמרי חיים זצ"ל ציגעלייגט ווי געברענגט אויבן.
ס'גייט פארקערט. ווי שפעטער קומט פון פריערט. למקדשך איז פון צמח קה ריבון איז פון שפעטער