וואס עפעס נאר דא און לונדון דארף מען דורכגיין די שבעה מדורי ביז מבאקומט די לייסענס.... זאלט עטץ אביסל שפירן וואס ענקערע ענגלישע ברודער גייען דורך צו באקומען לייסענס...
אין לאנדאן דרייווט מען די פארקערטע וועג וועגן דעם דארף מען זיך גוט לערנען...
רוב וועלט דרייווט פארקערט, פינחס גלויבער האט אמאל געגעבן א שמועס דערפון אויף קול מבשר, אחוץ ענגלאנד, האסטו אינדיע, פאקיסטאן מיט נאך לענדער, וואו מדרייווט אויף די רעכטע זייט, און די תמצית איז געווען, אז רוב וועלט דרייווט אויף די רעכטע זייט, סאו קומט אויס, אז די אמעריקאנע דרייוון פארקערט פון רוב וועלט
וואס עפעס נאר דא און לונדון דארף מען דורכגיין די שבעה מדורי ביז מבאקומט די לייסענס.... זאלט עטץ אביסל שפירן וואס ענקערע ענגלישע ברודער גייען דורך צו באקומען לייסענס...
ליצנות און א זייט. שוין העכסט צייט פאר די פעדעראלע רעגירונג, צו נעמען א שטייפע צוגאנג מיטן זיך לערנען דרייוון, א מין ליצנות דאס, קליינע ראצערס זעצן זיך אריין און קאר, מיט פינף שעה לעסאנס, און באמס..... ער האט שוין געמאכט די טעסט, און ער איז יעצט פולי רעדי צו האקן שטיקער אויפן ראוד.
מדארף נישט קריכן ביז ענגלאנד, ווייל איך מיין אז ביי די אמעריקאנע שכן קאנאדע, איז פונקט אזוי שווער/שטרענג מיט די לייסענס וואו און ענגלאנד.
אין לאנדאן האב איך געהערט איז די ראוד טעסט אויפן הייוועי אויכעט, און מען דארף קענען אויס לעשן/אנצינדן די סטים/עירקאנדישן אין מיטן פארן. דע ביידע זאכן מאכט א סאך סענטס און וואלט ווען געדארפט זיין א פארט פין די ראוד טעסט אין ניו יארק
וויפול געלט דארף קאסטן 30 שעה אויפן ראוד ? איך האב געהאט א פערמיט 6 חדשים כהאב כסדער גדרייווט גאדארפט צוקומען צו א וועלט מיט טובות פון דעם און יענעם און ווען כהאב באקומען לייסענס האב איך געזען אז די איינציגסטע וועג זיך עכט צו לערנען איז דרייווען אן א צווייטע דרייווער אין קאר
איך הער זאגן אז דא אין ני יארק גייט אריין גיין א נייע געזעץ אז צווישן די פערמיט אין לייסענס גייט מען דארפן ווארטן 6 חדושים! אין דרייווען 30 שעה אין ברענגן prof אז מען האט שוין געדרייפט אזווי לאנג !!!! איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז אין. ווען עז גייט אריין אין קראפט איינאר ווייסט זאל ביטע ענטפרען
אבי געהאקט. די אידן זענען די בעסטע דרייווער. מיט אלע לעסענס און פופצן שעה קלאס,די עקספיריענס וואס מ'באקומט פון דרייווען אין ב.פ. ווילי וכו' באקומט מען אין ערגעץ נישט!!