זאג, די פאון ארבעט מיט ווערייזאן?
נאכן אנלאקן ארבעט עס אויך מיט AT&T.
און מיט ווערייזאן נישט?
דארפסט פארשטיין, עס האט נישט ווערייזאן'ס בענדס.
אקעי, לאמיר פארשטיין. וואס איז דאס די בעדס פון וואס מען רעדט דארט? אזויפיל פארשטיי איך אז מען רעדט נישט פון א בענד אויפן מאגן צו פארלירן וואג... אבער וואס יא?
לאמיר כאפן א שטיקל טינק אריין אין די וועלט פון סעליולער נעטווארק.
צוערשט דארפן מיר וויסן אז סעליולער נעטווארק ארבעט מיט ראדיא פריקווענסי.
וואס איז דאס ראדיא פריקווענסי? עס איז פארהאן די עלעקטרא-מאגנעטישן ספעקטרום פון כוואליעס וואס לויפן אין די לופט. די נידריגסטע שטאפל עלעקטרא-מאגנעטישע כוואליעס איז, ראדיא וועיווס. מיר קענען זיי נישט הערן, ווייל עס איז צו א הויכע פריקווענסי פארן אויער צו אויפכאפן. און מיר קענען זיי נישט זעהן, ווייל עס איז צו א נידריגע פריקווענסי פאר די אויגן צו זעהן. אבער זיי עקזיסטירן אין אונזער אטמאספער און טוען אויף פאר די מענטשהייט פארשידענע זאכן.
ערשטנס פשוט, די ראדיאס וואס די פייערלייט און הצלה לייט נוצן. אבער אויך אונזערע סעלפאונס און פילע אנדערע זאכן ארום אונז ארבעטן מיט ראדיא פריקווענסיס.
די ראדיא כוואליעס לויפן פון 30 Hz ביז 300 GHz. העכער דעם איז דא אנדערע עלעקטרא-מאגנעטישע שטראלן.
דער גענצער אפטיילונג הייסט טאקע די זעלבע, ראדיא פרעקווענץ, אבער עס איז צוטיילט צווישן זיינע פילע אויפגאבן וועלכע חלק גייט פאר וועם.
די כלל מיט פריקווענסיס איז, וואס א נידריגערע נומער, אלס דיקערע זאכן קען ער דורכגיין. און וואס א העכערע נומער, אלס ווייטער גייט ער. (דאס איז אויך דער סיבה אז ווען איר גייט אריבער אינדרויסן פון א חתונה זאל הערט איר נאר די בעיס, וועלכע איז א נידריגע פריקווענסי, הגם מעקעניקל פריקווענסי און נישט עלעקטרא-מאגנעטיקל, אבער דער כלל גילט ביי ביידע. און דער שבת פייף הערט זיך גאר ווייט, אבער ער גייט נישט דורך קיין דיקע ווענט. ואכמ"ל.)
די ספעקטרום פון די ראדיא כוואליעס איז צוטיילט אין טשענעלס און אין בענדס. (יא, די בענדס צו וואו אונז וויל מיר צוקומען.)
דער בעל הבית אויף די אלע טשענעלס און בענדס אין אמעריקע, איז די FCC. פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע. זיי גיבן ארויס די טשענעלס און בענדס לויט וויאזוי זיי זעהן פאר ריכטיג. לדוגמא, וועלכע פריקווענסי גייט פאר די עמערדזשענסי סערוויסעס ראדיאס, וואס גייט פאר סעלפאון סערוויס, וואס גייט פאר אלע IOT סארט זאכן, און אזוי ווייטער.
די חלק פון עמערדזשענסי סעוויסעס איז זייער א קליינע, ווייל יעדע געגנט דארף נאר זיך דעקן. און מ'נעמט די נידריגע פריקווענסיס וואס גייען נישט צו ווייט, דאס צוטיילט מען אין יעדע געגנט צווישן אלע עמערדזשענסי סערוויסעס, און וויבאלד עס גייט נישט ווייט, קען א געגנט עטליכע מייל ארויפציר נוצן די זעלבע פריקווענסי.
העכער דעם איז דא א חלק וואס גייט פאר למשל די סטעיט פאליציי, וואס זיי דארפן דעקן א גרעסערע געגנט, און עס ווערט אויפגעשטעלט 'ריפיעטערס' וואס ריפיעטן איבער די קלאנג וואס ער באקומט פון די פאריגע סטאנציע.
העכער דעם איז דא די ערשטע דור פון סעליולער סערוויס. דער ערשטער דור פון סעלפאונס (1G) האט געארבעט אויף א רעלאטיוו נידריגע פריקווענסי, און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין סאך מאשינען וואס האבן געדארפט ווערן געדעקט, איז עס געווען גענוג, הגם עס האט געהאט זייער א קליינע bandwidth. דאס הייסט אזוי. יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן... צווישן יעדע טשענעל איז דא ליידיג פלאץ פאר נאך א האלבע טשענעל, אז עס זאל זיך נישט בטעות אריבער הערן פון איין טשענעל צום צווייטן. א טשענעל איז 12 HZ, און נאך זעקס צווישן די און די נעקסטע. דאס הייסט אז מען דארף רעכענען 18 HZ פער טשענעל.
