אינעם שכינות'דיגע אשכול פון בילדער איז מיר אויפגעבליצט א געדאנק, וואס וועט לכאורה אויפגענומען ווערן מיט גרויס ענטוזיאזיע ביי אלע על הצדיקים מיטגעלידער, דהיינו חידות לחדד אין דעם ריזיגן פעלד פון יוחס און ידיעות איבער די צדיקים, און כדי אויסצושניידן דעם מהלך וועל איך אנהייבן מיט צוויי חידות.
חידה א' ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?
חידה ב' פארוואס האט רבי מענדעלע מ'וויזניץ א נאמען געגעבן פאר זיין ספר "צמח צדיק" מיט א יו"ד און רבי מענדעלע מלובאוויטש א נאמען געגעבן פאר זיין ספר "צמח צדק" אן א יו"ד?
זיידעניו האט געשריבן:
חידה א' ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?
ר' ישעי'לע טשעחויבער איז געווען א פעטער פאר ציעשינובער רב, ווייל ציעשינובער רב איז געווען א זוהן פון שינאווער רב, ר' ישעי'לע טשעחויבערס עלטסטע ברודער. און ציעשינובער רב איז געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע, ווייל ציעשינובער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע בעלזער און ר' ישעי'לע איז געווען אן איידעם ביי ר' ???? וואס איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע, איז ציעשינובער רב געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
סאדע_באטל האט געשריבן:
[quote="זיידעניו"\\\ \ חידה א' ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?
ר' ישעי'לע טשעחויבער איז געווען א פעטער פאר ציעשינובער רב, ווייל ציעשינובער רב איז געווען א זוהן פון שינאווער רב, ר' ישעי'לע טשעחויבערס עלטסטע ברודער. און ציעשינובער רב איז געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע, ווייל ציעשינובער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע בעלזער און ר' ישעי'לע איז געווען אן איידעם ביי ר' ???? וואס איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע, איז ציעשינובער רב געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער...[/quote]
הער סאדע באטעל זייער גוט, און כדאי צו עס מסביר זיין מער בפרטיות, וועל איך אויסרעכענען די גאנצע יוחס.
הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב'ער איז געווען א ברודער מיטן בעל דברי יחזקאל משיניאווע וואס איז געווען א טאטע פארן הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מ'ציעשינוב
הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מ'ציעשינוב איז געווען א איידעם ביי הגה"ק ר' יושע מבעלזא
און הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב'ער איז געווען אן איידעם ביי ביי הרה"ק רבי יחיאל מקרילוויץ (נכד בא"ב מה"אוהב ישראל") וואס איז געווען אן איידעם ביי הגה"ק ר' יושע מבעלזא
קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער.
זיידעניו האט געשריבן:
חידה ג' וועלכע און וויפיל צדיקים האט מען צוגעגעבן א נאמען הקדוש (וואס איז מקובל אין די וועלט)?
איך ווייס פון אכט!
דערווייל האט מען שוין דערמאנט אכט, 1) אר"י הקדוש 2) יהודי הקדוש 3) בעל שם הקדוש 4) אלשיך הקדוש 5) של"ה הקדוש 6) אור החיים הקדוש 7) רש"י הקדוש 8) רבינו הקדוש
יעצט איז די פראגע אויב זענען זיי די אכט, און מיט דעם איז די חידה פארטיג.