1G האט געהאט גאר ווייניג טשענעלס רעלאטיוו צו וואס עס איז פארהאן אינעם ספעקטרום. עס איז געווען ארויסגעגעבן דורך די FCC פאר די טעלעפאן קאמפאניס, יעדע סערוויס פראוויידער האט באקומען א סכום פון טשענעלס וואס ער האט פארדינגען פאר זיינע קליענטן.
דאס האט אבער נאר אנגעהאלטן ביז א סעלפאון איז געווארן א נחלת הכלל. ווען עס איז געווארן אז יעדער שמויגער דרייט זיך מיט א כלי אין טאש, האט מען זיך געטראפן מיט א פראאבלעם. מען דארף אפטמאל ווארטן אויף א אוועילעבל טשענעל. עס איז נישטא גענוג אויף נאצוקומען דעם פארלאנג. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער צווייטער דור (2G) טעכנאלאגיע וועלכע האט געהאט פיל א גרעסערע bandwidth, און אסאך מער פלאץ פאר נאך טשענעלס. אבער נישט לאנג דערויף איז מען צוריק געקומען ווי מען איז געשטאנען, און זיך געטראפן אז עס איז נישט דא גענוג פלאץ פארן ברייטן ציבור. די FCC האט נאך א צייט שלעפן מיט ביוראקראטישע פראצעדורן אנגעהויבן צו פארדינגען 'בענדס', דאס איז א ברייטערע שטח פון עטליכע טשענעלס איינס נעבן דאס אנדערע, פון דעם דריטן דור (3G) טעכנאלאגיע. עס איז דאן געווען א גרויסער דורכברוך, ווייל עס איז צוגעקומען מער טשענעלס ווי 1G און 2G צוזאמען אויף איינמאל. אבער נאך עטליכע יאר ווייס מיר אלע וואס עס האט פאסירט, מען איז ווידעראמאל אויסגעלאפן פון bandwidth. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער נייער פערטער דור טעכנאלאגיע, דער באקאנטער 4G וואס ער האט געהאט ממש אנלימיטעד bandwidth...
ביז אהער איז יעדע נייער דור געקומען מיט נייע ספידס יעדעס מאל שנעלער און נאך שנעלער.
דער נייער 4G איז געווארן צוטיילט צווישן די גרויסע קעריערס, נעמליך, ווערייזאן, טי-מאביל, און AT&T. יעדער באקומט פארשידענע בענדס. אביסל פון אויבן, וואס איז א משהו שנעלער, און אביסל פון מער אונטן, פאר די וואס צאלן אביסל ביליגער...
יעדער פון די גרויסע קעריערס פארדינגט פון זייער bandwidth פאר קלענערע MVNO'ס. וואס זיי פארמאגן נישט קיין TOWERS, נאר נוצן די גרויסע קעריערס. למשל טרעקפאון, יו. עס. מאביל, און נאך אנדערע אויף ווערייזאן. אלטרא מאביל אויף טי-מאביל א.א.וו. די אלע קלענערע באקומען געווענטליך שוואכערע פריאריטעט סערוויס אויף די גרויסע טאוערס.
יעצט לעינינו.
א סעלפאון כאפט נישט אליין קיין סערוויס. פינטל.
עס דארף האבן סיי די ריכטיגע הארדוועיר, און סיי די ריכטיגע סאפטוועיר.
אין הארדוועיר מיינט עס א טשיפ וואס כאפט אויף די ראדיא סיגנאלן, און אין סאפטוועיר מיינט עס אז דער כלי זאל זיין ביכולת אפצוטייטשן וואס ער הערט אויף די טשיפס.
אבער עס איז נישט פארהאן איין טשיפ פאר אלע פריקווענסיס. יעדע בענד איז אויף א באזונדערע טשיפ. אזוי אז ווען איינער פאבריצירט א פאון, דארף ער באשליסן וועלכע בענדס ער פלאנט צו נוצן, און ער דארף אינסטאלירן די נויטיגע טשיפס.
איי, פארוואס נישט גלייך לייגן איבעראל אלע? עס איז נישט קיין מהלך צו לייגן אלע. קודם עס קאסט געלט יעדע טשיפ. און אויך גייט די פאון וועגן אסאך. און אזוי אויך וועט דער פאון ארויסגעבן צופיל ראדיאציע לויט די געזעצן פון די FCC, און נאך עטליכע קלענערע און גרעסערע פראבלעמען.
איז בלייבט איבער צו אינסטאלירן די וואס מען האלט אז מען גייט נוצן, און הערשט דאן, ווען טעכניש איז עס שוין מעגליך צו ארבעטן מיט וועם מען וויל עס זאל ארבעטן, קען מען זיך נעמען ארבעטן אויף אפראוועלס פון די קעריער אז זיי זאלן לאזן נוצן זייער נעטווארק.
און חוץ פון דעם איז דא אמאל ווען א קעריער קויפט אפ א שיפמענט פון א פאון, און לאקט עס צו זייער סערוויס. אין אזא פאל האט עס יא די נויטיגע טשיפס, אבער די סאפטוועיר איז פארשלאסן פון קאמיוניקירן מיט אנדערע נעטווראק קעריערס. און דאס איז וואס מען הערט אז נאכן אנלאקן ארבעט עס נאכאלס נישט מיט אלע קעריערס. עס האט נישט די טשיפס פון אלע, און די וואס יא, איז געלאקט.
הצלחה רבה.